אפענע אנקעטע - זענט איר געווארן מאלעסטירט?

זענט איר געווארן מאלעסטעט אלס קינד?

  • יא, אלס יונגל אונטער צען יאר

    Votes: 14 9.2%
  • יא, אין די יארן צווישן צען און דרייצן-פערצן

    Votes: 13 8.5%
  • יא, אלס בחור צווישן די בר-מצוה און די אכצן

    Votes: 17 11.1%
  • איך בין קיינמאל נישט געווארן מאלעסטעט

    Votes: 109 71.2%

  • Total voters
    153
בינעך דאנקבאר פאר מיין מאמע מיר צו זאגן אלץ קינד אז ס'איז דא קראנקע מענטשן וואס ווילן אראפ ציען די הויזן. מ'רעדט נישט צו קיין פרעמדע אפי' ווען ער האט א נאש אדער שמייכלט. און מ'גייט נישט מיט קיין פרעמדער קיין ערגעץ.

ווען איינער האט מיר געוואלט געבן א נאש פארן דאווענען, זאגן אמן, וואטעווער, פלעג איך קוקן אויף מיין טאטע און ווארטן ער זאל שאקלן מיטן קאפ אז כ'מעג עס נעמען.
נייס!
מ'דארף געדענקען די גוטס, איך מיין זי האט עס נאר געוויסט צו זאגן נאכדעם וואס זי האט געהערט זאכן וואס מלמדים האבן געטוהן אין חדר מיט קינדער און ס'האט איר זייער געשאקלט, אויך אין די גענט האט זיל געדרייט איין בארירטער עלעמענט וואס האט אמאל געדזשעסשורט צו א קרוב אונזערס מיט די האנט אויב ער וויל אהיימגיין מיט אים, זיין טאטע איז געקומען צו לויפן און אים באזידלט און באשייגצט און יענער האט געלייקנט די גאנצע זאך. מ'קען שרייבן ביכער.

I believe what happens to victims
 
עס איז דא גענוג און נאך פון די עפיסאדן, אבער יעדעס איינציגע מאהל ווען מען הערט די זאכען
איז מעורר הכעס, ווי אזוי מען פלעגט נישט גענוג אכט גיבען אויף די זאכען, לכאורה איז היינט די מצב
מער צופריעדענשטעלנד ווייל עס איז דא מער אווארנעס, וה׳ יודע האמת .
איך זאג אלעמאל היינט איז 'בעסער' ווי נעכטן מיינט נאכנישט היינט איז גוט.

ווייל עדזשוקעישן איז געווארן 'בעסער' מאכט עס נאכנישט געזעצליך, עס איז געווארן פון נעגעטיוו 45 נעגעיטיוו 10 עס איז נאך גארנישט מיט גארנישט. דאס הייסט ביי מיר נישט קיין נארמאלע סטאנדארט,

same goes for this

בעסער ווי וואס? ווי די עפידעמיק וואס האט זיך אפגעטוהן אין די 80'ס און 90'ס רעכטס און לינקס? בעסער אז ווייניגער קרבנות פאלן אריין אין נעץ? Maybe. די קאמיוניטי איז נאך אלס א קראנקע ווי חיים וואלדער ימ"ש קען שטארבן א היראו אויף אלע ארטאדאקסישע צייטונגען למען ה אויפן קעפל, און נחמיה וועבערמאן איז א "טעראפיסט" וואס מ'האט אומזיסט חושד געווען, דאס איז בעסער? בעסער ווי די 4,000 פעלער אין די קאטוילישע קירכע קען זיין, וויאזוי עס דארף זיין? א גרויסע הויכהילכיגע ניין.
 
לעצט רעדאגירט:
איך ווייס נישט אויב די מצב איז היינט מער צופרידנשטעלנד אבער אווערנעס פאר העלפ פאר אדאלטס וואס האבן מיטגעמאכט טשיילד סעקסועל אביוז איז דא מער היינטיגע צייטן פונקט ווי אווערנעס אויף אנדערע טראומעס.
 
מיין טאטע האט מיך געזאגט פאר כ'בין געגאנגען אין א"י לערנען ביי די 16:
גייסט אין א"י ס'איז דא דארטן אסאך מענטשן וואס וועלן פראבירן דיך אנצורירן, איינער וואס רירט דיך אן, אפי' נאר א קליין טאפּ, לאז עם נישט און זאג ניין.
דאס האט מיך געגעבן אזא שטארקע backbone און געראטאוועט פון ממש צענליגע חברה וואס האבן מיך פראבירט צו רעיפּן, איך האב זיך עטליכע מאל געדארפט פיזיש שלאגן מיט זיי, ווייל זיי האבן נישט געוואלט אפלאזן, איינמאל וואס זייערע ציל איז שוין באוואוסט.

איך בין געווען א פיעפל פליזער, און ווען נישט דעם וואלט איך זיכער נישט געקענט זאגן סטאפּ, אפילו אזוי איז עס געווען כמעט אוממעגליך. אבער וואס מיין טאטע האט געזאגט האט מיך געגעבן אזא מין שטארקע Backbone, וואס האט עס געמאכט מעגליך.

ווארט נישט דיין זון זאל עס לערנען פון חברים, אדער אפילו ערגער די רעיפיסט אליינס.

מיין טאטע האלט איך האט נישט געטון גענוג, ער האט נאכאלס געזאגט ברמיזה "אנרירן". פון סע**לע זאכן, וועגן די אברים, זרע, וכו' האט ער קיינמאל גערעדט. דאס האב איך געלערנט פון עקפעריענס, און חברים. לערן אויס דיין קינד ‐ בעסער ער זאל וויסן דארך דיך, ווי פון חברים אדער אליינס.
 
💯

מ'דארף רעדן קלאר. שכח פאר מיטטיילן.

איך בין א בלאנט מענטש און איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען קיין רמזים, אז דו זאגסט גראד וואס דו ווילסט פארשטיי איך.

אין אלע קול קורא'ס וואס קומט ארויס וועסטו זעהן beating around the bush דאס האט נישט קיין פנים
 
Back
Top