סאו דו גייסט קארענטלי ? מיט וואס דו האלטסט יעצט ? אפגעזען אז ס׳גייט זיין 5 חרטה ?
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
סאו דו גייסט קארענטלי ? מיט וואס דו האלטסט יעצט ? אפגעזען אז ס׳גייט זיין 5 חרטה ?
איך כאפ נישט פארוואס דו האלסט אז ער גייט חרטה האבן??סאו דו גייסט קארענטלי ? מיט וואס דו האלטסט יעצט ? אפגעזען אז ס׳גייט זיין 5 חרטה ?
עכ"פ דער נידון ווערט א loss vs gain מציאות, דהיינו וויפול גייט ער/זי פארדינען פון זיין אקט און וואס גייט ער פארלירן.הונדרעט פראצענט,
די שאלה איז נישט פארוואס איינער האט אויפגעהערט גלייבען צי וואס ווייל דאס איז נישט תלוי אין א מענטשעס החלטה, אדער גלייבט ער אדער נישט, מען קען נישט מחליט זיין וואס מען וויל.
די שאלה איז מער לגבי טוישען לייף סטיילס, ועוד ס׳דא גענוג אין די סיסטעם וואס גלייבען נישט און ס׳דא גענוג אינדרויסען וואס גלייבען יא, די שאלה איז וואס האט געמאכט ארויסגיין פון די סיסטעם.
מילא איינער וואס בלייבט איז בדרך כלל דאס די דיפאלט אפציע, איך בין אין די סיסטעם און ס׳מיר מער-ווייניגער גוט דא, ווס. איינער וואס איז אוועק געגאנגען האט עפעס געטוהן בקום ועשה איז די שאלה וואס האט עס געטריגערט.
די זעלבע קשיא איז צי בעלי תשובה, וואס האט עם געטריגערט צי ווערען א בעל תשובה, די קשיא איז נישט אויף די פרייער וואס בלייבט פריי, ווייל דאס איז דאך זיין דיפאלט אפציע.
איך האב מיר באצויגן אויף וואס ער האט געשריבן אין א תגובה אז ער איז אפען מיטן געדאנק איינצוזעין אז ער איז נישט גערעכט געוועןאיך כאפ נישט פארוואס דו האלסט אז ער גייט חרטה האבן??
לכאורה קומט ער פון קלארקייט וואס ער האט איינגעזען, דו האלסט אז ער מאכט אזוי שנעל החלטות אן עס האבן דארכגעטראכט?
און דו אליינס ביזט אזוי זיכער מיט וואס דו האלסט יעצט?? פארוואס טראכסטו נישט אז אפשר איין טאג וועסטו אליין איינזען אז דו לעבסט אין א טעות??
נישט קיין פראבלעם.איים סארי. כ׳אב זיכער נישט געוואלט טשעפענען סיי וועם.
אני הקטן פארשטיי באמת נישט די טריגערינג פארט.. כ׳רעד, שוין נאכן פראבירן צו טראכטן פון ביידע זייטן פון די מטבע… איי געס איי עם מיסינג סאמטינג. נו, שוין.
שכח פאר זיך אנרופן מרחשון! פאר דיר האב איך צוגעשטעלט טאקע די גאר ערשטע נומער 1 פאר דיזן סיבה ווייל צענדליגע גייען טאקע נאר ביז אהין.אצינד הייבט מען אן מישן צווישן אומרעליגיעז און OTD...
איך בין א פרומער יונגערמאן מיט הוט און רעקל, וואס איז אויסגעשפראכן קעגן אידישקייט וויאזוי מען רופט דאס היינט. נישט ווייל דער אויבערשטער האט קיינמאל נישט געגעבן די תורה אויפ'ן בארג סיני. אין מתן תורה גלייב איך יא. נאר פשוט ווייל די קאמיוניטי וואו איך בין געבוירן איז געבויט אויף נאנסענס, איגא, קולט, טפשות און שלעכטיגקייט.
ווען איך וואלט ווען געבוירן אין א קריסטליכע פאמיליע, וואלט איך דעפענעטלי געווען OTD. אבער וואס זאל איך טוהן אז נאך מיין גאנצע ריסירטש איז דער אידישער באשעפער דער וועמען איך וויל דינען?
ס'איז מיר אינטערסאנט צו זען די קאמענט, מ'האט פונקט גערעדט דערפון די וואך אויף א גרופע מיט רובא דרובא אפענע OTD פון אלע שיכטן וויאזוי מ'קען זיך היילן איינמאל מ'איז שוין גרייט צו מאכן די מאוו ווי מ'רופט עס, האט איינער זיך אנגערופן אז זייער אסאך פון די וואס זענען אפן זענען לאו דוקא אויף גרופ'ס וואס זענען נאטירליך נעגעטיוו ווייל ס'קומט מיט אסאך baggage נאר מ'לעבט זיך דעם לעבן און מ'זיצט נישט מיט "נאך אט"ד חברים" פארברענגען אדער זיפצן פאר יארן און יארן. מ'גייט אן מיטן לעבן, סא מ'קען נישט רעכענען פונקטליך פונקטליךאיך ווייס נישט, אבער דאס איז נישט די נושא פון די שמועס דא, וואס ס'געשעהט ווען מ'גייט אוועק פון די קאמיוניטי, די נושא איז פארוואס מ'גייט אוועק.
דאס וואס דו זאגסט אז ס'איז דא א גרויסע פראצענט וואס טיף אין הארץ זענען זיי OTD, אבער זיי גייען נישט אוועק, ס'איז זיכער אמת, אבער ס'איז גאר א קליינע פראצענט.
מיין גרעסטע ראיה איז, פארוואס אזעלכע קרעמלעך און קאווע שטיבלעך האבן אזוי ווייניג טרעפיק, און די וואס זענען יא דא, זענען רוב מאמינים געהעריג.
באלד וועסטו מיר זאגן אז ס'איז דא פעיסבוק גרופס פון הונדערטער חברה, אויב ס'איז טאקע דא, איז עטליכע הונדערט מענטשן נאך אלס א פיצי פראצענט קעגן די גרויסקייט פון די חרדישע קאמיוניטי, וואס ציילט שוין מסתם איבער א מיליאן מענטשן, אויב מ'רעכנט אלע קהילות אריינגערעכנט אמעריקא ישראל און אייראפע.
קח לך כלל זה בידךיא יא מען ארבייט אויף דעם אבער דער פארשטיקענע עגא האלט נישט ביי גארנישט
אה! כ'האב פארגעסן צו ענטפערן אויף די שאלה.
וויל ער לעבט מיט די רעליגעזע קאנספאראציע אז עס איז קלאר אז די אמת ליגט אין רעליגייע און יעדער מענעש קען עס צו זעהןאיך כאפ נישט פארוואס דו האלסט אז ער גייט חרטה האבן??
לכאורה קומט ער פון קלארקייט וואס ער האט איינגעזען, דו האלסט אז ער מאכט אזוי שנעל החלטות אן עס האבן דארכגעטראכט?
און דו אליינס ביזט אזוי זיכער מיט וואס דו האלסט יעצט?? פארוואס טראכסטו נישט אז אפשר איין טאג וועסטו אליין איינזען אז דו לעבסט אין א טעות??
פארוואס קען מען נישט זאגןמען דארף דא מאכן א שטיקל ליסטע, מי ומי ההולכים, ווער זענען די עמטליך דערקלערטע אגנאסטיק'ס (אפיקורס/ כופר איז א סטראנג ווארט, קיינער קען דאך נישט זיין איבערצייגט אויף זיכער, העכסטנס קען מען זאגן אז מען האט שאלות / ספיקות / טראכט נישט אז ס'איז דא א סיבה אנצונעמען בכלל), סתם צו וויסן וואס יענעם'ס ענגל איז. געווענליך אויף א חרדישע פארום האט מען נישט קיין עמטליכע אגנאסטיק'ס אבער דא איז דאך יא דא אפיציעל דערקלערטע
כ'האב געווארנט מיטן טריגער אויבןאיך מיין אז די שאלה איבער דעם ענין דארף אויך געפרעגט ווערן אויף פארקערט, דהיינו, פארוואס בלייבן מענטשן אויפן דרך?
דשארדש קארלין האט א באקאנט ווארט וואס גייט בערך, I was religious until I hit the age of reason...
אין די גוי'אישע וועלט איז סאך גרינגער צו גיין או טי די, ווייל דו ביסט אויפגעוואקסן מיט די אלגעמיינע שפראך און קולטור פונעם לאנד, דו דארפסט פשוט אנערקענען אז די קאטוילישע קירכע איז ב"ש צום בעסטן פאל און פאוער פלעי מיט טשיילד אביוס אויפן ערגערן פאל, און בינגאו, דו ביסט א פולקאמער או טי די.
היימישע אידן ווערן אויפגעוואקסן אין א טייט ניט קאמיוניטי וואו ענגליש איז ניטאמאל א סעקאנד לענגוויטש, מען ווייסט נאר פון מסורה מיט ר' שייע ב"ר משה און ס'איז א סיסטעם וואס קאנטראלירט כמעט אלע אספעקטן פונעם לעבן, אזוי אז ס'כמעט נישטא קיין תקופה אין לעבן וואס מען זאל קענען געהעריג או טי די'ען אן קיין גאר שווערע קאנסעקווענצן, ממילא בלייבט נאר איבער צו גיין אויף פארומ'ס און שמועסן מיט נאך חברה וואס כאפן אביסל ווי שטארק זיי זענען איינגעמייכנט אינעם קעסטל, און הערן חוות דעתם בזה.
די פשוט'ע סיבה איז ווייל ס'נישט דא קיין צייט און די אלע זאכן זענען נישט נוגע פארן טאג טעגליכן לעבן און דאס איז וואס מען ברענגט ארויס מיט די סאקסעס סטאריסדזשענערל איגנעראנס. מ'האט נישט קיין בילדונג איבער די וועלט און וויאזוי די וועלט ארבעט, וואס איז קראנק אויף מערערע לעוול'ס און כ'האב שוין מאריך געווען אויף דעם און נאך ווייניגער שכל'דיג זענען די פארקרומטע תירוצים וואס מאנכע גיבן דערפאר פון טוכעס ארויס פארפאסנד'יג אלע צו רוב פונקטן, ווי גלייך בילדונג און קענען די נושא פון פארטיקלס און אטאם'ס און קריטישע טראכטן שלאגט זיך עפעס מיט וויפיל ביזנעס היימישע אידן טוען יא אדער נישט, פארקערט ס'איז אן אימפליקאציע אז ס'פעלט אזוי אויס דאס אז איר דארפט סעלעברעיטן ווי מעכטיג איר זענט אז איז האט עס "געמאכט" אן דעם, וועט איר זיך אויפטוהן אויך אז אייער רוקן וויי אדער צוקער ליידן זענען אוועקגעגאנגען אן פאלגן א דאקטער! כ'מיין וואס...
Very well saidהונדרעט פראצענט,
די שאלה איז נישט פארוואס איינער האט אויפגעהערט גלייבען צי וואס ווייל דאס איז נישט תלוי אין א מענטשעס החלטה, אדער גלייבט ער אדער נישט, מען קען נישט מחליט זיין וואס מען וויל.
די שאלה איז מער לגבי טוישען לייף סטיילס, ועוד ס׳דא גענוג אין די סיסטעם וואס גלייבען נישט און ס׳דא גענוג אינדרויסען וואס גלייבען יא, די שאלה איז וואס האט געמאכט ארויסגיין פון די סיסטעם.
מילא איינער וואס בלייבט איז בדרך כלל דאס די דיפאלט אפציע, איך בין אין די סיסטעם און ס׳מיר מער-ווייניגער גוט דא, ווס. איינער וואס איז אוועק געגאנגען האט עפעס געטוהן בקום ועשה איז די שאלה וואס האט עס געטריגערט.
די זעלבע קשיא איז צי בעלי תשובה, וואס האט עם געטריגערט צי ווערען א בעל תשובה, די קשיא איז נישט אויף די פרייער וואס בלייבט פריי, ווייל דאס איז דאך זיין דיפאלט אפציע.
אקעי, פאר מ'מאכט דעם ליסטע, א שנעלע לעקציע: האסט א טעות די דעפינישן פון עטאיסט איז נישט declaring with absolute certainty דאס איז אן אלטער גרייז פון גלויביגע וואס דו ביסט ווייט פון די איינציגסטע.מען דארף דא מאכן א שטיקל ליסטע, מי ומי ההולכים, ווער זענען די עמטליך דערקלערטע אגנאסטיק'ס (אפיקורס/ כופר איז א סטראנג ווארט, קיינער קען דאך נישט זיין איבערצייגט אויף זיכער, העכסטנס קען מען זאגן אז מען האט שאלות / ספיקות / טראכט נישט אז ס'איז דא א סיבה אנצונעמען בכלל), סתם צו וויסן וואס יענעם'ס ענגל איז. געווענליך אויף א חרדישע פארום האט מען נישט קיין עמטליכע אגנאסטיק'ס אבער דא איז דאך יא דא אפיציעל דערקלערטע