טריגער ווארענונג פארוואס גייען אזויפיל אראפ פון אידישן וועג? לאמיר קלערן

טריגער ווארענונג: דאס שנירל טוט מעגליך אנטהאלטן תוכן וואס קען זיין שווער פאר געוויסע ליינער
סאו דו גייסט קארענטלי ? מיט וואס דו האלטסט יעצט ? אפגעזען אז ס׳גייט זיין 5 חרטה ?
איך כאפ נישט פארוואס דו האלסט אז ער גייט חרטה האבן??
לכאורה קומט ער פון קלארקייט וואס ער האט איינגעזען, דו האלסט אז ער מאכט אזוי שנעל החלטות אן עס האבן דארכגעטראכט?

און דו אליינס ביזט אזוי זיכער מיט וואס דו האלסט יעצט?? פארוואס טראכסטו נישט אז אפשר איין טאג וועסטו אליין איינזען אז דו לעבסט אין א טעות??
 
מען דארף דא מאכן א שטיקל ליסטע, מי ומי ההולכים, ווער זענען די עמטליך דערקלערטע אגנאסטיק'ס (אפיקורס/ כופר איז א סטראנג ווארט, קיינער קען דאך נישט זיין איבערצייגט אויף זיכער, העכסטנס קען מען זאגן אז מען האט שאלות / ספיקות / טראכט נישט אז ס'איז דא א סיבה אנצונעמען בכלל), סתם צו וויסן וואס יענעם'ס ענגל איז. געווענליך אויף א חרדישע פארום האט מען נישט קיין עמטליכע אגנאסטיק'ס אבער דא איז דאך יא דא אפיציעל דערקלערטע
 
הונדרעט פראצענט,
די שאלה איז נישט פארוואס איינער האט אויפגעהערט גלייבען צי וואס ווייל דאס איז נישט תלוי אין א מענטשעס החלטה, אדער גלייבט ער אדער נישט, מען קען נישט מחליט זיין וואס מען וויל.

די שאלה איז מער לגבי טוישען לייף סטיילס, ועוד ס׳דא גענוג אין די סיסטעם וואס גלייבען נישט און ס׳דא גענוג אינדרויסען וואס גלייבען יא, די שאלה איז וואס האט געמאכט ארויסגיין פון די סיסטעם.

מילא איינער וואס בלייבט איז בדרך כלל דאס די דיפאלט אפציע, איך בין אין די סיסטעם און ס׳מיר מער-ווייניגער גוט דא, ווס. איינער וואס איז אוועק געגאנגען האט עפעס געטוהן בקום ועשה איז די שאלה וואס האט עס געטריגערט.

די זעלבע קשיא איז צי בעלי תשובה, וואס האט עם געטריגערט צי ווערען א בעל תשובה, די קשיא איז נישט אויף די פרייער וואס בלייבט פריי, ווייל דאס איז דאך זיין דיפאלט אפציע.
עכ"פ דער נידון ווערט א loss vs gain מציאות, דהיינו וויפול גייט ער/זי פארדינען פון זיין אקט און וואס גייט ער פארלירן.
בנוסף צו האט ער/זי טאקע די בצים צו גיין עד הסוף.
איז ווען א מענטש פילט זיך שטארק צעדריקט אין זיין מצב וועט ער געווענליך האבן מער צו פארדינען ווי צו פארלירן, ממילא ווענדט זיך עס שטארק ביי יעדע מענטש לויט זיינע אומשטענדן און כאראקטער און ס'איז נישט עכט שייך צו צוען אמת'ע החלטות פון איינעם צום צווייטן.

דאס איז אמאל זיכער אז אמאליגע צייטן איז געווען סאך גרינגער צו טוישן לייף סטייל, טאקע ווייל די סיסטעם איז נישט געווען ווי היינט און מענטשן האבן געקענט גרינג נעלם ווערן אן לאזן שפירן און מ'איז געווען געוואוינט צו גיין אויף אנדערע פלעצער און זיך אליין באגיין מיט זיך (מענטשן האבן געהאט מער אינדעפענדענס).
 
איך כאפ נישט פארוואס דו האלסט אז ער גייט חרטה האבן??
לכאורה קומט ער פון קלארקייט וואס ער האט איינגעזען, דו האלסט אז ער מאכט אזוי שנעל החלטות אן עס האבן דארכגעטראכט?

און דו אליינס ביזט אזוי זיכער מיט וואס דו האלסט יעצט?? פארוואס טראכסטו נישט אז אפשר איין טאג וועסטו אליין איינזען אז דו לעבסט אין א טעות??
איך האב מיר באצויגן אויף וואס ער האט געשריבן אין א תגובה אז ער איז אפען מיטן געדאנק איינצוזעין אז ער איז נישט גערעכט געווען

פרעג איך אויב אזוי וואס טון אזא דראסטישע זאך און אנדערע ווערטער מ׳קען פארשטיין אז איינער זאל נישט וועלן נעמען דראסטיש ווייל ער טראכט פון דעם אז אפשר דאך בין איך נישט גערעכט
 
איים סארי. כ׳אב זיכער נישט געוואלט טשעפענען סיי וועם.

אני הקטן פארשטיי באמת נישט די טריגערינג פארט.. כ׳רעד, שוין נאכן פראבירן צו טראכטן פון ביידע זייטן פון די מטבע… איי געס איי עם מיסינג סאמטינג. נו, שוין.
נישט קיין פראבלעם.

מיר טריגערט ווען א היימישע מענטש קען נישט פארשטיין וואס די טויש איז און האט נאך נערווירנדע שאלות און וועליו דזשאדזשמענט אויף יעדע זאך, און חוץ וואס ס'איז cringe אז זיי כאפן נישט איז אמאל אפילו אפענסיוו. בקיצור אן עקסטרימע מענטש און א מיטעלע מענטש מוטשענען זיך צו פארשטיין.

און דא איז עס א מעקא פון עקסטרימיסטן קעגן איינצעלנע נארמאלע. סארי איך מיין נישט קיינעם פערזענליך ס'האט מיר אויך גענומען 5 יאר צו זיין אקעי מיט דעם איינע מושג אליין "איך קום פון א קיצוני אפשטאם וואס איז נישט אלגעמיין און נארמאל"
 
אצינד הייבט מען אן מישן צווישן אומרעליגיעז און OTD...
איך בין א פרומער יונגערמאן מיט הוט און רעקל, וואס איז אויסגעשפראכן קעגן אידישקייט וויאזוי מען רופט דאס היינט. נישט ווייל דער אויבערשטער האט קיינמאל נישט געגעבן די תורה אויפ'ן בארג סיני. אין מתן תורה גלייב איך יא. נאר פשוט ווייל די קאמיוניטי וואו איך בין געבוירן איז געבויט אויף נאנסענס, איגא, קולט, טפשות און שלעכטיגקייט.
ווען איך וואלט ווען געבוירן אין א קריסטליכע פאמיליע, וואלט איך דעפענעטלי געווען OTD. אבער וואס זאל איך טוהן אז נאך מיין גאנצע ריסירטש איז דער אידישער באשעפער דער וועמען איך וויל דינען?
שכח פאר זיך אנרופן מרחשון! פאר דיר האב איך צוגעשטעלט טאקע די גאר ערשטע נומער 1 פאר דיזן סיבה ווייל צענדליגע גייען טאקע נאר ביז אהין.
איך ווייס נישט, אבער דאס איז נישט די נושא פון די שמועס דא, וואס ס'געשעהט ווען מ'גייט אוועק פון די קאמיוניטי, די נושא איז פארוואס מ'גייט אוועק.

דאס וואס דו זאגסט אז ס'איז דא א גרויסע פראצענט וואס טיף אין הארץ זענען זיי OTD, אבער זיי גייען נישט אוועק, ס'איז זיכער אמת, אבער ס'איז גאר א קליינע פראצענט.

מיין גרעסטע ראיה איז, פארוואס אזעלכע קרעמלעך און קאווע שטיבלעך האבן אזוי ווייניג טרעפיק, און די וואס זענען יא דא, זענען רוב מאמינים געהעריג.

באלד וועסטו מיר זאגן אז ס'איז דא פעיסבוק גרופס פון הונדערטער חברה, אויב ס'איז טאקע דא, איז עטליכע הונדערט מענטשן נאך אלס א פיצי פראצענט קעגן די גרויסקייט פון די חרדישע קאמיוניטי, וואס ציילט שוין מסתם איבער א מיליאן מענטשן, אויב מ'רעכנט אלע קהילות אריינגערעכנט אמעריקא ישראל און אייראפע.
ס'איז מיר אינטערסאנט צו זען די קאמענט, מ'האט פונקט גערעדט דערפון די וואך אויף א גרופע מיט רובא דרובא אפענע OTD פון אלע שיכטן וויאזוי מ'קען זיך היילן איינמאל מ'איז שוין גרייט צו מאכן די מאוו ווי מ'רופט עס, האט איינער זיך אנגערופן אז זייער אסאך פון די וואס זענען אפן זענען לאו דוקא אויף גרופ'ס וואס זענען נאטירליך נעגעטיוו ווייל ס'קומט מיט אסאך baggage נאר מ'לעבט זיך דעם לעבן און מ'זיצט נישט מיט "נאך אט"ד חברים" פארברענגען אדער זיפצן פאר יארן און יארן. מ'גייט אן מיטן לעבן, סא מ'קען נישט רעכענען פונקטליך פונקטליך

ס'איז דא פוסטעפס אין אמעריקע
גשר אין לאנדאן
די אויסטראליע האב איך פארגעסן
הילל אין ארץ ישראל דארט איז שוין אויך דא נאך איינס אדער צוויי
די רעדיט סובפארם'ס ווי https://www.reddit.com/r/exjew/ גראדע האט עס 11 טויזנט מעמבערס,

איך בין אין פוטסטעפס פאר עטליכע יאר, און האב שוין מער ווי איינמאל אנגעטראפן גרופעס פון אטד וואס האבן זיך שוין ארויסגעריקט צען פופצן יאר פריער און האבן עס געטוהן אליין און פערצופאל האב מיר זיך געדרייט אין זעלבע פלאץ, דו זעהסט זיי נישט אין די נייעס און דו זעהסט זיי נישט ביי א מסיבה מיט פוטסטעפס וואס זיי מאכן פובליק. די פוינט איז: ס'איז דא נאך אסאך
 
וואס הייסט, קענסט דאך זעהן וויפיל ס'איז דא אין דיין פאמיליע, און וויפיל איז דא אין דיין קאמיוניטי, פרעג עני OTD, וויפיל חברה פון דיין עיזש אין ישיבה זענען OTD? וויפיל פון דיין פאמיליע זענען אפגעפארן, יעדע OTD האט זיבן געשוויסטער וואס זענען נישט אפגעפארן, און 25 קלעסמעיטס, וויפיל פראצענט איז עס? דאס אז סאיז דא א גרויסע סובפארום מיט טויזנטער מעמבערס מאכט עס נאכנישט א גרויסע פראצענט, ווייל די חרדישע קאמיוניטי איז סאך סאך גרעסער.
 
Back
Top