פערל רייד

ד''מ אז ישראל קען נישט דיפרענשיעיטן ציווישן מיליטערישע און ציווילע וויבאלד ס'מאכט זיך צו אפט אז ציווילע פירן זיך אזוי און דערפאר קאסט עס פיל מער ציווילע קרבנות.
איך האב נישט קיין טענה ווען ציווילע ווערן גע'הרג'ט אויב דאס איז די איינציגסטע מהלך און עס איז מיט א מאס, איך האב מיר באצויגן צו די טענה וואס מ'האלט אין איינהערן "אויך מיר ציווילע" "נישטא קיין ציווילע אין עזה" וכדו'

און פארשטייט זיך מדמה זיין די IDF צו חאמאס איז מאן דכר שמיה.
 
פארברען נישט דיינע בריקן
(אנקנאון)

(איך האב מיך אויסגעלערנט די שווערע וועג😂)

100% אז ס׳לוינט זיך אכטונג צו געבן נישט פארפאטשקענען רילעישנשיפס וואו מ׳קען פשוט ענדיגן זאכן אין א פארווע וועג.

אבער ס׳דא געוויסע פעלער ווי מ׳דארף אמאל האבן די קוראזש צו פארברענען די בריק

Tony Robbins

האט עס מסביר געווען מיט אן אינטרעסאנטע משל:

ווען אן ארמיי וויל אייננעמען אן אינזל, און דער גענעראל וויל אז זיינע זעלנער should give it their all

און זיך נישט אונטערפוילן, וואס טוט ער?

ער פארברענט די שיפלעך מיט וועלכע זיי זענען אנגעקומען! אזוי איז נישטא קיין וועגצוריק, ס׳דא נאר איין ברירה, צו מאכן זיכער אז זייער אפעראציע זאל זיין בהצלחה

דא איז ער מאריך דערויף מיט א גוטע אויספיר

https://m.facebook.com/reel/363547434803243/?referral_source=vod_watchfeed_unit

אין פראקטישן לעבן קומט עס צוניץ למשל ווען דו האסט א toxic קרוב, אדער אן עבּיוסיווboss און דו טוסט עפעס דראסטיש וואס פארזיכערט there’s no going back

אבער ס׳איז גאר לטובה...

(ס׳קען זיין שווער אויפ׳ן מינוט, אבער in the end צאלט זיך עס אויס בכפליים, ווייל דייןלעבן איז בעסער אָן יענעם)

אין אזא פאל קומט אריין דער אויסדריק:
 
בייגעלייגטע פיילס

  • 58AEF0E7-7FA4-4B18-8E9A-B55D2913FE46.jpeg
    58AEF0E7-7FA4-4B18-8E9A-B55D2913FE46.jpeg
    358.9 KB · געזען: 12
“נעם נישט ערנסט די קריטיק פון איינעם וועמען דו וואלסט נישט געפרעגט אן עצה״
איך מוז זיך מודה ומתוודה זיין אז ס׳אסך גרינגער דאס צו זאגן ווי צו טון.

יונגערהייט פלעג איך זיין אינגאנצן פארשקלאפט צו וואס מענטשן האבן מיר געטראכט פון מיר (לאו דוקא יעדער געצל גרונם פון גאס, אבער מענטשן וואס זענען מיר טייער) א חבר האט מיר געזאגט אין מיינע טינעידש יארן: פארוואס דארפסטו ווארטן פאר אנדערע אפצומאכן אויב דו ביזט גוט? דו זאלסט האבן דיין אייגענע מיינונג! (כ׳געדענק אוודאי נישט פונקטליך זיינע ווערטער) אבער ס׳האט געמאכט א טיפע רושם אויף מיר, ווייל ס׳איז מיר קיינמאל פריער ניטאמאל איינגעפאלן אז איך האב א רעכט זיך אויסצוקלויבן און האבן א מיינונג, איך בין געווען אזוי אונטערטעניג צו מיינע עלטערן און מחנכים (אפילו ווען כ׳האב עטוואס בועט געווען איז עס נאר געווען ווייל כ׳האב געמוזט אטעמען- נישט ווייל כ׳האב געטראכט אז ס׳איז אקעי זיך צו געבן רשות צו האבן א שליטה אויף מיין אייגענע לעבן)

עכ״פ נישט באאיינדרוקט ווערן ווען א צווייטער האט א שלעכטע מיינונג וועגן דיר, איז נישט סתם ווי א light switch וואס דו קענסט פשוט אויסלעשן ווען דו ווילסט. לפיענ״ד דויערט עס צייט צו היילן וואס האט זיך איינגעזאפט אין די צעלן - נאך פון אלס קינד - ווי א מיטל פאר דיין סערווייוול.

ווען א קינד וואלט געווארן זעלבסטשטענדיג ביי די צוויי יאר איז ער ווען אין געפאר אז די עלטערן וועלן אים נישט באשיצן- ממילא ווייל זיין סעווייוול איז שטארק אפהענגיק אין זיינע caregivers - טוט זיך די מח ספראווען מיט דעם אויף אזא אופן, אז ס׳זוכט צו געפעלן זיינע עלטערן און די וואס געבן זיך אפ מיט אים- ווייל ער איז אנגעוויזן אין זייער גענאד.

Inner child work און IFS העלפט די אינפארמאציע זיך איינצובאקן אין די צעלן פון דיין קערפער אז יעצט ביזטו מער נישט קיין קינד, ממילא מוז דיין מח מער נישט אנגיין אויף דעם אופן אז ס׳זאל אזוי ערנסט מורא האבן פון וואס יעדער אין דיין circle טראכט וועגן דיר

סך הכל: ס׳איז מער ווי סתם א decision אז ״איך וויל נישט ס׳זאל מיר אנגיין״
אויב וויל מען זיין מער זעלבסטשטענדיג איז געווענטליך וויכטיג צו האבן הילף פון עקספערטן אויף דעם הינזיכט וואס קענען דיר העלפן פילן safe אין דיין אייגענע הויט אפילו ווען יענעם שמעקט נישט דיין דרך
 
געב נישט ארויס דיין מח אדער הארץ פאר א וואוינארט פאר פרעמדע פריי אן אפצאל.
אויב זיי קומען אריין אן רשות, געב נישט אוועק דיינע כוחות זיי ארויסציווארפן, מאך פשוט נישט קיין עסק פון זייער אנוועזנהייט, מיט די צייט וועלן זיי אליינס ארויסגיין..
 
דורכ'פעלער מיינע רבי'ס

אין כאן חידוש. אבל נתחדש אצלי. אל תחשבו שלא שמעתיו עד היום. אבל היום קיבלתי.

גרויסע בושות, די דשאב איז געוועהן אנגעקאקט, די עולם אומצופרידן. ואני אנה אני בא.

יא, כ'פייגער צו זיין א פארטי פּלענער, אבער כ'מאך געווענטליך נאר משפחה חברים סטייל שמחות (איינמאל אין צוויי חדשים).

די גליקליכע פאון קאול פון מיין חבר אן עושר איז געקומען, ער מאכט פליצלינג א פּארטי, קום אריבער כ'וויל עס אנהייבן אין אפאר שעה.

כ'ווייס נישט ווי אנצופאנגן וויפיהל זאכן זענען געגאנגען שלעכט. נישט געברענגט גענוג טישטיכער. (-צוויי אנדערע קאלירן). די שיינע לייט'ס האבן זיך פארלאשן א האלבע שעה אריין. די גוים האבן נישט אלע געהאט די שיינע אנצונג'ן. פארגעסען צו ברענגן שיינע לייכטער'ס.

כ'שטיי און זעה די בליקן וואס די גבירישע חברים ווארפן. כ'באגראב זיך פאר בושות בשעת כ'פראביר כאטש אנצוהאלטן דעם סדר, באקומענדיג פלאפּ נאך פלאפּ.

ביים סוף האבעך זיך באמת אנשולדיגט, בשעת ער איז מיך מחזק "נעה, ס'געוועהן גוט", אבער זיינע אויגן דערציילן מיך די בושות וואס ער האט געהאט פארן ברענגן אזא אומ'פערפעשוניל בהמה.

מיין גאנצע גוף ווארפט זיך, כ'טרייסל זיך אין בעט מיט א פארפלאמט'ע פנים, כ'שעלט שטילערהייט נישט אויפצווועקן די צדיקות.

אבער. איין מינוט. @שבתי רופט מיך. וכה דברי אחי הגדול.

מ'לערענט זיך גארנישט פון סוקסעס. מ'קען זיך לערנען פון דורכפאלן. די פארקרומטע וועלט מיינט אז ס'איז א בושה. ס'נישט קיין בושה. ס'איז גאר דעם אמצעי צו הצלחה.

כ'וועל פשוט דורך גיין יעדע זאך וואס איז געגאנגען ראונג, וואס זענען די גורמים, וואס דארף איך טוישן פון היינט און ווייטער. און אזוי וועלעך ווערן מער פערפעשינעל.

יא. ס'גייט מיך נעמען צייט. כ'גיי נאך פלאפּן דא דארט. ס'גייט נישט זיין א סיבה זיך אפצושטעלן, ס'גייט מיך אויסלערנען מער און מער און נאר אזוי וועל איך מצליח זיין. אויב איך וויל מצליח זיין - מיז איך אקאצעפטירן מיינע מכשולות.

אין אדם עומד על דברי תורה אלא א"כ נכשל בה.

ווילסט א טעם אין אידישקייט? ס'קאסט א פרייז, זאלסט זיך ליב האבן אפי' ווען דו טוהסט נישט אלעס. זיי צופרידן ווי דו ביסט, וואס דו טוהסט יא. האב נישט מורא צו עקספיריענס'ן. די דורכ'פעלער זענען דיינע גרעסטע רבי'ס, שטאלציר מיט זיך און מיט זיי.
 
100%
רבי געלט איז טייער, אבער געווינען קען מען נאר דורכ׳ן פארלירן (און איך מיין דא זאכן וואס זענען ריכטיגע גרויסע געווינסן- נישט א צייטווייליגע הנאה)
 
דער וועלט זאגט אז אויב מען קען נישט ארינטער זאל מען אריבער, אבער איך זאג אז מען זאל לכתחילה אריבער.

(ריי״צ)
 
דער וועלט זאגט אז אויב מען קען נישט ארינטער זאל מען אריבער, אבער איך זאג אז מען זאל לכתחילה אריבער.

(ריי״צ)
וואס דען האט ער געמיינט.

און ברעסלב האט מען דאס שוין געטוהן 150 יאר פריער....
 
דער וועלט זאגט אז אויב מען קען נישט ארינטער זאל מען אריבער, אבער איך זאג אז מען זאל לכתחילה אריבער.

(ריי״צ)
מן הסתם פון די מערסטע באוויסטע חב"ד קוואוטס
 
שלעכטע נייעס: מען קען נישט מאכן מענטשן זאל זיך אויפפירן נערמאל
גוטע נייעס: מען קען מאכן מענטשן זיך וואונטשן אז זיי וואלטן זיך אויפגעפירט נערמאל
 
גוטע נייעס: מען קען מאכן מענטשן זיך וואונטשן אז זיי וואלטן זיך אויפגעפירט נערמאל
שלעכטע נייעס: מענטשן מיינען ס'איז דא אזא זאך וואס מיינט נארמאל

ערגערע נייעס: זיי מיינען אז נאר זיי האבן אויסגעפיגערט וואס דאס איז

גוטע נייעס: געוויסע כאפן אז ס'נישט מער ווי א ספין פונעם מוח (מיטן ציהל אונז צו האלטן סעיף)

בעסערע נייעס: זיי הייבן אהן אפרישיעיטן סימפליסעטי
--

ביי אסאך מענטשן ווערן זיי פאררעכנט אלס אזוי "נישט נארמאל" ווייל זיי וואונטשן זיך אפי' נישט זיך אויף פירן נארמאל.

זיי זענען טאקע אנדערש. זיי זענען די איינציגסטע וואס לעבן באמת 😂
 
שלעכטע נייעס: מענטשן מיינען ס'איז דא אזא זאך וואס מיינט נארמאל

ערגערע נייעס: זיי מיינען אז נאר זיי האבן אויסגעפיגערט וואס דאס איז

גוטע נייעס: געוויסע כאפן אז ס'נישט מער ווי א ספין פונעם מוח (מיטן ציהל אונז צו האלטן סעיף)

בעסערע נייעס: זיי הייבן אהן אפרישיעיטן סימפליסעטי
--

ביי אסאך מענטשן ווערן זיי פאררעכנט אלס אזוי "נישט נארמאל" אז זיי וואונטשן זיך אפי' נישט זיך אויף פירן נארמאל.

זיי זענען טאקע אנדערש. זיי זענען די איינציגסטע וואס לעבן באמת 😂
צו זיין משוגע איז א פריוויליגיע וואס נישט א יעדער קען זיך עס ערלויבן
 
צו זיין משוגע איז א פריוויליגיע וואס נישט א יעדער קען זיך עס ערלויבן
..האט זיך דער בעש"ט אנטשולדיגט "כ'קען נישט העלפן ארויס שלעפן די וואגן פונעם מאראסט"
האט זיך דער גוי אנגערופן "קענסט נישט? ווילסט נישט!"
 
Back
Top