לעניית דעתי איז יעדע מוסד אדער בית המדרש פון קהלת מהרז"ל אין קרית יואל א פארברעך! כולי עלמא מודי אז מהר"א איז די מרא דאתרא און עס האט נישט קיין זינען ווען עס זענען דא מוסדות אדער בתי מדרשים פון זיין קונקורענץ אין זיין שטאט ווי ער האט די בעלות
אלזא, איך ווייס נישט די מציאות הדברים פון די היסטאריע פון די גרויסע מוסדות פון מהרז"ל אין קרית יואל, אבער איך אלס זייטיגע צוקוקער זע איך עס אלס א זאך וואס איז א געפערליכע פארברעך און נישט אויסגעהאלטן פון זייער זייט, זיי טרעטן אויף רויטע ליניעס און זענען די וואס זייען אן די כסדר'דיגע אמפערייען אינערהאלב די צוויי קהילות
נאכדערצו יעצט ווען זיי טרעטן ממש אויף די געהירן און בויען א ביהמ"ד אין די נאז אריין, דאס הייסט שוין אריבערגעגאנגן די רויטע ליניעס און פון יעצט אין ווייטער זענען זיי דער וואס ברענגט צושטאנד מחלוקת און פייער צווישן די צוויי קהילות. איך פארשטיי נישט וויאזוי זיי האבן באקומען פערמיט'ס צו בויען די ביהמ"ד (אויב איינער קען ביטע קלאר מאכן)
דעריבער לייגט זיך אויפן שכל אז אנגעהיצטע בחורים פון די קהילה זענען געקומען און נישט אריינגעלאזט מהרז"ל צום ציון, נישט אז זיי זענען גערעכט, אבער מ'דארף געדענקן ווער ס'האט אנגעצינדן די פייער!