טריגער ווארענונג פארוואס גייען אזויפיל אראפ פון אידישן וועג? לאמיר קלערן

טריגער ווארענונג: דאס שנירל טוט מעגליך אנטהאלטן תוכן וואס קען זיין שווער פאר געוויסע ליינער
סאו דו גייסט קארענטלי ? מיט וואס דו האלטסט יעצט ? אפגעזען אז ס׳גייט זיין 5 חרטה ?
איך כאפ נישט פארוואס דו האלסט אז ער גייט חרטה האבן??
לכאורה קומט ער פון קלארקייט וואס ער האט איינגעזען, דו האלסט אז ער מאכט אזוי שנעל החלטות אן עס האבן דארכגעטראכט?

און דו אליינס ביזט אזוי זיכער מיט וואס דו האלסט יעצט?? פארוואס טראכסטו נישט אז אפשר איין טאג וועסטו אליין איינזען אז דו לעבסט אין א טעות??
 
מען דארף דא מאכן א שטיקל ליסטע, מי ומי ההולכים, ווער זענען די עמטליך דערקלערטע אגנאסטיק'ס (אפיקורס/ כופר איז א סטראנג ווארט, קיינער קען דאך נישט זיין איבערצייגט אויף זיכער, העכסטנס קען מען זאגן אז מען האט שאלות / ספיקות / טראכט נישט אז ס'איז דא א סיבה אנצונעמען בכלל), סתם צו וויסן וואס יענעם'ס ענגל איז. געווענליך אויף א חרדישע פארום האט מען נישט קיין עמטליכע אגנאסטיק'ס אבער דא איז דאך יא דא אפיציעל דערקלערטע
 
הונדרעט פראצענט,
די שאלה איז נישט פארוואס איינער האט אויפגעהערט גלייבען צי וואס ווייל דאס איז נישט תלוי אין א מענטשעס החלטה, אדער גלייבט ער אדער נישט, מען קען נישט מחליט זיין וואס מען וויל.

די שאלה איז מער לגבי טוישען לייף סטיילס, ועוד ס׳דא גענוג אין די סיסטעם וואס גלייבען נישט און ס׳דא גענוג אינדרויסען וואס גלייבען יא, די שאלה איז וואס האט געמאכט ארויסגיין פון די סיסטעם.

מילא איינער וואס בלייבט איז בדרך כלל דאס די דיפאלט אפציע, איך בין אין די סיסטעם און ס׳מיר מער-ווייניגער גוט דא, ווס. איינער וואס איז אוועק געגאנגען האט עפעס געטוהן בקום ועשה איז די שאלה וואס האט עס געטריגערט.

די זעלבע קשיא איז צי בעלי תשובה, וואס האט עם געטריגערט צי ווערען א בעל תשובה, די קשיא איז נישט אויף די פרייער וואס בלייבט פריי, ווייל דאס איז דאך זיין דיפאלט אפציע.
עכ"פ דער נידון ווערט א loss vs gain מציאות, דהיינו וויפול גייט ער/זי פארדינען פון זיין אקט און וואס גייט ער פארלירן.
בנוסף צו האט ער/זי טאקע די בצים צו גיין עד הסוף.
איז ווען א מענטש פילט זיך שטארק צעדריקט אין זיין מצב וועט ער געווענליך האבן מער צו פארדינען ווי צו פארלירן, ממילא ווענדט זיך עס שטארק ביי יעדע מענטש לויט זיינע אומשטענדן און כאראקטער און ס'איז נישט עכט שייך צו צוען אמת'ע החלטות פון איינעם צום צווייטן.

דאס איז אמאל זיכער אז אמאליגע צייטן איז געווען סאך גרינגער צו טוישן לייף סטייל, טאקע ווייל די סיסטעם איז נישט געווען ווי היינט און מענטשן האבן געקענט גרינג נעלם ווערן אן לאזן שפירן און מ'איז געווען געוואוינט צו גיין אויף אנדערע פלעצער און זיך אליין באגיין מיט זיך (מענטשן האבן געהאט מער אינדעפענדענס).
 
איך כאפ נישט פארוואס דו האלסט אז ער גייט חרטה האבן??
לכאורה קומט ער פון קלארקייט וואס ער האט איינגעזען, דו האלסט אז ער מאכט אזוי שנעל החלטות אן עס האבן דארכגעטראכט?

און דו אליינס ביזט אזוי זיכער מיט וואס דו האלסט יעצט?? פארוואס טראכסטו נישט אז אפשר איין טאג וועסטו אליין איינזען אז דו לעבסט אין א טעות??
איך האב מיר באצויגן אויף וואס ער האט געשריבן אין א תגובה אז ער איז אפען מיטן געדאנק איינצוזעין אז ער איז נישט גערעכט געווען

פרעג איך אויב אזוי וואס טון אזא דראסטישע זאך און אנדערע ווערטער מ׳קען פארשטיין אז איינער זאל נישט וועלן נעמען דראסטיש ווייל ער טראכט פון דעם אז אפשר דאך בין איך נישט גערעכט
 
איים סארי. כ׳אב זיכער נישט געוואלט טשעפענען סיי וועם.

אני הקטן פארשטיי באמת נישט די טריגערינג פארט.. כ׳רעד, שוין נאכן פראבירן צו טראכטן פון ביידע זייטן פון די מטבע… איי געס איי עם מיסינג סאמטינג. נו, שוין.
נישט קיין פראבלעם.

מיר טריגערט ווען א היימישע מענטש קען נישט פארשטיין וואס די טויש איז און האט נאך נערווירנדע שאלות און וועליו דזשאדזשמענט אויף יעדע זאך, און חוץ וואס ס'איז cringe אז זיי כאפן נישט איז אמאל אפילו אפענסיוו. בקיצור אן עקסטרימע מענטש און א מיטעלע מענטש מוטשענען זיך צו פארשטיין.

און דא איז עס א מעקא פון עקסטרימיסטן קעגן איינצעלנע נארמאלע. סארי איך מיין נישט קיינעם פערזענליך ס'האט מיר אויך גענומען 5 יאר צו זיין אקעי מיט דעם איינע מושג אליין "איך קום פון א קיצוני אפשטאם וואס איז נישט אלגעמיין און נארמאל"
 
אצינד הייבט מען אן מישן צווישן אומרעליגיעז און OTD...
איך בין א פרומער יונגערמאן מיט הוט און רעקל, וואס איז אויסגעשפראכן קעגן אידישקייט וויאזוי מען רופט דאס היינט. נישט ווייל דער אויבערשטער האט קיינמאל נישט געגעבן די תורה אויפ'ן בארג סיני. אין מתן תורה גלייב איך יא. נאר פשוט ווייל די קאמיוניטי וואו איך בין געבוירן איז געבויט אויף נאנסענס, איגא, קולט, טפשות און שלעכטיגקייט.
ווען איך וואלט ווען געבוירן אין א קריסטליכע פאמיליע, וואלט איך דעפענעטלי געווען OTD. אבער וואס זאל איך טוהן אז נאך מיין גאנצע ריסירטש איז דער אידישער באשעפער דער וועמען איך וויל דינען?
שכח פאר זיך אנרופן מרחשון! פאר דיר האב איך צוגעשטעלט טאקע די גאר ערשטע נומער 1 פאר דיזן סיבה ווייל צענדליגע גייען טאקע נאר ביז אהין.
איך ווייס נישט, אבער דאס איז נישט די נושא פון די שמועס דא, וואס ס'געשעהט ווען מ'גייט אוועק פון די קאמיוניטי, די נושא איז פארוואס מ'גייט אוועק.

דאס וואס דו זאגסט אז ס'איז דא א גרויסע פראצענט וואס טיף אין הארץ זענען זיי OTD, אבער זיי גייען נישט אוועק, ס'איז זיכער אמת, אבער ס'איז גאר א קליינע פראצענט.

מיין גרעסטע ראיה איז, פארוואס אזעלכע קרעמלעך און קאווע שטיבלעך האבן אזוי ווייניג טרעפיק, און די וואס זענען יא דא, זענען רוב מאמינים געהעריג.

באלד וועסטו מיר זאגן אז ס'איז דא פעיסבוק גרופס פון הונדערטער חברה, אויב ס'איז טאקע דא, איז עטליכע הונדערט מענטשן נאך אלס א פיצי פראצענט קעגן די גרויסקייט פון די חרדישע קאמיוניטי, וואס ציילט שוין מסתם איבער א מיליאן מענטשן, אויב מ'רעכנט אלע קהילות אריינגערעכנט אמעריקא ישראל און אייראפע.
ס'איז מיר אינטערסאנט צו זען די קאמענט, מ'האט פונקט גערעדט דערפון די וואך אויף א גרופע מיט רובא דרובא אפענע OTD פון אלע שיכטן וויאזוי מ'קען זיך היילן איינמאל מ'איז שוין גרייט צו מאכן די מאוו ווי מ'רופט עס, האט איינער זיך אנגערופן אז זייער אסאך פון די וואס זענען אפן זענען לאו דוקא אויף גרופ'ס וואס זענען נאטירליך נעגעטיוו ווייל ס'קומט מיט אסאך baggage נאר מ'לעבט זיך דעם לעבן און מ'זיצט נישט מיט "נאך אט"ד חברים" פארברענגען אדער זיפצן פאר יארן און יארן. מ'גייט אן מיטן לעבן, סא מ'קען נישט רעכענען פונקטליך פונקטליך

ס'איז דא פוסטעפס אין אמעריקע
גשר אין לאנדאן
די אויסטראליע האב איך פארגעסן
הילל אין ארץ ישראל דארט איז שוין אויך דא נאך איינס אדער צוויי
די רעדיט סובפארם'ס ווי https://www.reddit.com/r/exjew/ גראדע האט עס 11 טויזנט מעמבערס,

איך בין אין פוטסטעפס פאר עטליכע יאר, און האב שוין מער ווי איינמאל אנגעטראפן גרופעס פון אטד וואס האבן זיך שוין ארויסגעריקט צען פופצן יאר פריער און האבן עס געטוהן אליין און פערצופאל האב מיר זיך געדרייט אין זעלבע פלאץ, דו זעהסט זיי נישט אין די נייעס און דו זעהסט זיי נישט ביי א מסיבה מיט פוטסטעפס וואס זיי מאכן פובליק. די פוינט איז: ס'איז דא נאך אסאך
 
וואס הייסט, קענסט דאך זעהן וויפיל ס'איז דא אין דיין פאמיליע, און וויפיל איז דא אין דיין קאמיוניטי, פרעג עני OTD, וויפיל חברה פון דיין עיזש אין ישיבה זענען OTD? וויפיל פון דיין פאמיליע זענען אפגעפארן, יעדע OTD האט זיבן געשוויסטער וואס זענען נישט אפגעפארן, און 25 קלעסמעיטס, וויפיל פראצענט איז עס? דאס אז סאיז דא א גרויסע סובפארום מיט טויזנטער מעמבערס מאכט עס נאכנישט א גרויסע פראצענט, ווייל די חרדישע קאמיוניטי איז סאך סאך גרעסער.
 
וואס טאקע איז גורם אז מענטשען זאלן גיין OTD?
אה! כ'האב פארגעסן צו ענטפערן אויף די שאלה.

אלס א קוואליפיצירטע אינטעליגענטע שגץ קען איך דא אויסגיסן א גאנצע בוך פון הסברים פון מיר פערזענליך. אויבן האב איך געזוכט צו שרייבן ברייטער לטובת הכלל דא וועל איך אויסשמועסן מיינע הויפט סיבות רעדן פארוואס די פרומע לעבן רעדט נישט צו מיר:

  1. צופיל רולס. צופיל הלכות פשוט מ'טרייבט איבער, און מ'כאפט אפי' נישט ווי מ'ווערט דערפון גערירט, ס'איז לצנות. אלעס דארף מאדערעישן. און איך האלט אז מ'אבסעסירט אזויפיל מיט די קליינע זאכן שוואכט עס אפ די בעסיקס אויך. פונקט פארקערט ווי מעינסטריעם רעדט זיך איין - און אזוי זעט מען טאקע מיט גענוג און נאך מנהגים וואס ווערן הייליגער ווי די תורה און שלחן ערוך.
  2. אנדערש ווי זייער סך וואס כ'האב זיך באקענט, פארמאג איך נישט קיין גילט טריפ אויף טוהן אן #עבירה, איך באמערק איך אפילו נישט עט דיס פוינט, איך וויל קוקן מיין פאון קוק איך, איך וויל זעהן א בראדוועי שאו גיי איך מיר קיין טיימס סקווער, און כ'האב נישט א קאמפלעקס יו איך דארף תשובה טון אויף 8 ראיות אסורות, 2 עריות און 1 ניבול. איך בין אין א וועג אלס געווען מער די טיפ, ס'האט זיכער צוטון מיט מיין אויפוואקסן מער באלאנסירט טראץ וואס כ'קום פון סאטמאר אבער געדאוונט און זיך געהאדעוועט אין א מער האלב מאדערנע יאנג איזרעל האלב חסידישע שוהל געמישט.
  3. צענזור. איך בין צו נייגעריג און ברייטליך זיך אריינצוקעסטלן אין די חדר בענקל, איך דארף אסאך מער אנצופילן מיין קעפל, פון ביכער, ביז היסטאריע, פון יווניש'ע פילזאפיע ביז מורה נבוכים, פון טיווי שאו'ס און מוזיק פערפארמענסן פון די וועלט. אז איך הער א ריהאנא ליד אונלי גירל בשוגג אויפן רעדיא שטעל איך מיר נישט אפ דארט נאר איך גיי ווייטער אריין אין דעם און כ'וויל אויסגעפינען מער, און איך קען נישט באלאנגען צו א פלאץ ווי דאס איז נישט ערמוטיגט. נאך טיפער: איך קען הנאה האבן פון א אידישע שפיל און איך ווער אפי' גאר אריינגעטוהן דערין, אבער אז ס'פעלט די פרוי און די ראמאנס פון די מעשה מאכט עס נישט קיין טראפל סענס אין מיין קאפ, האלט דיך מיט די גאנצע זאך, איך קען נישט טאנצן אזוי, אדער איז עס א נארמאלע פאנטאזיע אדער א אמת'ע געשיכטע, אדער איז עס א שפיל אויפן חרדי'שע שטייגער וואס געשעהט 400 יאר צוריק...
  4. דזשענערל איגנעראנס. מ'האט נישט קיין בילדונג איבער די וועלט און וויאזוי די וועלט ארבעט, וואס איז קראנק אויף מערערע לעוול'ס און כ'האב שוין מאריך געווען אויף דעם און נאך ווייניגער שכל'דיג זענען די פארקרומטע תירוצים וואס מאנכע גיבן דערפאר פון טוכעס ארויס פארפאסנד'יג אלע צו רוב פונקטן, ווי גלייך בילדונג און קענען די נושא פון פארטיקלס און אטאם'ס און קריטישע טראכטן שלאגט זיך עפעס מיט וויפיל ביזנעס היימישע אידן טוען יא אדער נישט, פארקערט ס'איז אן אימפליקאציע אז ס'פעלט אזוי אויס דאס אז איר דארפט סעלעברעיטן ווי מעכטיג איר זענט אז איז האט עס "געמאכט" אן דעם, וועט איר זיך אויפטוהן אויך אז אייער רוקן וויי אדער צוקער ליידן זענען אוועקגעגאנגען אן פאלגן א דאקטער! כ'מיין וואס...
  5. שידוכים. כ'האב שוין אזויפיל צאמגעקלאפט וועגן דעם כ'מיין ס'פעלט פשוט נישט אויס, ווער עס איז בלינד וועל איך קיין גלעזער נישט ערפינדן, יעדער געזונטער איד פארשטייט היינט אז מ'פארשטייט עס נישט. ס'ארבעט נישט, און פארטיג און ס'איז אלעס צוגעטשעפעט צו אן אגענדע וואס די געמיינדע וויל יעדעם האלטן אין א שטרענגע פארגעשריבענע סקריפט און קיינער טאר חלילה נישט באמת פאלן און ליבע ווי יעקב אבינו.. פאר דער וואס ס'געלונגט יא אדער בריט זיך פשוט נישט אפ, איז אין מיינע אויגן ווי איבערלעבן א פליגער קראך, סך הכל ביזטו א בר מזל, איינס פון פינף טויזנט. ווי איך שאץ פון דא, פון קש, פון מיינע אייגענע חברים און חברים פון חברים, ס'איז ביטער. און מ'דארף זיך נעבעך פאפן איך פאפ מיך נישט, איך זעה נישט וויאזוי מ'קען זאגן מיין מערידזש? די בעסטע מערידזש! איך בין פראוד פון זיין אזוי חתונה געהאט און נישט געדארפט זיין ווי די "ליטווישע" די גאנצע וועלט טוט אזוי אבער ער ווייסט פון לטאים... איי, דו האסט נישט גארנישט מיט וואס עס צוצוגלייכן? קיינער האט דיר קיינמאל נישט צובראכן דיין הארץ, קיינער האט דיר קיינמאל נישט געזאגט זיי האבן דיר ליב און נאכדעם דיר אויסגעפייניגט, וואס טוסטו דו ביזט זיך מתחתן מיט אזא איינעם? א פארטיגע ווארט פונעם סיסטעם "אריינגעפאלן" עטס הערטס? ס'ארבעט דאך אזוי גוט! אז מ'קען טויזנטער קעיסעס, פון יארן, אה זי נעבעך אויסגעשפילט, די געמבל איז נעבעך נישט געלונגען... און תוך כדי דיבור גייט מען צוריק צום יעדער איינער איז העפילי מעריד ביי אונז טאלקינג פוינט" איך האב געזאגט פאר מיין מאמע ביי די 18 איך בין נישט נייגעריג און דארט האט זיך עס געענדיגט, ווייל כ'האב געהאט אנדערע פלענער, איך קען נישט זיין א חלק פון א סאסייעטי וואס טוט זאכן ווי 200 יאר צוריק און כ'בין זיכער אז שוין דעמאלטס האבן אפאר פארדארבענע משכילים אפגעלאכט, איך בין פון די, איך פארשטיי עס נישט און קום מיר נישט אויפקלערן די שיינקייט פון זיין א פנייה און א קדוש, איך וועל ענדערש נישט חתונה האבן ווי נעמען אזא ריזיקע, פון ווארפן א לאקשן אויפ די וואנט און האפן ס'קומט צוריק א צוגעפאסטע מיידל
  6. היומען רייטס. איז ביי מיר א וויכטיגע זאך, איך האב געליינט די וועקער, איך האב געזעהן די היסטאריע פון די תגלחת נשים, איך קען זאגן איינמאל איך האב דאס געזעהן איז עס מיר געווארן ווי א פשיטה אז איך קען קיין פרומע איד נישט זיין, און ס'עקלט מיר, און אויסשפילן קומט אפי' נישט אין באטראכט. וואס פארדין איך דערפון? איך קען נישט זיין א חלק פון א סאסייעטי וואו מ'פירט זיך אויף אזוי נידריג און געמיין צו די פרוי מין און צו זיך אליין אויך. מ'פייניגט זיך צו האבן די מצוה מיט מענטשן וואס זעעהן אויס ווי זיי זענען ליידער יעצט ארויסגעקומען פון א כעמא סעסיע... די זעלבע איז מיט צודעקן די פנים, שפעטער אויך פון פיצקעלע מיידלעך כאילו די געווענליכע ליינער האט אזעלכע תאוות, און שפעטער זיי אינגאנצן ארויס נעמען, ס'רעגט מיר געפערליך אויף וויפיל איז די שיעור זיך צו רעגן, דאס איז נישט נארמאל,
  7. טהרת המשפחה זעהט מיר אויס זייער מיסאדזשיניסטיש, איך פארשטיי נישט פארוואס א פרוי איז טמא פונקט ווי איך פארשטיי נישט פארוואס א בית כסא איז טמא, איך גלייב נישט אין קיין האוקעס פאוקעס, איך זעה אבער אז מענער אין גרויסע פאזיציעס פון מאכט זאלן אויפקומען מיט נאך וועגן צו פייניגן די פרוי און אזא זאך איז ביי מיר נישט קיין עסק
  8. אפי' יחוד האט מיר קיינמאל נישט געשמעקט און איך האב אלס געשפירט כעס נישט גילט ווי אסאך אנדערע, ווי כאילו די אפענע טיר העלפט עפעס, ווי כאילו די מענטשן אין די טיר קענען נישט שנעל טוהן עפעס מיט א אפענע... כאפסט זיי הארגענען דיר די מוח זאלסט טראכטן ווי א פערווערט א גאנצן טאג, מיט די שוין היינט ברייט באקאנטע קעיסעס מיין איך הלכות יחוד זאל גיין אויף מענער אין מקואות און אין חדרים...
  9. קאנפארמיטי, איך בין בטבע א מענטש וואס קען נישט אויסהערן אן אויטאריטי, אסאך מענטשן האבן עס, אבער ווען ס'קומט צו זיין אנגעטוהן די זעלבע ווי יעדעם, נעמט עס אוועק ממש מיין גאנצע אידענטעטי איך בין נישט דעם הויעכע היט און נישט די פלאטשיקן, און נישט די וואלענע און נישט די קאטענע ציצית און די אלע פראגעס שעמסט דיך צו זיין א איד קוק איך אן שוידערליך מאדנע. יעדע קאנטראלירטע סאסייעטי האט עס, ס'איז נישט קיין סימבאל ווי א ביזנעס וואס עדווערטייזט עפעס, ס'איז א קאנטראל ווי אין א מיליטער, דו מוזט אויסקוקן די זעלבע, אין א ביזנעס ווילן זיי אויסקוקן די זעלבע ס'איז זייער דזשאב דיר צו ארויסצוהעלפן, ס'געפעלט דיר נישט ארבעט נישט דא. איך האב נישט די טשויס. קיינער האט נישט, אפילו דער וואס זאגט אזוי, בפשטות פאפט זיך און זאגט נאר אזוי איינמאל מ'איז שוין פראגראמירט. וואלט מען אויפגעוואקסן אנדערש וואלט מען אויך געמאכט די טשויס ווי ניסים בלאק?
  10. דאס איז קאנטרעווערסיאל אבער איך האב א ליבעראלע וועג פון טראכטן און איך זוך נישט דוקא צו זיין א איד מיט אידישע קינדער, מיר איז פונקט אזוי חשוב צו וואוינען מיט א פרוי פון קארטאהענע קאלאמביע און אויפציען לאטינא קינדערלעך, איך ווייס נישט אויב איך קום אן צו ווי כ'וויל אויב איך בלייב אין די אידישע מערידש איך וויל נישט צוריקגעשלעפט ווערן דורך דעם, חוץ אוודאי אז מ'רעדט פון א גאנצע פרייע רעפארם וכו' אבער כ'ווייס נישט וויפיל זענען אזוי, ס'זעט מיר אויס ווי גיין מיט א נישט אידישע איז שוין גרינגער, א נייע קולטור, א נייע לעבן כ'הייב אן פון אלף. דארף איך נאך זארגן אז די משפחה וועט אפהאקן נאך אויך, כ'קען חברים וואס דאס ווילן זיי נישט, און איך פארשטיי עס אבער איך טענה ביזטו נישט אוועקגעגאנגען יא צו קענען טוהן וואס אימער דיין הארץ גלוסט? און זיי זענען מסכים... עטס כאפטס ווי ווייט דאס גייט? מ'נעמט זיך שוין די קאנפידענץ צו גיין האבן נאך די עלטערן א שליטה אויף די נעקסטע דור!!
  11. דינייעליזם פון... נארמאלקייט איך בין ממש פארעקלט און איך וויל מעלה גרה זיין ווי די געמיינדע האנדלט מיט פראבלעמען צו זאל עס זיין סעקס אביוז, drug abuse גיטין, מענטשן מיט מענטל אילנעס, ווי לעצטנס זענען געווען 2 מערדערס וואס האבן אומגעברענגט אייגענע משפחה, צו זאל עס זיין די שיקזאל וואס פלאגט די פרומע עקאנאמיע די הוצאות זענען ארויס פון יעדע גדר, כ'קען נישט אזוי, וואס כ'האלט ס'איז אלעס קאנעקטעד צו post traumatic stress פון אנטלויפן פון ריעליטי, אנטלויפן פון געזעץ, אנטלויפן פון סיי וועלכע זאך וואס מאכט די קאמיונטי אויסקוקן צו diverse אזוי ווי פראפעסאר היילמאן ברענגט דא ארויס זעהר ריכטיג ארויס. פשוט מדת סדום אין די 21סטע יאר הונדערט.
http://www.pbs.org/wnet/religionandethi ... ism/18423/

דאס איז נאר די הקדמה צו די הקדמה just kidding יעדע מאל כ'זעץ זיך שרייבן קומט מיר אריין נייע געדאנקן...
 
אפשר עפן א שנירל פאר דעם לאנגע תגובה, א שאד עס זאל ווערן פארוואסערט טיף אין א שנירל.
 
איך כאפ נישט פארוואס דו האלסט אז ער גייט חרטה האבן??
לכאורה קומט ער פון קלארקייט וואס ער האט איינגעזען, דו האלסט אז ער מאכט אזוי שנעל החלטות אן עס האבן דארכגעטראכט?

און דו אליינס ביזט אזוי זיכער מיט וואס דו האלסט יעצט?? פארוואס טראכסטו נישט אז אפשר איין טאג וועסטו אליין איינזען אז דו לעבסט אין א טעות??
וויל ער לעבט מיט די רעליגעזע קאנספאראציע אז עס איז קלאר אז די אמת ליגט אין רעליגייע און יעדער מענעש קען עס צו זעהן
גיי זאג אים אז יעדע רעליגיע האלט אזוי אויף זיך
 
מען דארף דא מאכן א שטיקל ליסטע, מי ומי ההולכים, ווער זענען די עמטליך דערקלערטע אגנאסטיק'ס (אפיקורס/ כופר איז א סטראנג ווארט, קיינער קען דאך נישט זיין איבערצייגט אויף זיכער, העכסטנס קען מען זאגן אז מען האט שאלות / ספיקות / טראכט נישט אז ס'איז דא א סיבה אנצונעמען בכלל), סתם צו וויסן וואס יענעם'ס ענגל איז. געווענליך אויף א חרדישע פארום האט מען נישט קיין עמטליכע אגנאסטיק'ס אבער דא איז דאך יא דא אפיציעל דערקלערטע
פארוואס קען מען נישט זאגן
אז ער איז זיכער אז עס איז נישט דא קיין גאט
איך גלייב אזוי פאר די איינע סיבה אז עס איז סאך געשמאקער און גרינגער צו לעבן אז מווייסט אז עס איז דא א גאט אויף די וועלט שכלדיג איז מיר זייער שווער עס מקבל זיין
 
איך מיין אז די שאלה איבער דעם ענין דארף אויך געפרעגט ווערן אויף פארקערט, דהיינו, פארוואס בלייבן מענטשן אויפן דרך?
דשארדש קארלין האט א באקאנט ווארט וואס גייט בערך, I was religious until I hit the age of reason...
אין די גוי'אישע וועלט איז סאך גרינגער צו גיין או טי די, ווייל דו ביסט אויפגעוואקסן מיט די אלגעמיינע שפראך און קולטור פונעם לאנד, דו דארפסט פשוט אנערקענען אז די קאטוילישע קירכע איז ב"ש צום בעסטן פאל און פאוער פלעי מיט טשיילד אביוס אויפן ערגערן פאל, און בינגאו, דו ביסט א פולקאמער או טי די.

היימישע אידן ווערן אויפגעוואקסן אין א טייט ניט קאמיוניטי וואו ענגליש איז ניטאמאל א סעקאנד לענגוויטש, מען ווייסט נאר פון מסורה מיט ר' שייע ב"ר משה און ס'איז א סיסטעם וואס קאנטראלירט כמעט אלע אספעקטן פונעם לעבן, אזוי אז ס'כמעט נישטא קיין תקופה אין לעבן וואס מען זאל קענען געהעריג או טי די'ען אן קיין גאר שווערע קאנסעקווענצן, ממילא בלייבט נאר איבער צו גיין אויף פארומ'ס און שמועסן מיט נאך חברה וואס כאפן אביסל ווי שטארק זיי זענען איינגעמייכנט אינעם קעסטל, און הערן חוות דעתם בזה.
כ'האב געווארנט מיטן טריגער אויבן
Well, ס'איז נישט גרינג זיך אפצוברעכן פון א קולט. און מענטשן ווערן ווילד אויף דיפענס, כ'האב שוין דאס אויך שטודירט, קולט'ס קומען אין אלע סארטן און פארמען. נאר ווייל מ'ביהעדט נישט און הענגט נישט קיין געי'ס לעבעדיגערהייט מיינט נאכנישט לויט פסיכילאגיע אז ס'איז נישט קיין קולט.
איך האב אסאך צאמגעקוקט איבער אנדערע רעליגיע'ס און קאמיוניט'ס. און איך בין געוואר געווארן א סנעפל פעקט אז ניין פון צען חרדים וואס ווארפן "א רגע אין אנדערע קאמיוניטי'ס איז נישט אזוי" ווייסן נישט ווי עקסענטריק, ווי אנדערש זיי זענען פון די אלגעמיין. ס'הייסט אזוי אויסער די פאר פרינדזש אמיש, מארמאן דזשהוה, וועסבארא בעפטיסט קירכע (די קריסטליכע ווערסיע פון נתורי קרתא) אדער סייענטאלידזשי לעבט קיינער כמעט נישט אזוי אין אמעריקע/אייראפע...

די ערשטע סימן פון א קולט איז אוועקגעבן דיין גאנצן טאג דערפאר, ס'איז נישט גענוג אז דו גיבסט אוועק דיין זונטאג צו דיין שבת, ס'איז נישט גענוג אז דו פארסי אריין אין די גרויסע שטאט אויף יו"ט. ניין, דארפסט עס אטעמען.

די גוטע נייעס איז די וועלט טוישט זיך מיט א שנעלקייט און היינט איז מען נישט אויפן וואסער, אז איינער זוכט אזא אנדערגראונד קאמיוניטי קען מען זיך ווענדן צו מיר, פאר לויערס שיקט מען צו פוטסטעפס כ'הער זיי ארבעטן זייער שווער זיך צוריקצושלאגן אויף די נארסיסטישע מגיפה פון זיך אננעמען פאר די עלטערן וואס בלייבט ערליך און אטאמאטיש באשמוצן די דעפעקטירער, נישט קיין חילוק ווער ס'איז, קען זיין א חזיר א זויפער, ווילאנג מ'איז פונדרויסן אן אונזעריגער... עכ"פ לויט זייערע לויערס פלעגט די ברוקלין קאורטס סיידן מיט די פרומע פערנט אבער ס'איז דא אן ערנסטע טענה צו די שופטים מעגן הייסן א טאטע אדער מאמע זיך צושטעלן צום פרומקייט ארום דעם קינד, פארוואס עפעס? זיי האבן דאך נישט עכט חתונה געהאט, לויט מסכת קידושין אפשר, אבער נישט לויט א דעמאקראטישע סיסטעם ווי מענטשן האבן אויטאנימי וואס דאן קומט אריין די געדאנק פון בלייבן וויאזוי מ'איז געווען פארן זיך צוטיילן.

עמיר זעהן וואס וועט ווערן דערמיט.

כ'האב נישט קיין אייגענע עקספירענס כ'זאג נאר איבער פון זיי. אז דו ווייסט מער פון מיר קום אריין
 
דזשענערל איגנעראנס. מ'האט נישט קיין בילדונג איבער די וועלט און וויאזוי די וועלט ארבעט, וואס איז קראנק אויף מערערע לעוול'ס און כ'האב שוין מאריך געווען אויף דעם און נאך ווייניגער שכל'דיג זענען די פארקרומטע תירוצים וואס מאנכע גיבן דערפאר פון טוכעס ארויס פארפאסנד'יג אלע צו רוב פונקטן, ווי גלייך בילדונג און קענען די נושא פון פארטיקלס און אטאם'ס און קריטישע טראכטן שלאגט זיך עפעס מיט וויפיל ביזנעס היימישע אידן טוען יא אדער נישט, פארקערט ס'איז אן אימפליקאציע אז ס'פעלט אזוי אויס דאס אז איר דארפט סעלעברעיטן ווי מעכטיג איר זענט אז איז האט עס "געמאכט" אן דעם, וועט איר זיך אויפטוהן אויך אז אייער רוקן וויי אדער צוקער ליידן זענען אוועקגעגאנגען אן פאלגן א דאקטער! כ'מיין וואס...
די פשוט'ע סיבה איז ווייל ס'נישט דא קיין צייט און די אלע זאכן זענען נישט נוגע פארן טאג טעגליכן לעבן און דאס איז וואס מען ברענגט ארויס מיט די סאקסעס סטאריס
און לגבי קריטישע טראכטן, פון לערנען גמרא בעיון לערנט מען זיך גאנץ גוט
 
הונדרעט פראצענט,
די שאלה איז נישט פארוואס איינער האט אויפגעהערט גלייבען צי וואס ווייל דאס איז נישט תלוי אין א מענטשעס החלטה, אדער גלייבט ער אדער נישט, מען קען נישט מחליט זיין וואס מען וויל.

די שאלה איז מער לגבי טוישען לייף סטיילס, ועוד ס׳דא גענוג אין די סיסטעם וואס גלייבען נישט און ס׳דא גענוג אינדרויסען וואס גלייבען יא, די שאלה איז וואס האט געמאכט ארויסגיין פון די סיסטעם.

מילא איינער וואס בלייבט איז בדרך כלל דאס די דיפאלט אפציע, איך בין אין די סיסטעם און ס׳מיר מער-ווייניגער גוט דא, ווס. איינער וואס איז אוועק געגאנגען האט עפעס געטוהן בקום ועשה איז די שאלה וואס האט עס געטריגערט.

די זעלבע קשיא איז צי בעלי תשובה, וואס האט עם געטריגערט צי ווערען א בעל תשובה, די קשיא איז נישט אויף די פרייער וואס בלייבט פריי, ווייל דאס איז דאך זיין דיפאלט אפציע.
Very well said

א מענטש האט נישט קיין קאנטראל אין וואס צו זיין איבערצייגט. בחירה איז א מיטאס. זירא פרוף.
 
מען דארף דא מאכן א שטיקל ליסטע, מי ומי ההולכים, ווער זענען די עמטליך דערקלערטע אגנאסטיק'ס (אפיקורס/ כופר איז א סטראנג ווארט, קיינער קען דאך נישט זיין איבערצייגט אויף זיכער, העכסטנס קען מען זאגן אז מען האט שאלות / ספיקות / טראכט נישט אז ס'איז דא א סיבה אנצונעמען בכלל), סתם צו וויסן וואס יענעם'ס ענגל איז. געווענליך אויף א חרדישע פארום האט מען נישט קיין עמטליכע אגנאסטיק'ס אבער דא איז דאך יא דא אפיציעל דערקלערטע
אקעי, פאר מ'מאכט דעם ליסטע, א שנעלע לעקציע: האסט א טעות די דעפינישן פון עטאיסט איז נישט declaring with absolute certainty דאס איז אן אלטער גרייז פון גלויביגע וואס דו ביסט ווייט פון די איינציגסטע.

וואס מיינט עמטליכע אגנאסטיקס? נאסטיק איז גריכיש פאר נאלידזש

פרעג דיר אליין, נאלידזש און גלייבן איז די זעלבע זאך? מענטשן שטעלן זיך פאר אז אטעיסטן און אגנאסטיקס זענען אויף אנדערע טיעמ'ס ס'גייט עקסטער און צוזאמען, ס'איז בעסיקלי א פילזאפיע געוואנדן אין וויאזוי מ'פרעגט עס, גלייבן ווס. וויסן

פאר עקזעמפל ווען מ'האט געפרעגט ר' פנחס'ל קוריץ אויב ס'רעגנט אינדרויסן האט ער געענטפערט יעצט ווייס איך נישט, כ'בין נישט אינדרויסן, האט ער געגעבן אן אגנאסטישע answer אז ער וואלט געענטפערט I don't believe so האט ער געגעבן אן אטעאיסטישע answer

וואס דו רעדסט פון דוקא וויסן אז נישט גייט אריין אין א אנדערע לעיבל גערופן פאזעטיוו אטעיאיזם. נישט די זעלבע מענטש גלייבט די זעלבע מין אפיקורסות,

Negative and positive atheism - Wikipedia

ווי כאפט די חילוק, נאר דער וואס זאגט איך בין אן אטעאיסט thereby referring to lack of belief אזא מין אטעאיסט (זייער אסאך) קענען ענטפערן אויף דעם אגנאסטישן שאלה להוציא פון אזא מענטש ווי קריסטאפר היטשנס זאל רוען אין גהינום וואס זאגט מיט א זיכערקייט נישט לא היה ולא נברא. מוזט דעס ארויסהאבן זייער קלאר.
 
לעצט רעדאגירט:
די פשוט'ע סיבה איז ווייל ס'נישט דא קיין צייט און די אלע זאכן זענען נישט נוגע פארן טאג טעגליכן לעבן און דאס איז וואס מען ברענגט ארויס מיט די סאקסעס סטאריס
און לגבי קריטישע טראכטן, פון לערנען גמרא בעיון לערנט מען זיך גאנץ גוט
למשל וואס? געב א דוגמא דריי
 
Back
Top