די שאלה איז פארוואס זאל איך אים גלייבן אז ער איז נישט ארויס פאר תאוות, אוודאי קען ער באשטיין איך זאל אים אנקוקן ווי א אינטעלעגענטער מענטש, א א.ג אויפגעקלערטער וכו', ווער וועט אין די וועלט מודה זיין אז ער האט געהאט א קינדישע שכל און געדמיונ'ט אז אויף די אנדערע זייט איז די בשרירות לבי אלך זייער געשמאק, קיינער גייט דאך עס מיר נישט מודה זיין,
גלייבסט נישט גענוג, די איין זאך איז דיין קשיא דא - דא? עם עקש תתפתל ווער פארלאנגט פון דיר אנצוקוקן יענעם קלוג אדער נאריש, פילזאפיש אדער דומע?
דער אינטעליגענט פארדינט דערפון גארנישט. ער דארף נישט דו זאלסט לייקן זיין פעיסבוק ווייל ער לעבט מיט פרייהייט צו די עגריסט פארוואס ער טוט עס צו נישט. ווען איך האב געזעהן א מיידל וואס כ'האב געוויסט זי איז געגאנגען און כ'האב אנגעהויבן טראכטן פון מיין גאנצע לעבן און פארוואס איך מיין אז איך פארפאס איז דאס ווייל איך פארפאס טאקע! ווי קומט אריין מודה זיין? דו דארפסט מודה זיין צו מיר אז א שטיקל באר מים חיים איז טאקע הייליג און א תענוג רוחני? אדער אז א שטיקל קישקע איז בעסער ווי די טייערסטע לאבסטער אויף די העכסטע שטאק אין א מאנהעטן רעסטוראנט אויף די וואסער? ניין. דו לאכסט זיך אויס, וואס איז עס מעלה און מוריד ביי דיר וואס דער לאטיינישע סארווער קרומט אויף דיין עסן וואס ער גרוילט זיך דערפון? גייסט עס אויפהערן עסן, גייסט מודה זיין אז ס'איז טאקע גוט! זאל ער איינזעהן?
איי העסטו זאגן תאוות קען מען זיך נאכגעבן אין די סיסטעם אויך, קודם כל סנישט אמת, -איך ווייס נישט צו אלטס אפגעפארענער קען מען זיך נאכגעבן תאוות -מסתם נישט,
אבער אלטס פולע חרדי איז זיכער אז סגאר שווער,
כ'ווייס נישט וואס דו ביזט מגדיר אויף דיין ליסטע אבער די נומערן פון וויפיל אידן מיט ווייסע בערד און משפחות לאקערן נאך קליינע בחורים, די נומערן פון מענטשן וואס האבן משפחות און אפילו אייניקלעך וואס גייען פאר מענער, ווילסטו נישט זעהן און איך האב עס נישט אבער מ'קען שאצן די נישט פונקטליכע וואס איז אסאך מוזט מיר נישט גלייבן. איינמאל האב איך געזעהן א קליפ פון א פרומע איד מיט א ווייסע בארד אין סטריפ קלאב מיט א שווארצן האלב זיין עידזש? דו ווייסט וויפיל אידישע קליענטן די זונות ארום היימישע געגנטער האבן? איך ווייס נישט, איך קען דיר אבער געוואר ווערן אז דו צאלסט מיר, כ'וועל דיר לאזן וויסן ווען איך בין פארטיג צו ציילן...
וויפיל מענטשן דרייען זיך אין קאסינאו'ס און טרינקען אויס די געלטער און באהאלטן עס פון די אייגענע ווייבער?
פרעסן ביי שמחות שיכור'ן זיך אן יעדע שבת און לאמיר שוין נישט רעדן וויפיל מ'פרעסט צאם א שבת וואס אנדערע עסן אין 4 טעג...
אלע סטעיקהייזער זענען פול מיט אונזערע חרדים
סופערמארקעטס אין אלע היימישע געגנטער זענען פארוואנדלט געווארן אין די גרעסטע מאל'ס פאר עסן און טרינקען מיט די צודרייסטע השגות, בשעת די גוי האט זיך איין קאנוויענעט סטאר און איין דעלי
ס'קומט א זומער און מ'פארט אויף שיפן מ'עסט פלייש יעדע נאכט, דו ווייסט וואספארא לוקסוס דאס איז?
תאוות? האסט אמאל געטראכט פון דעם?
ווער מאכט אפ וואס איז א תאווה און וואס נישט?
איינער וואס איז אריינגעבלענד אין א סיסטעם קאמיוניטי איז זייער שווער צו זינדיגן,
ס'איז אבער אויך שווער צו בלייבן אין די קאמיניוטי ווען מ'איז נישט העפי, פאר דעם דרייט זיך איבער א שטאט ווען א מענטש נעמט זיין גראסערי ארבעטער פאר א ווייב און לאזט איבער זיין פרומע ווייב מיט די גאנצע געזונדל איך בין אויף זיין זייט! ער וויל בעסער! איך האב שוין געהערט אפאר אזעלכע מעשיות און איך בין נאר איין מענטש, אז איך הער הערן אנדערע...
דער אויפגעקלערטער קען דען נישט בלייבן איןדי קאמיוניטי?!
ס'האט נישט מיט קענען, ס'איז זיין איבערצייגט אז די קאמיוניטי איז נישט א געזונט פלאץ (זעה 1,2,3,5,10,11) און דעריבער פארוואס בלייבן?
ס'גייט נישט צופיס די שמועס - כ'ווייס. אבער איר מוזט פארשטיין ווען מיר זענען נישט איבערצייגט זענען מיר נישט משועבד צו אייערע קאפריזן און געזעצן. מיר זאגן דאס נישט מיט כעס, אבער אזוי קוקן מיר דערויף. אויב זענט איר מסכים אז די קאמיוניטי שעצט נישט אינטעלעקטועליזם פארוואס דארפט איר אונז דא? ווען זיי ווארפן אונז און שמייסן אונז מיט א נידריגקייט אין איר הייעראכיע זענען מיר פון די נידריגסטע אומבאקאנסטע איינס פאר שנארערס און היימלאזע.
העכסטנס וואוין נישט אין ברוקלין מוף קיין פאמאנע אדער דשעקסאן, וואס דארפסטו אפפארן פאר אביסל חכמה..
מ'דארף? מ'מוז! דער אפיקורס איז נישט געמאכט פאר דעם, ער/זי איז נישט איבערצייגט און אנערקענט נישט די וועלט, און די וועלט אנערקענט אים/איר נישט. ביי דיר איז עס אזא מולטיפל טשויס, מ'קען זיין מ'קען נישט זיין on off ניין! זיי זענען ווי מעטעפאריקלי ארויסגעשטויסן און נישט recognized פאר גארנישט. דער אינגערמאן קען נוצן זיין מוח אין בויען די פארגעשריטענסטע פראוגרעמס, אבער ער האט דאך א לעבן אינדרויסן פון דעם אפיס, אין די קאמיוניטי איז ער א גארנישט און געפינט זיך נישט די פלאץ. וואוין דא וואוין דארט, ער דארף דיינע טובות מ'שפייט אים אין פנים! כ'ווייס נישט אויב איך בין עס קלאר מסביר.
נאך א נקודה, פארוואס איז די עיקר אראפפארן נאר ביי אינגערע כמעט, אויב איז דא אזויפיל אויפגעקלערטע פ"וו מאכט זיך נישט כאטש עטליכע א יאר פון העכער די פערציג חברה, לכאו' דעמאלטס דארף מען שוין האבן איינגעזעהן די פארפוילקייט פון די סיסטעם סך בעסער, איי וועסטו זאגן ער וויל נישט איבערלאזן א שטוב אויפן וואסער, פונקט פארקערט זיינע קינדער שטייען שוין אויף די פוס, משא"כ דער 25 יעריגער לאזט איבער א ווייב מיט 2-3 פיצלעך בלי משען.
לעצטנס האב איך געשמועסט אין אישי מיט איינער פון די חברים דא וואס איז אפגעפארן, ער זאגט ער גלייבט אז סדא א באשעפער אבער ער גלייבט נישט אז אונזער תורה און מסורה איז די ריכטיגע, פארוואס? ווייל אין די פסוקים זעהט מען אויף דוד המלך זאכן וואס פשטות קוקט עס אויס עוולות, און אונז פארקויפט מען איבער די צדקות פון דוד מלכא משיחא... ערעב איד, כ'בעט דיך, ממש א מרפסין איגרא קושי', אפשר זאל די רשב"א אפפארן ווייל האלב פון זיינע קושיות איז ער געבליבן מיט א צ"ע, איי מיען... ביי מיר איז ברור אז ער איז נישט אפגעפארן וועגן דעם, און על צד אז יא איז שרעקעדיג צו טראכטן וואס די נעקסט לעוועל קושיות פון אלע אנדערע אוי טי די'ס זענען.