פארוואס איז מהרז"ל מ'סאטמאר שליט''א נישט ארויף צום ציון ווי געפלאנט?

האט זיך עס ווען מהר"יי איז ארויס פין העיס צו פארעסט (אויפן וועג צום בית החיים) האט איינער געפארקט אויף די ברייט פין פארעסט און געבלאקט זיין עסקארט.

נאכדעם זענען זיי ווייטער געפארן אויף סקאנאמאנק ביזן בית החיים ווי מען האט געבלאקט די אריינגאנג מיט א U-Haul טראק
ווער האט זיי געשוקט צו בלאקן זיין עסקארט? פארוואס האבן זיי עס געבלאקט?
אויב וואלט עס נישט געווארן געבלאקט און זיי וואלטן געפארן ווייטער וואס וואלט געשען?
 
די עיקר איז אז @קראך הוט האט נישט קיין אגענדעס און איז ניטאמאל קיין סאטמערער...

ווי געשריבן אויבן, איך בין א ציווילע בירגער וואס האט מיט דעם קריג גארנישט קיין שייכות, איך בין סך הכל א זייטיגע צוקוקער וואס האט גענומען א זייט
 
האדמו"ר מויזניץ - ירושלים, בדברי מחאה חריפים כנגד האדמו"ר מסאטמאר מהר"א וכנגד חסידיו.

בדברי מחאה סוערים אותו נשא האדמו"ר הרה"צ אליעזר וואלף שליט"א בסעודה שלישית, בפני קהל חסידיו,
הביע את מחאתו החריפה ומורת רוחו כנגד האדמו"ר מסטמאר מהר"א, אשר לדבריו מחנך את בחורי החסידית לטרור ולהרס.

בערב שבת קודש התבטא האדמו"ר בכאב עצור, ראיתי בטלפון את הידיעה הנוראה אודות הפגיעה הנוראה בה פגעו חסידי סאטמר מהר"א, פגיעה חמורה בכ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהרז"ל בעת בואו להשתטח בציון הק' של רבם של ישראל רבינו יואל זי"ע.

האדמו"ר מהר"א וחסידיו מתנהגים בדיוק להיפך מדרכו של רבינו יואל זי"ע, ובכל יום ויום אני נותן הודאה לבורא עולם על שהאדמו"ר מהרז"ל מסאטמאר הצליח למלט חלק גדול מחסידות סאטמאר, שלא ילכו בדרכי הטרור וההרס שהאדמו"ר מהר"א מחנכם ל"ע.

גם אאמו"ר זי"ע המשיך האדמו"ר שליט"א מחה כמה וכמה פעמים כנגד האדמו"ר מהר"א כאשר ראה בעצב גדול דרכו הקלוקלה, וגם אני אמרתי בנפשי לא אוכל לחשות בעת זו, כאשר אני רואה התנהגות פסולה שכזו עוברת ללא שום התייחסות או מחאה,

אנו נכנסים כעת לחודש אלול ימי הרחמים והסליחות, מי יתן וישובו במהרה מדרכם הרעה אמן, סיים האדמו"ר את דברי מחאתו
 
וואס איז טאקע די מצב דארט, שוין יאר'ן נישט געווען ביים ציון הקדוש. כ'האב געהערט אז לעצטענס איז דא ביים אוהל barricades און איינס ביי איינס לויפט מען דורך אזויווי ביים שוחט ביי די כפרות..

דאס יאהר איז די יארצייט אויסגעקומען ער"ש, חסידים האבן נישט געוואלט פארפּאסען צו זיין ביים ציון, צוליב די אנגעשטרענגטע צייט זענען אסאך געגאנגען אינמיטן די נאכט אדער הארט פאר שבת.

לענינינו, צוליב די יעצטיגע שערוריה, איז שטארק מעגליך אז די תוצאה וועט זיין אז סתם עמך אידן וועלן אויך נישט מקפיד זיין צו גיין צום ציון פונעם רבי'ן יאר יערליך.

פועלט אויס אלעס גוט'ס!
 
למעשה איזה מהרי''י נישט ארויף צום ציון ?
אדער ארויף שפעטער/אנדערע טאג?
 
א גרויסארטיגער קידוש השם איז פארגעקומען אינעם טאג פונעם גרויסן יארצייט פונעם בעל ויואל משה, על הגאולה ועל התמורה ז"ל ווי דער נעפיו דער היינטיגער ראש גולת אריאל, רשכבה"ג און מגן חינוך הטהור איז ארויפגעפארן אין באגלייטונג פון צענדליגער קארס און טרעקלעך מיט בלינקעדיגע לעקטערלעך ווי ס'פאסט פאר אזא גרויסע פערזענליכקייט, זיך צו משתטח זיין בפישוט ידיים ורגליים ביים ציון הקודש פון זיין עלטער פעטער הגאה"צ רבי יואל טייטלבוים זצוקללה"ה וועלכער איז אויך בחיים חיותו געווען דער ראש גולת אריאל ומרא דארעא דישראל (אבער געוואוינט אינעם טרייפענעם אמעריקא).

די טייערע בחורי חמד פון די ישיבה על קברו האבן זיך געברויכט נעבעך אוועק רייסן פון די טאג טעגליכע לימודים אבער וואס טוט מען דען נישט פאר כבוד התורה ולומדיה, פאר'ן ראש גולת אריאל? דאס אידאך די מינימום וועלכע די דארשטיגע בחורים'לך די צמאים ותאבים לדבר ד' די טייערע צאן קדשים קענען און מוזן טוהן.
האבן זיי טאקע אפגעווארט דעם גרויסן גאסט מיט זיין סוויטע, בתופים ובמחולות באבנים מקרזלות, באבני יסוד, און מקיים געווען דעם מלך ביפיו תחזינה עיניך.

זאל טאקע די מצוה פון מייקר זיין תורה זיין א זכות פאר אלעמען און אונזער רשכבה"ג זאל שוין זוכה זיין צו ווערן דער מרא דארעא דישראל אזויווי זיין עלטער פעטער ז"ל און מ'זאלמיר שוין אויסגעלייזט ווערן פון דעם גלות ברחמים ובחסדים
 
למעשה איזה מהרי''י נישט ארויף צום ציון ?
אדער ארויף שפעטער/אנדערע טאג

ער איז נאכנישט געגאנגן

כ'הער זאגן אז ער וועט גיין אין צוויי וואכן ארום פאר די חתונה פון א אייניקל
 
ווי געשריבן אויבן, איך בין א ציווילע בירגער וואס האט מיט דעם קריג גארנישט קיין שייכות, איך בין סך הכל א זייטיגע צוקוקער וואס האט גענומען א זייט
אה והעיקר שכחתי, איך בין אויך נישט קיין סאטמארער, כ'בין געבוירן צו פייוו טאון עלטערן און חתונה געהאט קיין לאס אנדזשעלעס און יעצט וואוין איך אין בעל הארבער פלארידא
 
בעה"ב פון די טענט ביים בית החיים:
WhatsApp Audio 2024-09-01 at 12.25.19 PM (1).mp3

לייק!!! לייק!!! לייק!!!
דער איז פיינע פלוכעס (ל''ע) דער שפראך. מיט די פעסטקייט מיט ר' קליינע מאקאשעל סקווירא קאפ פראצופאל אן ארוני. ער גיט נישט קיין שום דעם. דעט פענעלטי צוויי מאל. ער דערשרעקט זיך נישט. עמעזינג די חברה זענען משוגע דא גאמא קעיר זיי ווילן אראפ נעמען א פאול איך וועל דעיס נישט לאזן וכ''ו. הער עס אויס און לאז וויסען. איך בין געווען רעדי, דארט אין דער טענט פארט ער נישט אריין. די מטורפים אילת ווער נישט דערשראקן. איך האב געזעהן אז עס ווערט אוט אפ קאנטראל.

הייב אן ציילן וויפיל מאל די מעגא סטעיטמענטס ווערן געזאגט. אוטומעטיק. צענדליגער טויטע און מירון מיליון מאל מער די הערסט טוט אפ קאנטראל מטורפים צענדליגער טויטע פעפער ספרעי. איך האב אריין געגעבן א קאל, ליטעראלי. טויזענטער בעק אפ פול פול בעקאפ. ענד סא אן. וואט עווער יו וואנט טא קאל איט.

סוף פסוק איך גיב נישט קיין דעם
 
לעצט רעדאגירט:
נאך וואס מהרז”ל האט גענומען א פעטוועי, האט א ספרדישע חכם געזאגט, הוא לא יכול לעלות ככה לציון הרבי מ’סאטמאר...

זעט אויס מען דארף זוכה זיין צו קענען מתפלל זיין ביים רבי’ן, ולא כל אחד זוכה...
 
בעה"ב פון די טענט ביים בית החיים:
WhatsApp Audio 2024-09-01 at 12.25.19 PM (1).mp3

לייק!!! לייק!!! לייק!!!
ווען איך רעדט א האלבע שעה פאר יעדעם איינעם ווער איך אויכט הייזעריג…

ער רעדט ווי א טיפיקל kj, ער שיסט ווערטער ווי א בחור פון דרייצן יאר, אגב ווער פון קרעמל ס׳האט זיך געפונען אין די טענט דארף פרעגן א דיין צו ער דארף גומל בענטשן ווייל לויט ווי ער זאגט וואלטן פינף הונדערט מענטש געשטארבן אויב די טענט פאלט אראפ נאר בחסדי השם איז די טענט נישט אראפ געפאלן אפילו מהאט אראפ גענומען די שטאנגן.

נאך איין אינטערענסאנטע השגחה פרטית וואס באלאנגט אפשר אין די מעלות אז ער האט אריינגעקאלט 911 אז סדא טויזענט מענטשן וואס פירן זיך אויף ווי בהמות און די ערשטע פאליס וואס איז אנגעקומען האט גלייך אריינגעשיקט פאר בעקאפ אז ס׳איז דא טויזענט בהמות, ס׳איז אינטערסאנט ווי ער און די ערשטע פאליס האבן גענוצט די זעלבע לשונות….
 
ער רעדט ווי א טיפיקל kj, ער שיסט ווערטער ווי א בחור פון דרייצן יאר
איך קען אסאך טיפיקעל קעי. דזשעי. אינגעלייט איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט אזאנא מעכטיגע דיבורים. ער איז מער פון די אויבערשטע חלק פונעם שטייסעל
 
איך האב געהערט פון א מתחבתא בחור אז ער האט געהערט פארדעם פון אברהם יושע גלאנץ אז דאס יאר וועט מהרז"ל נישט ארויפגיין, און אז די שטוב מענטשן פון מהרז"ל האבן נישט באקומען קיין שום מודעה וואו און ווען צו גיין אנדערש ווי יעדע יאר וואס מען האט זיי אנגערופן און אפגעשמועסט.

הגם ווען זיי וואלטן געגאנגען דורך בארדיטשוב וואלט מען זיי געלאזט, אבער זיי האבן בכלל נישט געוווסט פון דעם
 
איך האב געהערט פון א מתחבתא בחור אז ער האט געהערט פארדעם פון אברהם יושע גלאנץ אז דאס יאר וועט מהרז"ל נישט ארויפגיין, און אז די שטוב מענטשן פון מהרז"ל האבן נישט באקומען קיין שום מודעה וואו און ווען צו גיין אנדערש ווי יעדע יאר וואס מען האט זיי אנגערופן און אפגעשמועסט.

הגם ווען זיי וואלטן געגאנגען דורך בארדיטשוב וואלט מען זיי געלאזט, אבער זיי האבן בכלל נישט געוווסט פון דעםהאסט געהערט
דו האלסט איינער איז אזוי סטופעט צו האלטן אז דו האבט עכט געהערט פון א בחור און אז אברהם יושע וואלט זיך אראפ געלאזט צו רעדן צו בחורים בכלל מענטשן לויפן אים נאך ווי יען קען נאר צו קענען צוקומען צו בעטן געלט, האסט אים שוין געזען אמאל שמיעסן מיט א בחור?
 
צד מהר''א העט זיך שוין יארן ער זאל נישטט קומען אין די פיעק שעות נאר ווען עס איז אביסל ראויגער. ווען עס איז נישט אזוי צושטיפט, זיי בעטן שוין יארן מען זאל ארויף פארן דורך די מתיבתא בארג, וואס איז אסאך נענטער און וואקט נישט דורך די מצבות און מען האט אים צוגעזאגט פולע סעקיורעטי, און די גאנצע תירץ פון מורא פון די בחורים איז געבראטענע שטותים ווייל צד מהרז''ל ווייסט אויך אז כ''ו טב איז אפעציעל נישט דא קיין ישיבה אין אויף סקאנימאנק בארג געפינען זיך מער בחורים ווי אויף בארדיטשוב

די עכטע סיבה פון אנפייפן ביידע תנאים איז טאקע ווייל ער וויל גיין וויי עס איז פול מיט 20 סיירינס צו ווייזן איך בין סאטמאר רבי
כאטש עס צוברעכן זיך יעדע יאר טענטס פליען יעדע יאר מצבות איך קען צוויי בחורים פאריאר וועלכע זענען געגאנגען חדשים מיט קראטשעס ווייל א מצבה איז אראפ געפאלן אויף זייערע פיס האלט ער זיך ביי גייען דוקא דורך יענע וועג ווי דימארונישע בחורים שטיין נאך געלט

ווען איך בין ווען אין חברה קדישא מאך איך א רעסטרענינג ארדער די איד טאר קיינמאל נישט אריין קומען אין די פראפערטי אזוי ווי ער האט געטוהען פאר זיין ברודער ווען די טאטע האט געלעבט
 
וועלכע שעות איז נישט די פיעק שעות?
 
Back
Top