טריגער ווארענונג פארוואס גייען אזויפיל אראפ פון אידישן וועג? לאמיר קלערן

טריגער ווארענונג: דאס שנירל טוט מעגליך אנטהאלטן תוכן וואס קען זיין שווער פאר געוויסע ליינער
חמחלילח
איך מיין אז די מהלך המחשבה אז עס מיז זיין א דראמאטישע סיבה אז איינער זאל אוועקגיין פון אידישקייט, ווי לדוגמא טראמא, איז א זאך וואס די קאמיונעטי נוצט אלץ א שוץ זיך צו פראטעקטן, און אנשטאט זאגן אפשר איז אידישקייט נישט פאר יעדן, וועט מען באשולדיגן די אפגעפארענער אז ער איז די פראבלעם, ווייל ער איז א פראבלעמאטישע מענטש, אבער אידישקייט איז 100 אמת.
אבער פארוואס קען מען נישט זיין אפען צום געדאנק אז עס איז דא מענטשן וואס ווילן עפעס אנדערש, און אז אידישקייט איז נישט א זאך וואס יעדער נארמאלער מענטש האט ליב אדער דארף טוהןַ אז איינער האט עס ליב היט די תורה און אז איינער נישט איז נישט. ווער זאגט ער אנטלויפט אדער ווען ער וואלט געווען נארמאל וואלט ער זיכער אויסגעקליבן אידישקייט, ווער זאגט?
איינער האט ליב אייזקרעם און איינער עפעס אנדערש.
די שאלה הייבט זיך נאר אן אויב מען קוקט אן אידישקייט ווי א זאך וואס איז גוט פאר יעדן און יעדער דארף עס וועלן.
דאס איז עס , מען דארף דעס יידישקייט מאכן זיס
און באקוועם אז עס זאל גלוסטן און לוינען צו בלייבען
מיט שמירת המצוות , דאס איז די תפילה אין די ברכת התורה -יהערב נא - אז מען זאל פיעלן אן עריבות -זיסקייט - היינט צוטאג אין חינוך הערט מען
אז מען גייט אויף דעם דרך , וויניגער צו רודפ׳ן און מער צו הייבען די קאנפידענס פון דעם תלמיד ,מען
זוכט צו פארבעסערן די רעזולטאטן , אז מער זאלן בלייבען אין דעם פאולד,
פיסיקעל פאנישמענט ווי שלאגן און פארשעמען ווערט נישט טאלערעיטעט פון מלמדים דרך כלל , און כאטש עס איז נישט פשוט , דער משלי זאגט חושך שבטו שונא בנו , איז דאך דא א מקום פאר קארפארעל פאנישמענט אין די כתובים , איז אבער דא א גמרא המכה את בנו הגדול עובר משום לפני עור לא תתן מכשול, ווייל ער איז גורם אז דער בנו הגדול וועט איהם מתריס זיין,און אפשר נאך צוריק שלאגן ,איז דאך היינט ווערט מען א גדול זייער יונג,
דארף מען מחמיר זיין און אןיפהערן שלאגן גאר יונג פון ווען הקטן יודע לדבר ,זאל דער מחנך רעדן און מסביר זיין אבער נישט זיין א מרים יד על בנו ותלמידו .
 
Back
Top