פערל רייד

קהל׳ס נער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2024
מעסעדזשעס
716
רעאקציע ראטע
3,334
אלץ קינד אין מיין מחזור עטרת פלעגט שטיין אונטן פערל רייד (אוי ציטער איך נאך פון די מעשה וואס מען האט איינעם אפגעשניטען די צינג פאר נישט זאגן אמן), אויפן יום טוב, איז לאמיר דא ברענגען די פערל רייד אויפן טאג טעגליכען לעבן.

טראכט ווי נער׳יש די אווערידזש מענטש איז, יעצט נעם און באטראכט אז האלב פון דער עולם איז אפילו נער׳ישער פון זיי….
(ג׳אורג׳ קארלין)
 
אויב איך בין נישט פאר זיך, ווער וועט זיין פאר מיר?
אויב איך בין נישט פאר אנדערע, וואס בין איך?
און אויב נישט יעצט, ווען?
(הלל הזקן)
 
אייביג איז ער אנדערש ווי א יעדעם איינעם. יעדער איינער מיינט זעך. און איך מיין מעך.
 
לעצט רעדאגירט:
אז מען פרובירט עפעס און עס ארבעט נישט איז מען א ברעיוו מענטש.
אז מען פרובירט נאכאמאל די זעלבע סטרעראג׳י און מען ערווארטעט אנדערע תוצאות איז מען א שוטה.
(מיוחס להרב אלבערט איינשטיין)
 
ווען וועט זיין שלום אין די מיטל מזרח?
ווען די אראבער וועלן אויפהערן צו ליב האבן די טויט ווי אונז האבן ליב לעבן!
(גאלדא מאיר)
 
ווען אונז לייגן ווע אראפ די וואפן האבן מיר א צווייטע האלאקאוסט, ווען די אראבער לייגן אראפ די וואפן וואלט געווען שלום
(גאלדא מאיר)
 
ווען אונז לייגן ווע אראפ די וואפן האבן מיר א צווייטע האלאקאוסט, ווען די אראבער לייגן אראפ די וואפן וואלט געווען שלום
(גאלדא מאיר)
איך האב עס צוטירט ווייל למעשה איז עס ריכטיג און שארף.
אבער איך וויל קלאר מאכן אז אלץ א כהניסט בין איך נישט מסכים אז עס איז ריכטיג אזוי צו טוהן סיי ברוחניות און סיי בגשמיות.
מען דארף 90% פראצענט אראבער ארויס טרייבן, און אויך אייננעמען עבר הירדן, צפון לבנון און מדבר סיני.
אבער דאס באלאנגט שוין אין א צווייטע אשכול
 
ווען וועט זיין שלום אין די מיטל מזרח?
ווען די אראבער וועלן אויפהערן צו ליב האבן די טויט ווי אונז האבן ליב לעבן!
(גאלדא מאיר)
דאס איז אלעס שיינע פּראפּאגאנדע זיך צו קענען פּאטשן אין בייכל און פילן בעסער ווען מ׳פארגיסט בלוט ווי וואסער.

די אמת קוקט היינט אויס גאר פארקערט. די פּאלעסטינער האבן אזוי ליב דאס לעבן אז אפילו אין די ערגסטע אומשטענדן וועלן זיי קיינמאל זיך נישט אויסשטרעקן אויף דער ערד צו ווערן איבערגעטראטן. Give me freedom or give me death איז לפענ״ד אן ערהאבענער אידיאל.

שטייטצעך איך רעד נישט דא פון די חאמאס רשעים - איך רעד פון די ציווילע בירגער וואס מ׳שעכט אין די טויזנטער יונג און אלט און קליינע קינדער אז ס׳כאפט א פחד וואספארא השחתה מ׳שיקט יונגע קינדער פון ישראל צו באגיין (איך הער ס׳דא עטליכע וואס זענען באגאנגען זעלבסט מארד פון די מיזערי פון צוזעהן אזעלכע שרעקליכע זאכן)
 
און די אנדערע אפשען איז אז די טעראריסטן זאלן הרג׳נן און רעיפען אידן…..
 
דאס איז אלעס שיינע פּראפּאגאנדע זיך צו קענען פּאטשן אין בייכל און פילן בעסער ווען מ׳פארגיסט בלוט ווי וואסער.

די אמת קוקט היינט אויס גאר פארקערט. די פּאלעסטינער האבן אזוי ליב דאס לעבן אז אפילו אין די ערגסטע אומשטענדן וועלן זיי קיינמאל זיך נישט אויסשטרעקן אויף דער ערד צו ווערן איבערגעטראטן. Give me freedom or give me death איז לפענ״ד אן ערהאבענער אידיאל.

שטייטצעך איך רעד נישט דא פון די חאמאס רשעים - איך רעד פון די ציווילע בירגער וואס מ׳שעכט אין די טויזנטער יונג און אלט און קליינע קינדער אז ס׳כאפט א פחד וואספארא השחתה מ׳שיקט יונגע קינדער פון ישראל צו באגיין (איך הער ס׳דא עטליכע וואס זענען באגאנגען זעלבסט מארד פון די מיזערי פון צוזעהן אזעלכע שרעקליכע זאכן)
דו שרייבסט "וואס מען שעכט אויס" כאילו צו זאגן אז צה"ל טוט בכוונה הרגנ'ן קאלטבלוטיג ציווילער וואס דאס איז פארשטייט זיך א ליגענט.

בכלל איז אינטערסאנט צו זען מענטשן וואס זענען יעצט געוואור צום ערשטן מאל אז עס באשטייט א זאך ווי א מלחמה ווי עס שטארבען ציווילע, מסתמא א נייע טייוולאנישע אויסטרעף וואס די ציונים האבן אויסגעטראפן. כאילו עס זענען נישט געהרג'ט געווארן נאנט צו א האלב מיליאן ציווילע אין די אמעריקאנער אינוואזיעס זייט 9/11. נאנט צו א האלבע מיליאן ציווילע אין דייטשלאנד אין WWI. און עטליכע הונדערט טויזענט אין די אטאמישע באמבינגס אין יאפאן.

דווקא פון מד"י וואס איז ארויס אין מלחמה נאך די 7 אקטאבער פאגראם וואס איז פארגעקומען אין אירע שטח און איז מקפיד ווי ווייניגער זי קען צו שעדיגן ציווילע און שיקן נאך אריין טויזענטע טראקס מיט שטיצע פארן פיינט (א זאך וואס איז לכאורה נישטא אזא גלייכן אין היסטאריע) ווערסטו דערשיטערט?
 
לעצט רעדאגירט:
דא איז נישט קיין מדובר איבער ווער ס'איז גערעכט. בפשטות איז מדינת ישראל גערעכט, אויב מ'וויל גיין די path פון גערעכט/נישט גערעכט. ס'איז אויך נישט די מדובר וואס מ'האט צו טוהן פראקטיש, ווייל פראקטיש דארף מדינת ישראל טוהן וואס זיי האבן צו טוהן.

דא איז די מדובר איבער די סטעיטמענט פון גאלדא מאיר, אז די אראבער האבן ליעב די טויט און ישראלים די לעבן. ס'איז סתם הייפ. זיי שטארקן זיך וועגען "לעבן" גופא, נישט וועגען טויט, און אויב ס'איז טויט, דעמאלט זענען ישראלים פונקט אזוי כפוף צום טויט ווען זיי גייען קאפ אין וואנט. אפילו ס'איז בארעכטיגט. ציווילע אראבער דארף מען צוגלייכן צו ציווילע ישראלים, און מיליטער צו מיליטער. ס'איז א סטעיטמענט וואס איז גוט פאר הייפ, נישט קיין אמת'ע סטעיטמענט, און אודאי נישט קיין פערל רייד..

כנלע"ד בדברי @אנטוישטער יונגערמאן
 
לעצט רעדאגירט:
ציווילע אראבער :ROFLMAO::ROFLMAO:🤣

זעהט אויס דו האסט נאכנישט געהערט די נייעס אוואו געפאנגענע זענען געהאלטן געווארן במשך לאנגע חדשים..
איך פרוביר צו פארשטיין דיין לאגיק, ווייל דער וואס האט געהאלטן די משכונות איז א ציווילער מיינטס עס אז "אלע" ציווילע זענען א חלק דערפון? פעלן דען ציווילע פארברעכער איבעראל?
 
Back
Top