אפענע אנקעטע - זענט איר געווארן מאלעסטירט?

זענט איר געווארן מאלעסטעט אלס קינד?

  • יא, אלס יונגל אונטער צען יאר

    Votes: 14 9.2%
  • יא, אין די יארן צווישן צען און דרייצן-פערצן

    Votes: 13 8.5%
  • יא, אלס בחור צווישן די בר-מצוה און די אכצן

    Votes: 17 11.1%
  • איך בין קיינמאל נישט געווארן מאלעסטעט

    Votes: 109 71.2%

  • Total voters
    153
די אנקעטע דא אויבן זאגט אז איינס פון 4 זענען געווארן מאלעסטעט. א שרעק פון א נומער.

א מאלעסטירטער
אויב זאל מען אננעמען אז מענטאל העלט האט א שטיקל קארעלאציע מיט אויפגעקלערטקייט דאן איז עס א סעמפלינג בייעס ווען מ'נעמט אזא אנקעטע אויף קרעמל.

אויף אייוועלט וואלט לכאו' ארויפגעקומען מער רעפרעזענטיטיוו רעזולטאטן.
 
געוואלט זאגן די זעלבע....

25% (איינס פון פיר) איז א הימל געשריי!!!

אבער קרעמל האט מן הסתם א גרעסערע פראצענט ווי די עוורעדזש המון עם, אויף אייוועלט וואלט עס כמעט זיכער געווען א קלענערע מספר.


אויב זאל מען אננעמען אז מענטאל העלט האט א שטיקל קארעלאציע מיט אויפגעקלערטקייט
פארוואס גיין צו מענטעל העלט בכלליות (הגם סאיז מעגליך טאקע אויך דא א קאראלאציע, זיכער מיט סאשעל ענקזייאיטי וואס איז קעגן די שטארקע קאמיוניט לייפסטייל).

די רעדע דא איז איבער ווערן באלעסטיגט, און אויף דעם איז דא קלארע שטודיעס... ס'איז זיכער אז מין טראמא וואס מאכט איינעם ענדערשער צו איבערטראכטן זיין חינוך.

קוק אין די לעצטיגע סטאדי דורך OU... בעיקר פעיזש 67.
דארט קומט אויס אז בערך 25% פון אדט האט געליטן סעקסועלע אביוז. לויט דעם איז אונזער אנקעטע דא היבש אקוראט.
1000493203.webp
 
דעיט רעיפ דראגס עקסטעסי אפילו ווייאגרא טוישט לכאורה די מציאות פון אין קישוי אלא מדעת
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
דעיט רעיפ דראגס עקסטעסי אפילו ווייאגרא טוישט לכאורה די מציאות פון אין קישוי אלא מדעת
פרש את דבריך , ווייל לכאורה אפילו מיט די דראגס
פעהלט נאך אויס דעת צו קישוי ,נאכדעם ווי עס איז
דא דעת ארבעט עס בעסער אבער אהן דעת איז
לכאורה גארנישט ,
 
אריינלייגן ווייאגרע אין איינעמס דרינק מיט שלאף פילן קען מען באצווינגען אפילו א מאנספערזאהן
 
אריינלייגן ווייאגרע אין איינעמס דרינק מיט שלאף פילן קען מען באצווינגען אפילו א מאנספערזאהן
יישר כח פאר מסביר זיין , זעהט אויס די קישוי קומט
דארך חלום , וואס איז נארמאל , די ווייאגרא העלפט
עס זאל זיין דויערהאפט , די שלאף פיל האלט עהם
פארשלאפן,ער זאל זיך נישט ערוועקען אינדערמיט ,
עס איז א קאמבינעישן , קוק אין די גמרא יבמות נג
אנוס היכי דמי( ביי א בא על יבמתו באונס ) ווי אזוי קען זיין אונס ביי א מאן, אמער אין קישוי אלא לדעת
ענטפערט ער -בישן - ער איז גישלאפן , און ער איז גיוועהן בקישוי און מען האט מערה גיוועהן אין די
יבמה , איז דאס שוין ערוועהנט אין דער תלמוד.
 
איך בין געװארן מאלעסטעד אלס קינד, עטליכע מאל.

איך מעג פרעגן אין וועלכע שטאט/ קהילה ?


פאר א לאנגע זמן האב איך מיך אײנגערעדט אז ס'האט מיר נישט געשאדט אבער הײנט בין איך מודה אז ס'האט מיר יא געשאדט אבער איך שעם מיך צוזאגן װי-אזױ ס'האט מיר געשאדט [עטס קענטס מסתמא געסן] סאו פרעגטס אפי' נישט.

...
הגם איך בין מאלעסטעד געװארן נאך זײענדיג גאר קלײן האט אבער דאס מערסטע א רושם איבערגעלאזט, נעמליך ס'האט מיר דאס מערסטע װײ-געטוהן בשעתו, װען איך בין מאלעסטעד געװארן בײ די 13 פון א בחור פון 15, אין װאָדריזשער ישיבה אין די קעטסקילס.
איז דאס געווען אונס אדער מפתה ? און ווי ווייט איז עס געגאנגען?
דער בחור האט מיך מסית געװען און שפעטער געגאנגען זאגן די מנהל אז ס'געװען פארקערט - איך האב אים איבערגערעדט, אױף װאס איך האב געכאפט מכות אכזריות ונמרצות פון דעם ראש ישיבה װײל דער ר"י האט מיך נישט געגלײבט. אפּפּערענטלי, יענעם'ס טאטע האט מער געלט געגיבן דעם ראש ישיבה. צוריקקוקענדיג טראכט איך אז דער בחור האט פשוט געהאט א תאװה פון זעהן זײנע קרבנות לײדן, כידוע אז די צװײ תאװת (סעקס און טאָרטשער), בײ מאנסים, גײען אסאך מאל בקנה אחד.
א גרויסע פראבלעם געווען אמאל, דאכט זיך אז היינט איז דאס שוין בעסער געווארן
דער סיפור האט צוגעפירט צו געפערליכע רדיפות פון די רעסט פון די בני-הישיבה, װײל דער בחור איז געװען א פאפולערע בחור אזש איך האב געמוזט איבערלאזן די ישיבה אינמיטן זמן און יענער בחור וחביריו האבן דערנאך אפגעשיקט מײן רענצל, מיט מײנע זאכן אהײם, מיט די קאָנטענט דורכגעװײקט אין מילך, אױסגעמישט מיט א ביליאן קלײנע שרעדעד פײפערלעך, און מײנע װעש פארשמירט אין קאקאש קײק. בכלל האב איך געליטן דארטן כמעט א פולן זמן רדיפות. כ'האב דעמאלס כמעט געשװױרן אז איך גײ מער נישט צוריק אין ישיבה. למעשה האבן "גוטע" אידן זיך ארײנגעמישט און מיר געהאלפן טױשן ישיבה. איך האב דארטן אױך נישט מאריך ימים געװען אבער דאס פאר א אנדערע מאל.

שלעכט שלעכט. ער האט זיך אינדשויט מיט דיר ? פארוואס נאכדעם רודפ’ן?
דער ר"י הײסט יעקב משה לעבאװיטש, א זוהן פון ר' יצחק לעבאװיטש;

איך האב הנאה די לייגסט ארויס זיין נאמען, ווייל מ’דארף דאס וויסן. די בחור איז נאך היינט אויך א מאלעסטער? אדער געגאנגען אויף טריטמענטס?
ער האט שפעטער געפירט א ישיבה, אין מאנסי, 'בית הלל' דאכצעך האט עס געהײסן. בכלל איז יעקב משה געװען גאר אַן עקסטרימער, עצבני און פלעגט פראסקענען מיט א רציחה נוראה. הגם מען זאגט שפעטער איז ער בעסער געװארן. כנראה האט ער זיך געלערנט אױף אונזערע בײנער. איך געדענק ער האט מיר ארײנגענומען אין א צימער. איך פלעג מיט אים לערנען בחברותא ספר קב הישר פריװאט. איך האב געמײנט ס'איז א טאג כתמול שלשום. פלוצלונג װערט ער ערנסט, ער נעמט ארױס א באנטש פון 'פֿלעכטערס, פלעגט מען זײ רופן, און הײבט אָן ארײנהױבן אין מיר געהארגעטע מכות. ער האט מיר שיער אראפגעפליקט די לאפע.

כידוע האבן אסאך פון די חברה א ספענקינג פעטיש
ער איז מיר שפעטער יארן נאכגעלאפן און פרובירט איבערצובעהטן; איך האב אים איגנארירט. כ'האב נאך דעמאלס געמײנט אז נישט מוחל זײן = הײסערע גיהנום... הײנט װינדער איך מיר אױב דער בחור איז נישט א רודף נשים און רײפּיסט רח"ל, װער װײסט; אין פארטיקוּלאַר, אױב מען באריכט נישט די סארטן עבירות, אין די הײמישע צײטונגען און אַאוּטלעטס, און אױב אינפאָרמען צו פאליצײ איז מסירה, װי-אזױ דאַן גיבט מען זיך אין די קהילה אַן עצה מיט סעקס פּעסטס? ס'איז מיר נאך ביז הײנט א חידה סתומה.
מען דילט מיט דעם אינטערנאל
איך קען אגב נאך אײנער, א קרוב, אױך א סעקס פעסט אין ישיבה געװען. די ערשטע דזשאב װאס ער האט גענומען נאך די חתונה איז אין הצלה...
 
איך בין געװארן מאלעסטעד אלס קינד, עטליכע מאל. פאר א לאנגע זמן האב איך מיך אײנגערעדט אז ס'האט מיר נישט געשאדט אבער הײנט בין איך מודה אז ס'האט מיר יא געשאדט אבער איך שעם מיך צוזאגן װי-אזױ ס'האט מיר געשאדט [עטס קענטס מסתמא געסן] סאו פרעגטס אפי' נישט.

הגם איך בין מאלעסטעד געװארן נאך זײענדיג גאר קלײן האט אבער דאס מערסטע א רושם איבערגעלאזט, נעמליך ס'האט מיר דאס מערסטע װײ-געטוהן בשעתו, װען איך בין מאלעסטעד געװארן בײ די 13 פון א בחור פון 15, אין װאָדריזשער ישיבה אין די קעטסקילס.

דער בחור האט מיך מסית געװען און שפעטער געגאנגען זאגן די מנהל אז ס'געװען פארקערט - איך האב אים איבערגערעדט, אױף װאס איך האב געכאפט מכות אכזריות ונמרצות פון דעם ראש ישיבה װײל דער ר"י האט מיך נישט געגלײבט. אפּפּערענטלי, יענעם'ס טאטע האט מער געלט געגיבן דעם ראש ישיבה. צוריקקוקענדיג טראכט איך אז דער בחור האט פשוט געהאט א תאװה פון זעהן זײנע קרבנות לײדן, כידוע אז די צװײ תאװת (סעקס און טאָרטשער), בײ מאנסים, גײען אסאך מאל בקנה אחד.

דער סיפור האט צוגעפירט צו געפערליכע רדיפות פון די רעסט פון די בני-הישיבה, װײל דער בחור איז געװען א פאפולערע בחור אזש איך האב געמוזט איבערלאזן די ישיבה אינמיטן זמן און יענער בחור וחביריו האבן דערנאך אפגעשיקט מײן רענצל, מיט מײנע זאכן אהײם, מיט די קאָנטענט דורכגעװײקט אין מילך, אױסגעמישט מיט א ביליאן קלײנע שרעדעד פײפערלעך, און מײנע װעש פארשמירט אין קאקאש קײק. בכלל האב איך געליטן דארטן כמעט א פולן זמן רדיפות. כ'האב דעמאלס כמעט געשװױרן אז איך גײ מער נישט צוריק אין ישיבה. למעשה האבן "גוטע" אידן זיך ארײנגעמישט און מיר געהאלפן טױשן ישיבה. איך האב דארטן אױך נישט מאריך ימים געװען אבער דאס פאר א אנדערע מאל.

דער ר"י הײסט יעקב משה לעבאװיטש, א זוהן פון ר' יצחק לעבאװיטש; ער האט שפעטער געפירט א ישיבה, אין מאנסי, 'בית הלל' דאכצעך האט עס געהײסן. בכלל איז יעקב משה געװען גאר אַן עקסטרימער, עצבני און פלעגט פראסקענען מיט א רציחה נוראה. הגם מען זאגט שפעטער איז ער בעסער געװארן. כנראה האט ער זיך געלערנט אױף אונזערע בײנער. איך געדענק ער האט מיר ארײנגענומען אין א צימער. איך פלעג מיט אים לערנען בחברותא ספר קב הישר פריװאט. איך האב געמײנט ס'איז א טאג כתמול שלשום. פלוצלונג װערט ער ערנסט, ער נעמט ארױס א באנטש פון 'פֿלעכטערס, פלעגט מען זײ רופן, און הײבט אָן ארײנהױבן אין מיר געהארגעטע מכות. ער האט מיר שיער אראפגעפליקט די לאפע.

ער איז מיר שפעטער יארן נאכגעלאפן און פרובירט איבערצובעהטן; איך האב אים איגנארירט. כ'האב נאך דעמאלס געמײנט אז נישט מוחל זײן = הײסערע גיהנום... הײנט װינדער איך מיר אױב דער בחור איז נישט א רודף נשים און רײפּיסט רח"ל, װער װײסט; אין פארטיקוּלאַר, אױב מען באריכט נישט די סארטן עבירות, אין די הײמישע צײטונגען און אַאוּטלעטס, און אױב אינפאָרמען צו פאליצײ איז מסירה, װי-אזױ דאַן גיבט מען זיך אין די קהילה אַן עצה מיט סעקס פּעסטס? ס'איז מיר נאך ביז הײנט א חידה סתומה.

איך קען אגב נאך אײנער, א קרוב, אױך א סעקס פעסט אין ישיבה געװען. די ערשטע דזשאב װאס ער האט גענומען נאך די חתונה איז אין הצלה...
איך בין אויך דורך מער ווייניגער אזא היסטערי איך פארשטיי נישט וויזוי די נעמסט די כוחות הנפש עס צי שרייבן ❤️❤️❤️
 
איך בין אויך דורך מער ווייניגער אזא היסטערי איך פארשטיי נישט וויזוי די נעמסט די כוחות הנפש עס צי שרייבן ❤️❤️❤️
עס איז דא גענוג און נאך פון די עפיסאדן, אבער יעדעס איינציגע מאהל ווען מען הערט די זאכען
איז מעורר הכעס, ווי אזוי מען פלעגט נישט גענוג אכט גיבען אויף די זאכען, לכאורה איז היינט די מצב
מער צופריעדענשטעלנד ווייל עס איז דא מער אווארנעס, וה׳ יודע האמת .
 
יא, איך בין געווארן abused אינמיטן שוהל פון איינער וואס וואלט געקענט זיין מיין זיידע, איך בין געשטאנען אלס פרישע בחור פון אפשר 14 יאר ביים באלעמער און געפילט ווי יענער קומט נאנט צו מיר, און נעמט זיך רייבן מיין פריוואטע פארט, זיין הענט איז געווען ארויס פון זיין בעקיטשע אבער ער איז א ברייטער און איך א קליינער דארער האט מען נישט געקענט גוט באמערקן.

ער איז געווען מיאוס ווי א וואלד אפילו אויב וואלט איך געוויסט וואס ער טוט, וואלט איך נישט ארגעזעמד און ס'איז נישט געווען קיין אינטימישע אדער שטילע פלאץ פאר א סעקשועל עקט. אפאר אנדערע מענטשן זענען געשטאנען דארט! נישט אז ווען איינער זעהט וואס גייט פאר וואלט מען אינטערווינד. אבער אפילו פאר זיי וואלט פשטות נישט איינגעפאלן אז פונקט יעצט טוט ער וואס ער טוט. א ריכטיגער קראנקער אדיקט. אן קיין חשבון און אן קיין מורא, ער דארף יעצט טאטשן איינעם.

איך בין געווען גאנץ א זיס קינד און א יאר צוויי פריער אין א בין הזמנים האב איך זיך געדרייט מיט איינעם אליינס, ער איז ארויס פאר א ציגערעטל, און ס'גייט אינאיינעם אז מ'באהאלט פאונ'ס מיט ציגערעטלעך איז ער געגאנגען אין די alley צווישן צוויי בנינים, אבער אינמיטן איז געווען פארבויט און מ'האט נישט געקענט אריינזעהן אדער דורכגיין מ'האט נאר געקענט אריין און ארויס פון איין טיר, בקיצור איך בין מיטגעקומען, איך מיין ס'האט זיך אנגעהויבן איך האב געבעטן ער זאל מיר אויך געבן א ציגערעטל און נאכדעם האט ער צוריק געוואלט "א טובה" פון מיר און איך באמערק אזוי ווי איך צינד אן דעם ציגארעטל ווי ער האט צוגעריקט זיין האנט אויף מיין פיס ער איז א אינטש אוועק, און ווען איך בין געווען לייק וואס די פ...? האט ער זיך גענומען טענה'ן, אז ער האלט ס'איז גוט... און מיר געטרייט צוצורעדן איך האב געהאט די קאפ אויפן פלאץ און געמאכט ווי איך קום שוין צוריק און מ'גייט שוין ווייטער, און אפגעטראגן פון דארט ווי שנעל איך האב געקענט. איך טראכט צוריק היינט ווי brave איך בין געווען ער וואלט מיר טעקניקלי געקענט דארט אינגאנצן דעמעדזשן און נישט קיין קעמרע און נישט קיין מענטש וואלט געוויסט.

צוריק צום ערשטן פאל, איך בין נישט קיין פראסיקיוטער אבער פון אביסל ריסורטש, גייט דאס מער אריין אין אביוז נישט מאלעסטעישן, groping איז דא א נאמען דערויף. נאך אלס איז עס ראנג און אויב יענער ווערט ארעסטירט וואלט איך זיך שטארק געפרייט, איך פשוט טראכט כמעט נישט דערפון אין דעלי לייף מסתם איז עס נישט קיין שטארקע דעמעדזש. אבער דאס איז נישט בכלל צו אנדערמיינען די שרעקליכע עוולה וואס יענער האט מיט מיר געטוהן און זיכער די עוולה פון דעם פארסמ'טן קולט דאס אינגאנצן צו פארלייקענען און סיילענסן די וויקטים יענער האט א ווייב מיט קינדער וכו'... און די מאפיא רבנים וואס קוקן די אנדערע וועג, דאס אהרט מיך און רוב וויקטים'ס טויזנט מאל מער ווי די אביוז אליין, מיך פערזענליך האט עס נישט צופיל אויסגעמאכט האלט איך אפשר דארף איך אריינקוקן אין אים ארעסטירן אויב סטעטשו אף לימיטעשן לאזט נאך און עדות וועט זיין זייער שווער צו ברענגען און איך דארף ציטערן אז די קולט וועט מיר אוודאי נישט אננעמען מיט אפענע ארעמעס זיכער וועלן זיי אים שטיצן ווי ער איז די גרעסטע צדיק אין שטאט און איך האלט נישט ביים זיין אזוי וואלורעבל איך האב גענוג געהאט, אבער אז איינער וועט זאגן אז אזוי איז געשעהן וועל איך אים גלייבן און שטיצן טויזנט פראצענט.

אונטערשטע שורה. ווי ווייט איך ווייס דרייט ער זיך פראנק און פריי אין די גאסן און אויסער אפאר שוהל'ן וועלכע האבן אים ארויסגעטריבן און צוגעגענומען זיין מקוה קארטל איז ליידער גארנישט געשעהן צו אים, ווי געזאגט איך טראכט אז ס'איז געווען א מיינער אינצידענט, איך בין פארדעם אריבער סך ערגערע אביוז און רדיפות און דאס האט מיר נישט אויסגעמאכט וויפיל איך האב צאמגעליטן קעגן דעם. ווען סטעשו אף לימיטעישן וואלט געווען א זאך וואס איז קיינמאל נישט נוגע פאר הארגענען אדער סעקס קריימ'ס וואלט איך אים פרובירט צו קלאגן, איך האלט ס'איז שלא ביושר וויבאלד די קרימינאלע יוסטיץ סיסטעם סאקט אין אמעריקע, איך האלט דאס דארף זיין א זאך וואס מ'זאל מעגן קלאגן אפילו 40 יאר שפעטער, ספעציעל אז מענטשן נעמט יארן זיך צו היילן פון די טראמא בפרט ביי די ארטאדאקסן און פונדעמענטעליסטן ווי דאס איז מער שכיח.
 
לעצט רעדאגירט:
43 וויקטעמס דאהי!

43 זענען גערעיפט געווארן זייענדיג א אומוויסענד קינד אין א מצב ווי מ'קען זיך נישט דיפענדען!!
💔💔💔💔💔💔

וואספארא רשעות אין קרענק איז איינגעווארצלט אין אונזער סאסייאיטי?

וויאזוי קענעך זיין רואיג צו האלטן מיינע קינדער אין אזא פלאץ?

עס פעלט מיר ווי איך הייב זיך אויף אין איך מוף צו עפעס א אינזל אין די קאריביען.
 
איך בין ב"ה נישט געווארן sa אבער איך האב א נאנטע משפחה מיטגליד וואס איז יא געווארן עס ציברכעט די גאנצע לעבן עס איז א זאך וואס מען קען נישט היילן אינגאנצן יענער האלט שוין 7 יאר שפעטער אבער נאך אלץ גייט זי אדורך שבעה מדורי גהינם
 
איך בין סופרייזט און אביסל געשאקט פון די רעזולט. איך האב געהאלטן לכתחילה אז בערך 50% פון היימישע אידן, זענען געווארן ערגעצוואו מאלעסטעט אין אונזער קאמיונטי. אבער די מציאות זאגט אנדערש.
דיפיין מציאות.

א קרעמל אנקעטע? דאס איז נישט קיין ערנסטע פארגעשריטענע סייענס וועלכע פאלגט נאך די זיבן שטאפלען, עס איז ס''ה א סורוועי פון מענטשן פון ארום די גארער וועלט. עס איז בעסער ווי ווען ארויסנפח'ע the higher you date the higher your divorce rate עפעס האב איך געזעהן די רבי לאנדא א פרישער אנשיקעניש האט זיך דערקלערט פארשטייער, בכלל ווארפן מיר ארום גאר אסאך אומסייענטיפישע סטעיטעמענטס, ווי גלייך מ'האט נאמבערס, ס'ארבעט אבער נישט אזוי. כאטש האט מען טאקע נומבערס, ס'דארף אבער זיין פיל מער דעוועלאפד


מ'דארף ווען נעמען אלע טעראפיסטן, אלע סואיסיידס, אלע מלמדים, אפילו די וואס זענען שוין נישט אין חינוך, אין אלע גענגטער און אפילו אין מעלבורן אויסטראליע וועט מען וויסן קלארערער פאקטן.
 
43 וויקטעמס דאהי!

43 זענען גערעיפט געווארן זייענדיג א אומוויסענד קינד אין א מצב ווי מ'קען זיך נישט דיפענדען!!
💔💔💔💔💔💔

וואספארא רשעות אין קרענק איז איינגעווארצלט אין אונזער סאסייאיטי?

וויאזוי קענעך זיין רואיג צו האלטן מיינע קינדער אין אזא פלאץ?

עס פעלט מיר ווי איך הייב זיך אויף אין איך מוף צו עפעס א אינזל אין די קאריביען.
1) אלס שגץ קען איך זאגן מיין צוויי צענט, אסאך אסאך טראמא.
2) אין א קולט איז נאר דא איין מאראל קאוד, וואס די לידער פירט איין, לויט דעם מעג מען טוהן וואס מ'וויל מיט וועם מ'וויל, אבער אז דו האסט נישט די פילטער אדער יא די דענים הויזן דאס ווידערשפעניגט שוין אין זיין/זייער מאראל קאוד.

מאלעסטעישן גייט זיי נישט אן ווייל דאס פאסירט דאך בכלל נישט, אלעס וואס הצדיקת עדינה מיילס המכונה פלעטבוש גירל זאגט געשעט דאך נישט סא ווי קוריאז עס הערט זיך איז עס באלד ווי וויינען פאר עסן צו קים דזשאנג, ער זעהט נאר עסן א גאנצען טאג, ער זעהט דען אז מענטשן עסן ראטן צו קענען איבערלעבן, ער זעהט איין זאך אז ער איז גאט און קענסט גארנישט טוהן אים צו געבן אביסעלע א woke reality check

מיינסט איך רעד עקסטרים? קוק נאך וואס טוט זיך און האט זיך געטוהן אין סקווירא, צען יאר צוריק, און דרייסיג יאר צוריק. דארט זענען בלי גוזמא טויזנטער אומשולדיגע קינדער מאלעסטעד געווארן, ליפא שמעלצער פארציילט דאס היינט אין פאדקעסטס און איך האב דאס שוין לאנג געהערט.

דאס איז דאך די קולט פון די קולטס

פארציילט מיר א חבר אז זיין חבר האט פארבראכט א שבת דארט, און נישט געהאט קיין געלט פאר די באס, איז ער געגאנגען פרעגן מענטשן און עפעס א מלמד האט אים געזאגט ער גייט אים געבן, אבער קודם מוזטו אראפקומען מיט מיר, אונטער די גרויסע בית מדרש דארט, אין די בית כסא'ס זענען הונדערטע אויב נישט מער קינדער מאלעסטעד געווארן, דיינים! יא האסט גוט געליינט, די שענסטע אידן די משה מנחם טויבנפעלד דער הינט דארף מען איינשפארן פאר לייף, געטוהן וואס ער האט געוואלט מיט זיין פאוער!

עניוועי דער מלמד האט אים אריינגענומען אין א סטאול אינמיטן די לאנגע שלש סעודות אים אריינגעשטופט פון אונטן און געגעבן די געלט... אבער וואס איז די פראבלעם? גיין דאווענען אין פרידווארלד נורסינג האום, געוואלד געשריגן. דאס מיינט א קולט! טאקע דאס.
 
לעצט רעדאגירט:
שלעכט שלעכט. ער האט זיך אינדשויט מיט דיר ? פארוואס נאכדעם רודפ’ן?
דאס איז די פעטיש, זיך אינזשויען דורך דערנידערן - דאמינעיטן

אדער דינייען די ענדזשוימענט, ווען יענער וויל עס, ס'איז דא מענטשן וואס גלייכן עס אבער אין מאלעסטעישן איז עס אפט פרעדעטאר און פרעי
הגם איך גלייב נישט אין אלפא'ס און בעטע'ס האלט איך אז מענטשן געבן א ווייב, און איך טראכט אסאך פון מיין סעלף אימעדזש צו איך בין גענוג שטארק קען זיין ווייל איך אינטערנעלייז אזא פרעי אינסעקיוריטי, ליפא טענה'ט אז א מענטש וואס איז א וויקטים קען אמאל עס ארויסווייזן מיט פעישעל עקספרעשנס אפילו אן אויפפאסן.
 
אדער שעמט מען זיך פלעין
אר יו קידינג? זיכער אזוי


וואס איז די שאלה, מענטשן דא האבן שטערבליכע קאמפלעקסן וואס אני הקטן בין נישט זוכה צו פארשטיין, מ'וועט גיין אנאנים אויף א אנאנים ניק... שיקן אנדערע מענטשן נאכשרייבן זייערע ווערטער... וואס זענען די טשאנסן אז יעדער דא שטימט די ריכטיגע ענטפער?
 
די אנקעטע דא אויבן זאגט אז איינס פון 4 זענען געווארן מאלעסטעט. א שרעק פון א נומער.

א מאלעסטירטער
דעטס רייט. ווילסט וויסן פארוואס? ווייל סעקס עדזשוקעישן איז חזרי'ש געדענק,,, דאס איז די תוך תוכו פון די פראבלעם

די לינקע זענען הייליג גערעכט! מ'דארף לערנען וויאזוי די מענטשליכע באדי און הארמאנען ארבעט!
דאס וואלט גענידערט די אלע חזיריי אין איין חודש, וואס איז די פראבלעם? מ'ואר נישט? נאר א מיידל מעג מען פלוצים יא אויפקלערן? אהא
און אויב מיין רבי קלערט מיך אויף איז בעסער?

מ'לערנט נישט די birds and the bees פארוואס? ס'איז זיכער געבינדן צום גרעסערן שמועס, no doubt


מ'ווייסט קלאר די ערגסטע סטעיטס פון טין פרעגנענסיס זענען קארילעיטעד מיט די מערסטע נאן קאנסענטשועל דעיט רעיפ/סעקס אביוז


פארוואס? ווייל דארט לערנט מען אויס אזוי, מורי ורבותי? ביזי ווילד ווי א פערטיל פומע? אקעי... נאכנישט יעצט, באלד גייסטו שוין חתונה האבן און דעמאלטס.., א סיקרעט..

וואס איז די בושה? יא ס'איז דא א פינעס אוו א וועדסשיינע דעס גייט דא און יענס גייט דארט, no means no
אפילו אינמיטן קען מען זאגן ניין און אויפהערן, נאנוויילענט קאמיוניקעישן און ארלעדיגט. אנטלויפן פון מציאות האט אונז נאר געברענגט עגמות נפש! ס'איז צייט זיך אויפצווועקן און זיין אביסל "חזירי'ש" ווייל אז נישט ווערט די עכטע חזיר דער עדזשוקעיטער.

Now איך בין יא דאנקבאר צו מיינע עלטערן און ספיציפיש מיין מאמע וואס האט מיר יא געווארנט צו שטיין ווייט פון מענטשן וואס זענען צו פריינטליך און געבן נאש, און ווילן זיין מיט מיר אליין, און ס'האט מיר זיכער געהאלפן. אבער עס איז צו vague מ'דארף לערנען סעקס! עס איז נישט שמוציג, ס'מוז ווערן געלערנט פאר ס'געשעהט, איך ווייס נישט. מ'קען עס זייער נארמאל און פראקטיש פארלייגן, אזוי ווי בייאלאגיע איז נישט סעקשועל, נאר די פארגלייבטע קריסטען רעפובליקענס קוקן יעדע זאך ווי א שמוציגע זאך, דרעג? חזיריי, מ'זאגט די ווארט פינעס וויל מען געי מאכן קינדער. ס'איז בולשיט.

לערן דוקא אויס קליינערהייט וועט עס העלפן. ס'וועט נישט טראמאטייזן ס'איז שטותים, זאג פונקטליך וואס יענער וויל און וואס דו זאלסט טוהן צו פראטעקטן און עפן אפילו פאר Q&A און וועסט זעהן ווי גוט מ'וועט קאמיוניקעיטן די נושא. יואלי ראטה רעדט מיט קליינע קינדער וועגן דעם.

און ווען מ'ווערט אביסל עלטער קען עס גיין צו די פיובערטי זאכן אויך.


נישט די פארשטיקענע שובבים "קדושה" קדשי קדשים הלל וויינבערגער גארבידזש, נחום איז גערעכט מיט דעם, מ'דארף זיין מער רעאליסטיק, ווייל דאס איז אמאל זיכער אז די אלע בענדעידשעס און די אנטלויפן דערפון אין גרוב אריין, קריעיט נאך וויקטים'ס.
 
בינעך דאנקבאר פאר מיין מאמע מיר צו זאגן אלץ קינד אז ס'איז דא קראנקע מענטשן וואס ווילן אראפ ציען די הויזן. מ'רעדט נישט צו קיין פרעמדע אפי' ווען ער האט א נאש אדער שמייכלט. און מ'גייט נישט מיט קיין פרעמדער קיין ערגעץ.

ווען איינער האט מיר געוואלט געבן א נאש פארן דאווענען, זאגן אמן, וואטעווער, פלעג איך קוקן אויף מיין טאטע און ווארטן ער זאל שאקלן מיטן קאפ אז כ'מעג עס נעמען.
 
דעטס רייט. ווילסט וויסן פארוואס? ווייל סעקס עדזשוקעישן איז חזרי'ש געדענק,,, דאס איז די תוך תוכו פון די פראבלעם

די לינקע זענען הייליג גערעכט! מ'דארף לערנען וויאזוי די מענטשליכע באדי און הארמאנען ארבעט!
דאס וואלט גענידערט די אלע חזיריי אין איין חודש, וואס איז די פראבלעם? מ'ואר נישט? נאר א מיידל מעג מען פלוצים יא אויפקלערן? אהא
און אויב מיין רבי קלערט מיך אויף איז בעסער?

מ'לערנט נישט די birds and the bees פארוואס? ס'איז זיכער געבינדן צום גרעסערן שמועס, no doubt




נישט די פארשטיקענע שובבים "קדושה" קדשי קדשים הלל וויינבערגער גארבידזש, נחום איז גערעכט מיט דעם, מ'דארף זיין מער רעאליסטיק, ווייל דאס איז אמאל זיכער אז די אלע בענדעידשעס און די אנטלויפן דערפון אין גרוב אריין, קריעיט נאך וויקטים'ס.
איז דאס א נארמאלע ערשיינונג אין יעדע קרייז? אין סאטמאר איז דאס טעריבל, מיר האט מען מען אויסגעלערנט צו ציטערן פון מיין פינעס און אפילו נישט קוקן דארט, ווער רעדט נאך פון זיך שאוערן נאר גיסן מיט א באטל, חלילה נישט רירן נישט טראכטן נישט וויסן, און אזוי... גיי צום חתונה וואס איז די פראבלעם. העלא? ס'גייט נישט אזוי

די זאכן טריגערן מיר געפערליך , איך פיל באמת ווי די מעסעדזשינג וואס א בחור אדער חדר יונגל באקומט הארגעט מערידזשעס, די מאן דארף דאך אפיצעל לויט ענק רעכטע זיין דער וואס לידס די וועי, און אים זאגט מען "האב דיך פיינט די חזיר" און די מיידל פארציילט מען יא


גארנישט מאכט נישט קיין סענס רבונו של פאקן עולם ארור מרדכי ברוך המן ווי איך גלייך צו זאגן אין אזא מינוט...
 
Back
Top