איך מיין אז די שאלה איבער דעם ענין דארף אויך געפרעגט ווערן אויף פארקערט, דהיינו, פארוואס בלייבן מענטשן אויפן דרך?
דשארדש קארלין האט א באקאנט ווארט וואס גייט בערך, I was religious until I hit the age of reason...
אין די גוי'אישע וועלט איז סאך גרינגער צו גיין או טי די, ווייל דו ביסט אויפגעוואקסן מיט די אלגעמיינע שפראך און קולטור פונעם לאנד, דו דארפסט פשוט אנערקענען אז די קאטוילישע קירכע איז ב"ש צום בעסטן פאל און פאוער פלעי מיט טשיילד אביוס אויפן ערגערן פאל, און בינגאו, דו ביסט א פולקאמער או טי די.
היימישע אידן ווערן אויפגעוואקסן אין א טייט ניט קאמיוניטי וואו ענגליש איז ניטאמאל א סעקאנד לענגוויטש, מען ווייסט נאר פון מסורה מיט ר' שייע ב"ר משה און ס'איז א סיסטעם וואס קאנטראלירט כמעט אלע אספעקטן פונעם לעבן, אזוי אז ס'כמעט נישטא קיין תקופה אין לעבן וואס מען זאל קענען געהעריג או טי די'ען אן קיין גאר שווערע קאנסעקווענצן, ממילא בלייבט נאר איבער צו גיין אויף פארומ'ס און שמועסן מיט נאך חברה וואס כאפן אביסל ווי שטארק זיי זענען איינגעמייכנט אינעם קעסטל, און הערן חוות דעתם בזה.
די תירוץ אויף דעם איז מכמה טעמים.
1. איידענטעטי, איך מיין אז דאס איז די שטערקסטע סיבה, די יידישע רעליגיע איז אזוי שטארק איינגעבאקן און אונזער קאלטור אז עס מאכט אז מ׳איידענטיפייד זיך אלס פרומער ייד פונקט אזוי ווי אן איידענטיטי פון דשענדער, און אפלאזן מאכט א ערנסטע איידעטעטי קרייסיס, אבער דעם סיבה אבער איז אויך דא ביי אנדערע רעליגיע'ס, אבער נישט אויפן זעלבן פארנעם.
2. אמונה, רוב מענטשן גייען ווייטער מיט וואס מ׳האט זיי איינגעבאקן פון אלס קליין קינד, און בפרט אז מ׳מאכט טרייף די פארקערטע, און מ׳לייגט צו א מיאוס׳ע בליק אויף דעם, בכגון "אפיקורס", "גוי’יש", "טריפה׳נע מחשבות", וכו׳, און מ׳האלט מיט א קלארקייט אז דאס איז אמת, און אזוי ווייט אז "אסור להרהר אחריה".
און נאכמער די פחד וואס מ׳פלאנצט איין פון ווי שלעכט ס׳איז צו האלטן פארקערט, אוי די גיהינום פאר דעם.. די שאול תחתית... אין לו חלק בעולם הבא... וכו׳,
דאס איז אויך דא ביי אנדערע רעליגיעס אבער אסאך מער מאדערעט.
3. קאנסעקווענס׳ן, אויף דעם דארף מען נישט מאריך זיין.. סיי מצד משפחה, חברים, קינדער, און דא קען מען אויך אריין לייגן די קאנסעקווענס פון ארויסגיין פונעם קאמפארט זאון, אנהייבן א נייע לעבן פון דאסניי.. ממש כקטן שנולד דמי, אזוי ווי נאך מתן תורה, וואס מ׳האט אפילו נישט קיין קרובים, ווי די גמ׳ זאגט..

מ׳האט להדיא ברצון on purpose, איינגעצוימט און isolated אונזער סאסייעטי בכדי צו באשאפן דעם barrier.
דאס איז שוין ביי אסאך רעליגיעס כמעט גארנישט ענדליך צו וואס ס׳איז ביי אונז.
4. פרעמווערק, מ׳ווייסט נישט ווי אזוי צו לעבן אן די רעליגיע מרוב הרגל, וואס איז די תכלית אין דעם לעבן, ווי אזוי באקומט מען די ספירעטשול נידס אן דעם, מ׳איז צוגעוואוינט אז מ׳פאלגט נאך א טעקסט בוק אויף ווי אזוי זיך צו פירן אויף יעדע טריט און שריט, פונקט אזוי ווי קינדער אין א קלאס רום, מ׳איז צוגעוואוינט אז די תכלית אין לעבן איז פשוט צו קאלעקטן coupons/פוינטס פאר די נעקסטע לעבן, און נישט צו עפעס אויפטון, ווי קען מען אזוי ארויסגיין אין טרעפן די אייגענע וועג און תכלית, אן צו נאכגיין א צווייטן.
און דאס איז שוין יוניק ביי אונז... חוץ פון קאלטס ודומיהן.
איך מיין אז דאס זענען מער ווייניגער די סיבות פארוואס מענטשן בלייבן יא אויפן דרך, און אפילו פאר איינער וואס גלייבט נישט, איז נאך אלס דא די אנדערע סיבות נישט ארויס צו גיין ווי קאנסעקווענס׳ן און איידענטעטי.
אבער מיין שאלה כ׳וואלט געוואלט וויסן איז, וויפיל (
כולל די באהאלטענע) גלייבען נישט, פשוט ווייל truth האט זיי געשמיסן אין פנים,
אזוי ווי מיך, אן קיין שום טראומא און נישט ווייל ס׳האט זיי נישט געפאלן די רעליגיע וכדו׳, און וויפיל פון טראומא, און וויפיל פון אנדערע זאכן?