פערל רייד

גערעכט, יעדער איז גוט און וואויל אלע באשעפענישן זענען אייניג.

מ'דארף יעדען פארשטיין...
 
ציווילע אראבער :ROFLMAO::ROFLMAO:🤣

זעהט אויס דו האסט נאכנישט געהערט די נייעס אוואו געפאנגענע זענען געהאלטן געווארן במשך לאנגע חדשים..
ס'פעלט ציוויליזאציע אין א מענטש וואס זעהט נישט יענעמס ציוויליזאציע
 
ס'פעלט ציוויליזאציע אין א מענטש וואס זעהט נישט יענעמס ציוויליזאציע


א חכם איז יענער זיכער נישט. ווייל אויב מ'וויל זיין פון די "חכמים עליט" מוז מען אננעמען אז אלע ספישיס זענען אייניג און חלילה נישט דיסקרימינירן צווישען אנדערע ציוויליזאציעס...

וואס ווילסטו מען זאל זאגן אז דו בוסט נישט ציוויליזירט?! ענדערש זאג ליגענט ווייל אזוי וועסט גערעכנט ווערען פון די ציוויליזירטע וואס טענה'ן אז אלע זענען אייניג.

ווער וויל דען זיין פון די נארישע קליינע קעפ וואס זאגן אז עזה אראבער זענען באפעסטעט מיט רעיפּ און רציחה....
 
לעצט רעדאגירט:
עס איז דא מענטשן וואס מיינען אז היטלער איז נישט גערעכט געווען ווייל זיינע טענות אויף אידן זענען נישט געווען אמת, אבער ווען עס וואלט יא געווען וואלט ער טאקע גערעכט געווען. ואני לא כן עמדי, נאר צו זאגן אויף סיי וועלכע גרופע מענטשן אז זיי זענען "ביסודן" שלעכט און דאס נוצן פאר א סיבה זיי אויסצוראטן איז אפגעפרעגט ביי יעדן רעכט-דענקיגער און גאט-פארכטיגע מענטש.

דאס מיינט נישט אז ביי א געוויסע פאלק איז נישטא מער רציחה וכדו', אבער דאס איז נישט קיין בארעכטיגונג אויף די כלליות'דיגע רציחה אויף סיי ווער פון די פאלק.
 
גערעכט

אבער געוויסע שפירען אז זיי מוזען זאגען אז ביידע זייטען זענען אייניג, ציווילע אקעגען ציווילע און צה"ל מיט חאמאס.

זאגען שקר כדי צו הייסען ציוויליזירט, מאכט עס נישט אויס שקר.
 
גענוג געווען לעניית דעתי לאמיר ממשיך זיין אין אנדערע אשכולות איבער די נושא פון ארץ ישראל וכו׳ און צוריק גיין צום נושא.
היות איך האב בטעות גורם געווען דערצו פיל איך אחריות צו צוריק דרייען
 
איך פרוביר צו פארשטיין דיין לאגיק, ווייל דער וואס האט געהאלטן די משכונות איז א ציווילער מיינטס עס אז "אלע" ציווילע זענען א חלק דערפון? פעלן דען ציווילע פארברעכער איבעראל?
ניין ס׳מיינט נישט, אבער מען זאל אויפהערן ניצען די ווארט צייווילע צי אטאקרין מדינת ישראל, טאקע ווייל די ווייסט טאקע נישט ווער ס׳איז א עכטע ציווילע און ווער נישט.
 
עס איז דא מענטשן וואס מיינען אז היטלער איז נישט גערעכט געווען ווייל זיינע טענות אויף אידן זענען נישט געווען אמת, אבער ווען עס וואלט יא געווען וואלט ער טאקע גערעכט געווען. ואני לא כן עמדי, נאר צו זאגן אויף סיי וועלכע גרופע מענטשן אז זיי זענען "ביסודן" שלעכט און דאס נוצן פאר א סיבה זיי אויסצוראטן איז אפגעפרעגט ביי יעדן רעכט-דענקיגער און גאט-פארכטיגע מענטש.

דאס מיינט נישט אז ביי א געוויסע פאלק איז נישטא מער רציחה וכדו', אבער דאס איז נישט קיין בארעכטיגונג אויף די כלליות'דיגע רציחה אויף סיי ווער פון די פאלק.
איך וואלט אפגעטיילט רעכט-דענקיג מיט גאט פארכטיג.
עיי' ערך מחיית עמלק.
 
אז מען פרובירט עפעס און עס ארבעט נישט איז מען א ברעיוו מענטש.
אז מען פרובירט נאכאמאל די זעלבע סטרעראג׳י און מען ערווארטעט אנדערע תוצאות איז מען א שוטה.
(מיוחס להרב אלבערט איינשטיין)
גראדע, האב איך געזעהן אויף אינסטעגראם פון א פסיכאלאג וואס האט מסביר געווען אז כאטש ס׳קוקט טאקע אויס ווי א שטות, מאכט עס דיר נאכנישט קיין שוטה -
ווייל human nature איז
to stick to what you know
ביז מ׳טרעפט עפעס בעסער
 
א חכם איז יענער זיכער נישט. ווייל אויב מ'וויל זיין פון די "חכמים עליט" מוז מען אננעמען אז אלע ספישיס זענען אייניג און חלילה נישט דיסקרימינירן צווישען אנדערע ציוויליזאציעס...

וואס ווילסטו מען זאל זאגן אז דו בוסט נישט ציוויליזירט?! ענדערש זאג ליגענט ווייל אזוי וועסט גערעכנט ווערען פון די ציוויליזירטע וואס טענה'ן אז אלע זענען אייניג.

ווער וויל דען זיין פון די נארישע קליינע קעפ וואס זאגן אז עזה אראבער זענען באפעסטעט מיט רעיפּ און רציחה....
ס׳קוקט מיר אויס ווי דיין בארעכטיגטע שנאה צו אסך פון ליבעראלע בּאלשיט, פארבלענדט דיר די אויגן פון זעהן קלאר פון וואס מ׳רעדט דא.

קיינער אין קרעמל האלט נישט אז human beings זענען נישט אומשטאנד צו טון שרעקליכע אומפארגעבליכע עוולות וו.צ.ב.ש. חאמאס

קיינער דא ערווארט נישט פון קיינעם זיך אויפצוהערן אפהיטן פון רוצחים

מ׳רעדט דא פון collective punishment

אזויווי דער מלמד וואס קומט אריין און טיילט פראסקעס רעכטס און לינקס וועגן איין תלמיד האט זיך געוואגט צו פארשוועכן זיין כבוד מיט א prank

שטעל זיך פאר ווען אלע אידן ווערן באשטראפט פאר די שרעקליכע שווינדל פון Bernie Madoff
וויאזוי וואלסטו געפילט ווען אמעריקע קומט ארויס מיט א געזעץ אז קיין שום איד מעג נישט מער פארמאגן א ביזנעס ״פשוט זיך צו פארהיטן פון אזעלכע געשליפענע שווינדלערס

דא רעדט מען אבער אסך א ערגערע מצב ליידער,איך ווייס נישט וויפיל דו האסט געזעהן up close די שחיטות וואס קומען פאָר פאר די אויגן פון די גאנצע וועלט פון יונגע אומשילדיגע קינדער, מאמעס, באבעס און טויזנטער משפחות, פאר א זינד וואס חאמאס האט געטון (האלב פון די מיליאנען מענטשן אין גאזא זענען נאך אפילו נישט געבוירן געווארן ווען חאמאס איז אריינגעקומען אין געוועלטיגונג - אין case דו ווילסט ניצן די נארישע טענה אז זיי האבן אויסגעוועלט זייער פירער)
 
זאגסט פיינע זאכען, הגם ס'איז אינגאנצן נישט גלייך צו אידישע אדער אנדערע ראסיזם.. דא רעדט מען פון א קריג, אוודאי וויל קיינער נישט קיין מלחמה אבער א מלחמה איז דאס וואס עס איז.

עכ"פ אפי אזוי, טאקע צוליב דעם וואס דו זאגסט, טוט נישט מדינת ישראל וואס אמעריקע האט געטוהן ביים אטאקירן דייטשלאנד און זייערע אליאירטע, ווען זיי האבן פארטיליקט זיידע'ס, קינדער, און פרויען.

צבא הגנה לישראל שטעלן איין זייערע אייגענע מיליטער לייט, צו סכנות'דיגע שלאכטן, נאר ווייל זיי רעכענען זיך מיט ווייבער און קינדער (וואס זענען דערווייל נאכנישט רייף צו רצח'נען ציווילע אידן) בו בעת וואס זייער קעגענער חאמאס רעכענט זיך נישט מיט קיין שום ציווילע.

גלייב מיר, אויב זיי ווילן ערלעדיגן די זאך, און נישט זיך רעכענען מיט ציווילע, וואלט די מלחמה זיך שוין גענדיגט אסרו חג..
 
לעצט רעדאגירט:
איך פרוביר צו פארשטיין דיין לאגיק, ווייל דער וואס האט געהאלטן די משכונות איז א ציווילער מיינטס עס אז "אלע" ציווילע זענען א חלק דערפון? פעלן דען ציווילע פארברעכער איבעראל?
ד''מ אז ישראל קען נישט דיפרענשיעיטן ציווישן מיליטערישע און ציווילע וויבאלד ס'מאכט זיך צו אפט אז ציווילע פירן זיך אזוי און דערפאר קאסט עס פיל מער ציווילע קרבנות.
 
ד''מ אז ישראל קען נישט דיפרענשיעיטן ציווישן מיליטערישע און ציווילע וויבאלד ס'מאכט זיך צו אפט אז ציווילע פירן זיך אזוי און דערפאר קאסט עס פיל מער ציווילע קרבנות.
ניין. ד.מ. אז חאמאס. מאכט זיכער אז די ציווילע שטייען אין וועג כדי די וועלט זאל זאגן וואס דו זאגסט דא.
 
נישט אינטער יעדע שפיצל ליגט א שפיצל.
און נישט אינטער יעדע לאנגע שייטל ליגט א לאנגע שייטל.

(דער גאלדענער אדלער)
 
Back
Top