טריגער ווארענונג פארוואס גייען אזויפיל אראפ פון אידישן וועג? לאמיר קלערן

טריגער ווארענונג: דאס שנירל טוט מעגליך אנטהאלטן תוכן וואס קען זיין שווער פאר געוויסע ליינער
חמחלילח
איך מיין אז די מהלך המחשבה אז עס מיז זיין א דראמאטישע סיבה אז איינער זאל אוועקגיין פון אידישקייט, ווי לדוגמא טראמא, איז א זאך וואס די קאמיונעטי נוצט אלץ א שוץ זיך צו פראטעקטן, און אנשטאט זאגן אפשר איז אידישקייט נישט פאר יעדן, וועט מען באשולדיגן די אפגעפארענער אז ער איז די פראבלעם, ווייל ער איז א פראבלעמאטישע מענטש, אבער אידישקייט איז 100 אמת.
אבער פארוואס קען מען נישט זיין אפען צום געדאנק אז עס איז דא מענטשן וואס ווילן עפעס אנדערש, און אז אידישקייט איז נישט א זאך וואס יעדער נארמאלער מענטש האט ליב אדער דארף טוהןַ אז איינער האט עס ליב היט די תורה און אז איינער נישט איז נישט. ווער זאגט ער אנטלויפט אדער ווען ער וואלט געווען נארמאל וואלט ער זיכער אויסגעקליבן אידישקייט, ווער זאגט?
איינער האט ליב אייזקרעם און איינער עפעס אנדערש.
די שאלה הייבט זיך נאר אן אויב מען קוקט אן אידישקייט ווי א זאך וואס איז גוט פאר יעדן און יעדער דארף עס וועלן.
דאס איז עס , מען דארף דעס יידישקייט מאכן זיס
און באקוועם אז עס זאל גלוסטן און לוינען צו בלייבען
מיט שמירת המצוות , דאס איז די תפילה אין די ברכת התורה -יהערב נא - אז מען זאל פיעלן אן עריבות -זיסקייט - היינט צוטאג אין חינוך הערט מען
אז מען גייט אויף דעם דרך , וויניגער צו רודפ׳ן און מער צו הייבען די קאנפידענס פון דעם תלמיד ,מען
זוכט צו פארבעסערן די רעזולטאטן , אז מער זאלן בלייבען אין דעם פאולד,
פיסיקעל פאנישמענט ווי שלאגן און פארשעמען ווערט נישט טאלערעיטעט פון מלמדים דרך כלל , און כאטש עס איז נישט פשוט , דער משלי זאגט חושך שבטו שונא בנו , איז דאך דא א מקום פאר קארפארעל פאנישמענט אין די כתובים , איז אבער דא א גמרא המכה את בנו הגדול עובר משום לפני עור לא תתן מכשול, ווייל ער איז גורם אז דער בנו הגדול וועט איהם מתריס זיין,און אפשר נאך צוריק שלאגן ,איז דאך היינט ווערט מען א גדול זייער יונג,
דארף מען מחמיר זיין און אןיפהערן שלאגן גאר יונג פון ווען הקטן יודע לדבר ,זאל דער מחנך רעדן און מסביר זיין אבער נישט זיין א מרים יד על בנו ותלמידו .
 
איך מיין אז די מהלך המחשבה אז עס מיז זיין א דראמאטישע סיבה אז איינער זאל אוועקגיין פון אידישקייט, ווי לדוגמא טראמא, איז א זאך וואס די קאמיונעטי נוצט אלץ א שוץ זיך צו פראטעקטן, און אנשטאט זאגן אפשר איז אידישקייט נישט פאר יעדן, וועט מען באשולדיגן די אפגעפארענער אז ער איז די פראבלעם, ווייל ער איז א פראבלעמאטישע מענטש, אבער אידישקייט איז 100 אמת.
אבער פארוואס קען מען נישט זיין אפען צום געדאנק אז עס איז דא מענטשן וואס ווילן עפעס אנדערש, און אז אידישקייט איז נישט א זאך וואס יעדער נארמאלער מענטש האט ליב אדער דארף טוהןַ אז איינער האט עס ליב היט די תורה און אז איינער נישט איז נישט. ווער זאגט ער אנטלויפט אדער ווען ער וואלט געווען נארמאל וואלט ער זיכער אויסגעקליבן אידישקייט, ווער זאגט?
איינער האט ליב אייזקרעם און איינער עפעס אנדערש.
די שאלה הייבט זיך נאר אן אויב מען קוקט אן אידישקייט ווי א זאך וואס איז גוט פאר יעדן און יעדער דארף עס וועלן.
די אלע וואס טעהנן אז די וואס פארלאזן אידישקייט וועגן טראמע באשילדיגן בכלל נישט דער וואס איז אוועקגעגאנגען

צווייטענס, די מהלך המחשבה אז איינער וואס פארלאזט זיין משפחה קומט עס פון טראמע האט לאו דווקא צוטוהן מיט אידישקייט, די וואס טעהנען אזוי טעהנען אז ווען א גוי פון סיי ווי זאל באשליסן צו מאכן א דראסטישע טויש פון זיינע עלטערנס שטוב קומט עס פונקט אזוי פון טראמע
 
איך האלט אז רוב גירים און בעל תשובהס זענען אויך געקומען פון טראמא פונקט ווי ביי אונז די אפגעפארענע. ווי ווייסקוקער זאגט, אז א מענטש מאכט דראסטישע טוישן אין זיין לעבן האט עס בדרך כלל מיט עמאשענעל סיבות און נישט לאגישע.
 
אויב איז דאס טאקע אמת, ארבייט עס טאקע אויף ביידע וועגן. איין וועג איז גארנישט אנדערש ווי די אנדערע
 
זיכער נישט לאגיש נאר פסיכאלאגיש , צו א דיפרעשן , ביי פאולער וכדומה
פארוואס מיזטו גיין אזוי ווייט? סתם אלץ אימאושענעל נקמה קען נישט זיין? פארוואס מוז עס קומען צוליב עפעס א underlying condition?
 
פארוואס מיזטו גיין אזוי ווייט? סתם אלץ אימאושענעל נקמה קען נישט זיין? פארוואס מוז עס קומען צוליב עפעס א underlying condition?
דאס איז מיין עקספיריענס ,איבער די יאהרן כמעט אלע וואס וואקן אוועק פון די פאולד און זיי לאזן איבער די
חינוך, מיט וואס זיי זענען ערצויגען, האבן אנפארטשונעטלי, א אנדער לייאינג מענטל אישו.
אמת עס איז דא אויסנאמען , סתם איינער דעסייד
ער וויל זיין בלי עול פון סאסייעטי , אבער מאוסט
קאמאן איז א מענטל פראבלעם ,
 
סתם איינער דעסייד
ער וויל זיין בלי עול פון סאסייעטי ,
ניין נישט סתם אז איינער דיסייד פון איין מינוט אויפן צווייטן, נאר ווי איך האב געשריבן

סתם אלץ אימאושענעל נקמה
לאמיר זאגן אז איינער האט געהאט א שווערע אויפציאונג, שווערע עלטערן, מלמדים אדער אפשר בוליאינג וכדומה אבער איז בעצם געזונט נאר פארמאגט אימאושענעל ווייטאג
 
די אלע וואס טעהנן אז די וואס פארלאזן אידישקייט וועגן טראמע באשילדיגן בכלל נישט דער וואס איז אוועקגעגאנגען
באשולדיגסט נישט, אבער דו judged זיי כדי זיך צו בארוהיגן די הארץ, אנשטאט צו פארשטיין אז אפשר קען זיין א צווייטע סיבה.

צ"ב
ער האט עס דארך געטון.
ער קוקט עס אן פאר א ליידיגע זאך.
ס'געבט עם נישט וואס זיין נפש דארף.
ער האט פשוט נישט קיין כח דערצו.
ער וויל פריישאפט.

נאר ס'איז סאך לייכטער צו judge'ן
 
דאס איז מיין עקספיריענס ,איבער די יאהרן כמעט אלע וואס וואקן אוועק פון די פאולד און זיי לאזן איבער די
חינוך, מיט וואס זיי זענען ערצויגען, האבן אנפארטשונעטלי, א אנדער לייאינג מענטל אישו.
אמת עס איז דא אויסנאמען , סתם איינער דעסייד
ער וויל זיין בלי עול פון סאסייעטי , אבער מאוסט
קאמאן איז א מענטל פראבלעם ,
בוזט לכאורה גערעכט, אבער פון וואסהאט ער באקומען די מענטל העלט אישו?
 
Back
Top