אין ריספאנס צו
@קהל׳ס נער פראגע א הודעה אין אן אנדערן שנירל, מאך איך אויף דא א באזונדערע שנירל דא ווי מיר וועלן פרובירן צאמצונעמען אלע סיבות פארוואס מענטשן פארלאזן די געמיינדע. איך בין שוין נישט פרום פריוואט פאר א שיינע ביסל יארן, און אפילו זייענדיג אין דעם שמעלץ-טאפ בין איך אויפגעצויגן געווארן היבש פארווע (luckily) און אפשר האב איך שוין אביסל פארגעסן די פונקטליכע תירוצים וואס די פרומע געבן איז בעט איך אויב איז דא איינער אנדערש וואס איז אויך פריי אדער קען מענטשן וואס זענען און האבן מיטגעטיילט מיט אייך פארוואס זיי זענען מיד געווארן און זיך ארויסגעריקט לייג צו אין די קאמענטארן.
איך בין ווייט פון א פסיכילאג, און איך בין נישט קוואליפיצירט צו רעדן as such אבער איך גלייך סאציאלאגיע גאר שטארק וואס שטודירט קאמיוניטי און קולטור. איך וועל דורכלויפן די גאנצע ספעקטרום, און ביטע זיך נישט צוריקהאלטן פון צולייגן, ווייל יעדע סיבה לייגט צו צו די ביסל דאטא וואס איז אוועליבל אויף די גאנצע נושא. און ס'איז נישט נאר מיין נושא, איך בין אוודאי נישט בעל בית דערויף.
אויך וויל איך קלאר מאכן אז ס'איז נישט קיין quiz פון אדער אדער, מ'קען טרעפן ביישפילן פון קעיסעס וואס פילן אריין מערערע פון די פאלגענד:
וואס קומט אויפן געדאנק:
- אומאינטערסירט אין חרדים אדער איר לעבנסשטייגער
- אומאינטערסירט אין חסידים אדער איר לעבנסשטייגער
- יוצאים בשאלה - אפיקורס, אויפגעקלערט, אינטעלעקטואל, משכילי'יש ער פרעגט-מיר קשיות, וואס איז/שפירט זיך ווי א סתירה צו די אינדיווידואל
- די וואס זענען ווייטער קאנסערוואטיוו געשטימט צו אן עקסטענט, ווילן ווייטער האבן א פאמיליע לעבן, הערן זיך ווייטער מארק לעווין אדער גאטפעלד, זיי האבן נאר נישט די בארד און פיאות אדער די שייטל און יא די לייסענס. דאס איז פון די פשוט'סטע קעיסעס; בעסיקלי אויפגעוואקסן far right יעצט זענען זיי right
- ליבעראל נארט אמעריקען/וועסטערן געשטימט מענטשן וואס טראגן וועליוס/אידעאלן וואס זענען נישט אין איינקלאנג מיט די רעליגיעזע אידילאגיע
- איז פערזענליך באקריוודעט געווארן אין די געמיינדע, וואס איז כולל פון אביוז, ביז געבוירן ווערן אין די נישט ריכטיגע זייט פון די מחיצה, גירושין, פעמילי דראמא
- די וואס גייען אין א יונגע עלטער ווי אלגעמיין וואס מ'רופט אן teens at risk - אויך פאר אסאך סיבות פון סענסיטיוויטעיט צו פרומקייט, ביז עלטערן וואס רייסן זיך ביי די האר, סעקנד דזשען. בעלי תשובות. אין די קאטעגאריע קומען מאנכע אמאל צוריק ביי די 19-20
- היפאקריסי. די וואס זענען געווען פרום, גערעכנט צו בלייבן פרום - ענליך צו 6 ווי ליידער ווערן גערעיפט טוישט דיין גאנצע בליק אויף לעבן, און אז מ'איז שוין דאס דורך בלייבט זיך נישט קיין פרומע איד אזוי גרינג - די קינדער וואס זייערע עלטערן אדער סיי ווער האט געטוהן עפעס קעגן וואס מ'האט זיי מחנך געווען און דאס האט געהאט אן השפעה. למשל כשרות אויף וואקאציע, אדער טרעפן מאגאזינען...
- די וואס מיינען זיי זענען אוועקגעגאנגען אבער האבן קיינמאל נישט באמת גע'לעפט, אבער אין קאפ זענען זיי שוין ווייטער. דאס זעט מען ביי די עלטערע בעבי בומער צו מיליעניעלס אפטער.
- The PIMO's - ר"ת P'hysically I'n M'entally O'ut אויך לעצטנס באקאנט מיטן ר"ת ITC אין די קלאזעט. דאס מיינט מען מענטשן וואס האבן נישט מיטן סיסטעם, היטן נישט, גלייבן נישט, זיי גייען פשוט צום דאווענען און צום הושענות אבער זענען דורכגעפרוירן אינעווייניג פשוט דיסעסאושיעטעיד פון די גאנצע קאטשעלבארישע שלש סידעס מיט די טאנצן עד הנה... אבער going through the motions פשוט צו פרעזערווירן א מערידזש, צו פאר די שידוך טוהן, פאר די בר מצוה טוהן אדער פארן נגידי'שן טאטן/שווער וואס שפייזט די געזונדל. יעצט פון דעם איז עס אויך צוטיילט אין 2 סוב-קאטעגאריעס: 1. די וואס האבן שוין שלום געמאכט מיטן מצב און האבן נישט פייגעלעך פון גיין, און 2. די וואס זענען PIMO אויפן מינוט אבער האפן ערנסט פון זיך אפשאקלען sooner or later איינמאל די צייט איז רייף און אלעס קלאפט.
- שפעטער זענען דא סתם רעבעל'ס, אויפגערעגט אויף ספעציפישע זאך אדער א ליסטע פון זאכן וואס בעצם יעדער נארמאלע מענטש וואס זעט ווי אזוי די פרומע לעבן איז אויסגעשטעלט וואלט עס ווען געדארפט פארדאמען אין די גאסן אבער נאר די מיט אפאר ***צים גייען, אבער די סארט זענען לאו דוקא אינטעלעקטואל געשטימט, אבער עפעס קרענקט, ווי טעראר, די פאנעט-ריינער דין תורה, אדער אנדערע סארט disputes אדער פונקט אזוי ווייל די פלאץ איז צו ביזי מיט ווילאנג די סקירט איז און פאר יענעם איז עס צופיל און גייט זיך קיין קליפטאן ניו דזשערסי.
נאכדעם זענען דא ראנג ריזן'ס צו גיין אויך
יונגע רעבעלס, דראג אביוז וואס פון דארט קומט די נאראטיוו אז מ'גייט פאר דעם.
א בויפרענד גירלפרענד, אן קיין פלענער אן קיין דזשאב אבער די שטובער ווארפן ארויס. שוין געווען גענוג וואס האבן זיך שיין מסדר געווען און געווען וואס נישט. ס'קען פונקט אזוי גיין ביידע וועגן.
אדער א ברודער א שוועסטער גייט גייט מען מיט און דער וואס גייט גייט פאר א לאגישע סיבה און די יונגערער לאו דוקא ער האט אים/איר ליב און וויל א ראול מאדל, אדער פאר טויזנט סיבות אז די ענוויירמענט אין שטוב טויג נישט און דארט וויל מען נישט זיין,
דאס זעהט מען ביי גיטין א גאנצן צייט, סתם ווייל די בחור וויל נישט זיין אין די "ווארטזאל" פון ישיבה און ווערט אפשר אביסל נעבעך א "באם" הייבט נאכנישט אן צו מיינען אז מערידזש איז די ענטפער.
צום שלוס
איך האב נישט לאנג צוריק געליינט
א סורוועי פון די אוי יו. וואס האבן אויסגעפרעגט 48 מענטשן וואס זענען אוועקגעגאנגען פון עטליכע יארגענג "וואס האלט איר איז די 1 זאך וואס האט אייך געמאכט גיין?" און די העכסטע ענטפער איז אריינגעקומען "די וועג וויאזוי די קאמיוניטי האנדלט מיט פראבלעמען לדוגמא היפאקריסי/ליגנטס" אויב זענט איר פויל עס דורכצוליינען, אן אינטערסאנטע און וויכטיגע פוינט וואס זיי ברענגען ארויס דערמיט איז אז קעגן די נאראטיוו אז מענטשן וואס האבן "תאוות" אדער א רייץ צו מאווי'ס איז וואס מאכט זיי גיין, האבן די מענטשן א טענה פארקערט אז זיי זענען ארויסגעשמיסן געווארן צו די וועלט פאר זיי האבן זיך געקענט טרעפן אהין, און אלס אן OTD אליינס, שלאגט דאס גאר נאנט צום היים.
כ'ווייס ס'איז אויף א קליין פארנעם, פארט האב איך געפילט ס'איז א וויכטיגע שטיקל וויסנשאפט צו שעירן given the fact אז ס'איז נאך אזוי פריש און ווייניג דאטא איז אוועילבל.
שכח פאר ליינען! כ'האף דו האסט עפעס גענאשט פון דעם, און לייג צו דיין שטימע צום שמועס! שעם דיך נישט!