איך ווייס נישט, אבער דאס איז נישט די נושא פון די שמועס דא, וואס ס'געשעהט ווען מ'גייט אוועק פון די קאמיוניטי, די נושא איז פארוואס מ'גייט אוועק.
דאס וואס דו זאגסט אז ס'איז דא א גרויסע פראצענט וואס טיף אין הארץ זענען זיי OTD, אבער זיי גייען נישט אוועק, ס'איז זיכער אמת, אבער ס'איז גאר א קליינע פראצענט.
מיין גרעסטע ראיה איז, פארוואס אזעלכע קרעמלעך און קאווע שטיבלעך האבן אזוי ווייניג טרעפיק, און די וואס זענען יא דא, זענען רוב מאמינים געהעריג.
באלד וועסטו מיר זאגן אז ס'איז דא פעיסבוק גרופס פון הונדערטער חברה, אויב ס'איז טאקע דא, איז עטליכע הונדערט מענטשן נאך אלס א פיצי פראצענט קעגן די גרויסקייט פון די חרדישע קאמיוניטי, וואס ציילט שוין מסתם איבער א מיליאן מענטשן, אויב מ'רעכנט אלע קהילות אריינגערעכנט אמעריקא ישראל און אייראפע.