טריגער ווארענונג פארוואס גייען אזויפיל אראפ פון אידישן וועג? לאמיר קלערן

טריגער ווארענונג: דאס שנירל טוט מעגליך אנטהאלטן תוכן וואס קען זיין שווער פאר געוויסע ליינער
איך האב מיר באצויגן אויף וואס ער האט געשריבן אין א תגובה אז ער איז אפען מיטן געדאנק איינצוזעין אז ער איז נישט גערעכט געווען

פרעג איך אויב אזוי וואס טון אזא דראסטישע זאך און אנדערע ווערטער מ׳קען פארשטיין אז איינער זאל נישט וועלן נעמען דראסטיש ווייל ער טראכט פון דעם אז אפשר דאך בין איך נישט גערעכט
איך בין גרייט צו הערן מיינט נאכנישט אז איך בין נישט קלאר ביי מיר
איך בין אייביג גרייט צו הערן מענטשן
 
שכח פאר זיך אנרופן מרחשון! פאר דיר האב איך צוגעשטעלט טאקע די גאר ערשטע נומער 1 פאר דיזן סיבה ווייל צענדליגע גייען טאקע נאר ביז אהין.

ס'איז מיר אינטערסאנט צו זען די קאמענט, מ'האט פונקט גערעדט דערפון די וואך אויף א גרופע מיט רובא דרובא אפענע OTD פון אלע שיכטן וויאזוי מ'קען זיך היילן איינמאל מ'איז שוין גרייט צו מאכן די מאוו ווי מ'רופט עס, האט איינער זיך אנגערופן אז זייער אסאך פון די וואס זענען אפן זענען לאו דוקא אויף גרופ'ס וואס זענען נאטירליך נעגעטיוו ווייל ס'קומט מיט אסאך baggage נאר מ'לעבט זיך דעם לעבן און מ'זיצט נישט מיט "נאך אט"ד חברים" פארברענגען אדער זיפצן פאר יארן און יארן. מ'גייט אן מיטן לעבן, סא מ'קען נישט רעכענען פונקטליך פונקטליך

ס'איז דא פוסטעפס אין אמעריקע
גשר אין לאנדאן
די אויסטראליע האב איך פארגעסן
הילל אין ארץ ישראל דארט איז שוין אויך דא נאך איינס אדער צוויי
די רעדיט סובפארם'ס ווי https://www.reddit.com/r/exjew/ גראדע האט עס 11 טויזנט מעמבערס,

איך בין אין פוטסטעפס פאר עטליכע יאר, און האב שוין מער ווי איינמאל אנגעטראפן גרופעס פון אטד וואס האבן זיך שוין ארויסגעריקט צען פופצן יאר פריער און האבן עס געטוהן אליין און פערצופאל האב מיר זיך געדרייט אין זעלבע פלאץ, דו זעהסט זיי נישט אין די נייעס און דו זעהסט זיי נישט ביי א מסיבה מיט פוטסטעפס וואס זיי מאכן פובליק. די פוינט איז: ס'איז דא נאך אסאך
אין א"י היינט איז דא נאך איינס עס הייסט "יוצאים לשינוי" זיי זענען מער פאר די חרדי'שע אפשטאמיגע משא"כ הלל (וי"א הלל רשע) איז פאר יעדעם אויך פאר מזרחי אפשטאמיגע
יעדער פון זיי האט זיינע מעלות און זיינע חסרונות
איך למשל בין איך נאר אויפגעשריבן אין יוצל"ש און נישט אין הלל
איך גלייך זיי מער
די בעלז'ע האבן א אייגענע ארגעניזאציע עס הייסט אהבת קדומים כהאב א חבר וואס הלל האט אים געשיקט אהין
די בעלז'ע OTD אין א"י וואס האבן קינדער מוזן זיין איינגעשריבן אין אהבת קדומים וויל אז נישט פליען די קינדער פון מוסדות אא"ו
 
וואס הייסט, קענסט דאך זעהן וויפיל ס'איז דא אין דיין פאמיליע, און וויפיל איז דא אין דיין קאמיוניטי, פרעג עני OTD, וויפיל חברה פון דיין עיזש אין ישיבה זענען OTD? וויפיל פון דיין פאמיליע זענען אפגעפארן, יעדע OTD האט זיבן געשוויסטער וואס זענען נישט אפגעפארן, און 25 קלעסמעיטס, וויפיל פראצענט איז עס? דאס אז סאיז דא א גרויסע סובפארום מיט טויזנטער מעמבערס מאכט עס נאכנישט א גרויסע פראצענט, ווייל די חרדישע קאמיוניטי איז סאך סאך גרעסער.
אין מיין פאמיעליע ספעציפיק איז נישט דא נאך על אף איך האלט אז עס איז דא נאך א זעלעכע וואס זענען באלטענערהייט אזוי
אבער עס איז נישט קיין ראיה ווייל איך בין פון די עלטערע אפשר נאך מיר וועלן אנדערע אויך האבן די קוראזש (אדער חלילה מורא האבן נאך זעהן אלס וואס מהאט מטוט מוועט מיך אפטוהן)
פון מיין שיעור אין י"ק איז דא נאך צווי
גראדע פון יענע י"ק כמעט יעדע שיעור זייט די ישיבה האט זיך אויפגעשטעלט (ביז מיין קלאס ווייס איך אויף זיכער) איז דא לערך צווי OTD און צומאל מער
 
אה! כ'האב פארגעסן צו ענטפערן אויף די שאלה.

אלס א קוואליפיצירטע אינטעליגענטע שגץ קען איך דא אויסגיסן א גאנצע בוך פון הסברים פון מיר פערזענליך. אויבן האב איך געזוכט צו שרייבן ברייטער לטובת הכלל דא וועל איך אויסשמועסן מיינע הויפט סיבות רעדן פארוואס די פרומע לעבן רעדט נישט צו מיר:

  1. צופיל רולס. צופיל הלכות פשוט מ'טרייבט איבער, און מ'כאפט אפי' נישט ווי מ'ווערט דערפון גערירט, ס'איז לצנות. אלעס דארף מאדערעישן. און איך האלט אז מ'אבסעסירט אזויפיל מיט די קליינע זאכן שוואכט עס אפ די בעסיקס אויך. פונקט פארקערט ווי מעינסטריעם רעדט זיך איין - און אזוי זעט מען טאקע מיט גענוג און נאך מנהגים וואס ווערן הייליגער ווי די תורה און שלחן ערוך.
  2. אנדערש ווי זייער סך וואס כ'האב זיך באקענט, פארמאג איך נישט קיין גילט טריפ אויף טוהן אן #עבירה, איך באמערק איך אפילו נישט עט דיס פוינט, איך וויל קוקן מיין פאון קוק איך, איך וויל זעהן א בראדוועי שאו גיי איך מיר קיין טיימס סקווער, און כ'האב נישט א קאמפלעקס יו איך דארף תשובה טון אויף 8 ראיות אסורות, 2 עריות און 1 ניבול. איך בין אין א וועג אלס געווען מער די טיפ, ס'האט זיכער צוטון מיט מיין אויפוואקסן מער באלאנסירט טראץ וואס כ'קום פון סאטמאר אבער געדאוונט און זיך געהאדעוועט אין א מער האלב מאדערנע יאנג איזרעל האלב חסידישע שוהל געמישט.
  3. צענזור. איך בין צו נייגעריג און ברייטליך זיך אריינצוקעסטלן אין די חדר בענקל, איך דארף אסאך מער אנצופילן מיין קעפל, פון ביכער, ביז היסטאריע, פון יווניש'ע פילזאפיע ביז מורה נבוכים, פון טיווי שאו'ס און מוזיק פערפארמענסן פון די וועלט. אז איך הער א ריהאנא ליד אונלי גירל בשוגג אויפן רעדיא שטעל איך מיר נישט אפ דארט נאר איך גיי ווייטער אריין אין דעם און כ'וויל אויסגעפינען מער, און איך קען נישט באלאנגען צו א פלאץ ווי דאס איז נישט ערמוטיגט. נאך טיפער: איך קען הנאה האבן פון א אידישע שפיל און איך ווער אפי' גאר אריינגעטוהן דערין, אבער אז ס'פעלט די פרוי און די ראמאנס פון די מעשה מאכט עס נישט קיין טראפל סענס אין מיין קאפ, האלט דיך מיט די גאנצע זאך, איך קען נישט טאנצן אזוי, אדער איז עס א נארמאלע פאנטאזיע אדער א אמת'ע געשיכטע, אדער איז עס א שפיל אויפן חרדי'שע שטייגער וואס געשעהט 400 יאר צוריק...
  4. דזשענערל איגנעראנס. מ'האט נישט קיין בילדונג איבער די וועלט און וויאזוי די וועלט ארבעט, וואס איז קראנק אויף מערערע לעוול'ס און כ'האב שוין מאריך געווען אויף דעם און נאך ווייניגער שכל'דיג זענען די פארקרומטע תירוצים וואס מאנכע גיבן דערפאר פון טוכעס ארויס פארפאסנד'יג אלע צו רוב פונקטן, ווי גלייך בילדונג און קענען די נושא פון פארטיקלס און אטאם'ס און קריטישע טראכטן שלאגט זיך עפעס מיט וויפיל ביזנעס היימישע אידן טוען יא אדער נישט, פארקערט ס'איז אן אימפליקאציע אז ס'פעלט אזוי אויס דאס אז איר דארפט סעלעברעיטן ווי מעכטיג איר זענט אז איז האט עס "געמאכט" אן דעם, וועט איר זיך אויפטוהן אויך אז אייער רוקן וויי אדער צוקער ליידן זענען אוועקגעגאנגען אן פאלגן א דאקטער! כ'מיין וואס...
  5. שידוכים. כ'האב שוין אזויפיל צאמגעקלאפט וועגן דעם כ'מיין ס'פעלט פשוט נישט אויס, ווער עס איז בלינד וועל איך קיין גלעזער נישט ערפינדן, יעדער געזונטער איד פארשטייט היינט אז מ'פארשטייט עס נישט. ס'ארבעט נישט, און פארטיג און ס'איז אלעס צוגעטשעפעט צו אן אגענדע וואס די געמיינדע וויל יעדעם האלטן אין א שטרענגע פארגעשריבענע סקריפט און קיינער טאר חלילה נישט באמת פאלן און ליבע ווי יעקב אבינו.. פאר דער וואס ס'געלונגט יא אדער בריט זיך פשוט נישט אפ, איז אין מיינע אויגן ווי איבערלעבן א פליגער קראך, סך הכל ביזטו א בר מזל, איינס פון פינף טויזנט. ווי איך שאץ פון דא, פון קש, פון מיינע אייגענע חברים און חברים פון חברים, ס'איז ביטער. און מ'דארף זיך נעבעך פאפן איך פאפ מיך נישט, איך זעה נישט וויאזוי מ'קען זאגן מיין מערידזש? די בעסטע מערידזש! איך בין פראוד פון זיין אזוי חתונה געהאט און נישט געדארפט זיין ווי די "ליטווישע" די גאנצע וועלט טוט אזוי אבער ער ווייסט פון לטאים... איי, דו האסט נישט גארנישט מיט וואס עס צוצוגלייכן? קיינער האט דיר קיינמאל נישט צובראכן דיין הארץ, קיינער האט דיר קיינמאל נישט געזאגט זיי האבן דיר ליב און נאכדעם דיר אויסגעפייניגט, וואס טוסטו דו ביזט זיך מתחתן מיט אזא איינעם? א פארטיגע ווארט פונעם סיסטעם "אריינגעפאלן" עטס הערטס? ס'ארבעט דאך אזוי גוט! אז מ'קען טויזנטער קעיסעס, פון יארן, אה זי נעבעך אויסגעשפילט, די געמבל איז נעבעך נישט געלונגען... און תוך כדי דיבור גייט מען צוריק צום יעדער איינער איז העפילי מעריד ביי אונז טאלקינג פוינט" איך האב געזאגט פאר מיין מאמע ביי די 18 איך בין נישט נייגעריג און דארט האט זיך עס געענדיגט, ווייל כ'האב געהאט אנדערע פלענער, איך קען נישט זיין א חלק פון א סאסייעטי וואס טוט זאכן ווי 200 יאר צוריק און כ'בין זיכער אז שוין דעמאלטס האבן אפאר פארדארבענע משכילים אפגעלאכט, איך בין פון די, איך פארשטיי עס נישט און קום מיר נישט אויפקלערן די שיינקייט פון זיין א פנייה און א קדוש, איך וועל ענדערש נישט חתונה האבן ווי נעמען אזא ריזיקע, פון ווארפן א לאקשן אויפ די וואנט און האפן ס'קומט צוריק א צוגעפאסטע מיידל
  6. היומען רייטס. איז ביי מיר א וויכטיגע זאך, איך האב געליינט די וועקער, איך האב געזעהן די היסטאריע פון די תגלחת נשים, איך קען זאגן איינמאל איך האב דאס געזעהן איז עס מיר געווארן ווי א פשיטה אז איך קען קיין פרומע איד נישט זיין, און ס'עקלט מיר, און אויסשפילן קומט אפי' נישט אין באטראכט. וואס פארדין איך דערפון? איך קען נישט זיין א חלק פון א סאסייעטי וואו מ'פירט זיך אויף אזוי נידריג און געמיין צו די פרוי מין און צו זיך אליין אויך. מ'פייניגט זיך צו האבן די מצוה מיט מענטשן וואס זעעהן אויס ווי זיי זענען ליידער יעצט ארויסגעקומען פון א כעמא סעסיע... די זעלבע איז מיט צודעקן די פנים, שפעטער אויך פון פיצקעלע מיידלעך כאילו די געווענליכע ליינער האט אזעלכע תאוות, און שפעטער זיי אינגאנצן ארויס נעמען, ס'רעגט מיר געפערליך אויף וויפיל איז די שיעור זיך צו רעגן, דאס איז נישט נארמאל,
  7. טהרת המשפחה זעהט מיר אויס זייער מיסאדזשיניסטיש, איך פארשטיי נישט פארוואס א פרוי איז טמא פונקט ווי איך פארשטיי נישט פארוואס א בית כסא איז טמא, איך גלייב נישט אין קיין האוקעס פאוקעס, איך זעה אבער אז מענער אין גרויסע פאזיציעס פון מאכט זאלן אויפקומען מיט נאך וועגן צו פייניגן די פרוי און אזא זאך איז ביי מיר נישט קיין עסק
  8. אפי' יחוד האט מיר קיינמאל נישט געשמעקט און איך האב אלס געשפירט כעס נישט גילט ווי אסאך אנדערע, ווי כאילו די אפענע טיר העלפט עפעס, ווי כאילו די מענטשן אין די טיר קענען נישט שנעל טוהן עפעס מיט א אפענע... כאפסט זיי הארגענען דיר די מוח זאלסט טראכטן ווי א פערווערט א גאנצן טאג, מיט די שוין היינט ברייט באקאנטע קעיסעס מיין איך הלכות יחוד זאל גיין אויף מענער אין מקואות און אין חדרים...
  9. קאנפארמיטי, איך בין בטבע א מענטש וואס קען נישט אויסהערן אן אויטאריטי, אסאך מענטשן האבן עס, אבער ווען ס'קומט צו זיין אנגעטוהן די זעלבע ווי יעדעם, נעמט עס אוועק ממש מיין גאנצע אידענטעטי איך בין נישט דעם הויעכע היט און נישט די פלאטשיקן, און נישט די וואלענע און נישט די קאטענע ציצית און די אלע פראגעס שעמסט דיך צו זיין א איד קוק איך אן שוידערליך מאדנע. יעדע קאנטראלירטע סאסייעטי האט עס, ס'איז נישט קיין סימבאל ווי א ביזנעס וואס עדווערטייזט עפעס, ס'איז א קאנטראל ווי אין א מיליטער, דו מוזט אויסקוקן די זעלבע, אין א ביזנעס ווילן זיי אויסקוקן די זעלבע ס'איז זייער דזשאב דיר צו ארויסצוהעלפן, ס'געפעלט דיר נישט ארבעט נישט דא. איך האב נישט די טשויס. קיינער האט נישט, אפילו דער וואס זאגט אזוי, בפשטות פאפט זיך און זאגט נאר אזוי איינמאל מ'איז שוין פראגראמירט. וואלט מען אויפגעוואקסן אנדערש וואלט מען אויך געמאכט די טשויס ווי ניסים בלאק?
  10. דאס איז קאנטרעווערסיאל אבער איך האב א ליבעראלע וועג פון טראכטן און איך זוך נישט דוקא צו זיין א איד מיט אידישע קינדער, מיר איז פונקט אזוי חשוב צו וואוינען מיט א פרוי פון קארטאהענע קאלאמביע און אויפציען לאטינא קינדערלעך, איך ווייס נישט אויב איך קום אן צו ווי כ'וויל אויב איך בלייב אין די אידישע מערידש איך וויל נישט צוריקגעשלעפט ווערן דורך דעם, חוץ אוודאי אז מ'רעדט פון א גאנצע פרייע רעפארם וכו' אבער כ'ווייס נישט וויפיל זענען אזוי, ס'זעט מיר אויס ווי גיין מיט א נישט אידישע איז שוין גרינגער, א נייע קולטור, א נייע לעבן כ'הייב אן פון אלף. דארף איך נאך זארגן אז די משפחה וועט אפהאקן נאך אויך, כ'קען חברים וואס דאס ווילן זיי נישט, און איך פארשטיי עס אבער איך טענה ביזטו נישט אוועקגעגאנגען יא צו קענען טוהן וואס אימער דיין הארץ גלוסט? און זיי זענען מסכים... עטס כאפטס ווי ווייט דאס גייט? מ'נעמט זיך שוין די קאנפידענץ צו גיין האבן נאך די עלטערן א שליטה אויף די נעקסטע דור!!
  11. דינייעליזם פון... נארמאלקייט איך בין ממש פארעקלט און איך וויל מעלה גרה זיין ווי די געמיינדע האנדלט מיט פראבלעמען צו זאל עס זיין סעקס אביוז, drug abuse גיטין, מענטשן מיט מענטל אילנעס, ווי לעצטנס זענען געווען 2 מערדערס וואס האבן אומגעברענגט אייגענע משפחה, צו זאל עס זיין די שיקזאל וואס פלאגט די פרומע עקאנאמיע די הוצאות זענען ארויס פון יעדע גדר, כ'קען נישט אזוי, וואס כ'האלט ס'איז אלעס קאנעקטעד צו post traumatic stress פון אנטלויפן פון ריעליטי, אנטלויפן פון געזעץ, אנטלויפן פון סיי וועלכע זאך וואס מאכט די קאמיונטי אויסקוקן צו diverse אזוי ווי פראפעסאר היילמאן ברענגט דא ארויס זעהר ריכטיג ארויס. פשוט מדת סדום אין די 21סטע יאר הונדערט.
http://www.pbs.org/wnet/religionandethi ... ism/18423/

דאס איז נאר די הקדמה צו די הקדמה just kidding יעדע מאל כ'זעץ זיך שרייבן קומט מיר אריין נייע געדאנקן...
כהאב שוין געשריבן אז איך דארף גארנישט צו שרייבן אויף דיר, אמת?

הגם אז num 1 האט מיך נישט געשטערט, עס האט מיך מער געשטערט דאס אז עס איז זיי נישט גענוג מיט וואס זיי האבן שוין לייגט מען יעדע שטיק צייט נייע משוגעת'ן
num 2&4 איז אוקראט מיר, איך בין די זעלבע ווי דיר
איך בין אמאל געזעצן מיט חברים וואס האבן דווקא געזוכט צו קויפן פליישיגע פיצה, און איך האב נישט פארשטאנען פארוואס, אז דו גלייבסט נישט איז דאך עס נישט קיין אישו בכלל וואס דארפסטו זוכן מאכן זאכן וואס לויט רעליגיע איז דאס אסור אויב רעליגיע איז נישט קיין פעקטור ביי דיר און אז עס יא מיינט עס אז די טוסט נישט ווי עס דארף צו זיין בין איך נישט קיין חלק פון דעם
ביי מיר איז נישט קיין נ"מ איך זעה נישט קיין חילוק פון עסן פרישטאג 11/21 צו ווען ביי די אידישע לוח איז יו"כ אא"ו איך שטיי האף יעדן טאג די זעלבע איך טוה יעדן טאג די זעלבע און וען ביי אידן איז א יומא דפגרא בין איך פרייה פון גיין לערנען און איך האב מער צייט צו פאברענגען מיט חברים אא"ו
פון דא אין ווייטער איז אמת לאמיתה
 
און לגבי קריטישע טראכטן, פון לערנען גמרא בעיון לערנט מען זיך גאנץ גוט
אזוי?????
איך זעה עס נישט.... איך לערן סיי מיט אזעלעכע וואס האבן געלערנט גמ' אלע יאהרן סיי מיט אזעלעכע וואס נישט איך זעה נישט די גרויסע מעלה פון די לומדי תורה און ווי האט די רבי פון לובלין געזאגט אז ולפעמים להיפך
כי היא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים איז געזאגט געווארן אויף חכמת חישוב העתים
און כדי צו רעכענען די עתים דארף מען צוקעמן צו חכמת חכמי יוון ופרס....
 
קריטיקל טינקינג ע"פ וויקעפידיע
Critical thinking is the
analysis of available facts, evidence, observations, and arguments in order to form a judgement by the application of rational, skeptical, and unbiased analyses and
evaluation.[1]
איך מיין אז ביי גמרא נוצט מען דאס אסאך עס פעלט נאר איין חלק אז עס איז נישט אינגאנצן אנבייעסט ווייל די הנחה איז אז די גמרא/ראשון איז גערעכט
אבער די יסוד פון גוט ארויסהאבן איינעמס שיטה און סברא לערנט מען זיך
און ווען מען נוצט דאס כלפי חולין פאלט אוועק די כלל אז ער מוז זיין גערעכט ממילא איז ע"ס שייך צו נוצר בחיי יום יום
איך זעה עס נישט.... איך לערן סיי מיט אזעלעכע וואס האבן געלערנט גמ' אלע יאהרן סיי מיט אזעלעכע וואס נישט איך זעה נישט די גרויסע מעלה פון די לומדי תורה
איך גלייב אז א גרויסע חלק מענטשען וואס לערנען אין פאבליק סקול טראכטן נישט קריטיקל
 
וואס מיר ווינדערט איז, צו עט די ענד אף די געים - מיט אלע טענות און סיבות וואס ס׳ווערט דא אויסגערעכנט - האבן רוב otd׳ס א מער סעטיספייד לייף? סוכ״ס איז די טויש זייער, זייער שווער.. (די וואס האבן איבערגעלאזט די קאמיוניטי ווייל דאס איז געווען די איינציגסטע וועג ארויס פון אן אביוסיוו סיטואציע, אויף זיי איז נישט די פראגע..).

מיין עקל צו די קאמיוניטי שטייגט פון טאג צו טאג.. אבער כ׳זע נישט וויאזוי מיין לעבן, קוקענדיג אויף די גאנצע פיקטשער, זאל ווערן בעסער אינדרויסן… סוכ״ס איז דא געוויסע בענעפיטס אינעוויניג. (כ׳פארשטיי אז פאר מיר, זייענדיג אז כ׳וויל בלייבן א פולקאמע שתו״מ איז דא סאך ווייניגער אפשענס אינדרויסן. אבער, כ׳פרעג יעצט צו אפילו די וואס לאזן אלעס איבער זענען overall מער העפי און צופרידן ווי לעבן א דאבעל לייף אינעווייניג).
 
וואס מיר ווינדערט איז, צו עט די ענד אף די געים - מיט אלע טענות און סיבות וואס ס׳ווערט דא אויסגערעכנט - האבן רוב otd׳ס א מער סעטיספייד לייף? סוכ״ס איז די טויש זייער, זייער שווער.. (די וואס האבן איבערגעלאזט די קאמיוניטי ווייל דאס איז געווען די איינציגסטע וועג ארויס פון אן אביוסיוו סיטואציע, אויף זיי איז נישט די פראגע..).

מיין עקל צו די קאמיוניטי שטייגט פון טאג צו טאג.. אבער כ׳זע נישט וויאזוי מיין לעבן, קוקענדיג אויף די גאנצע פיקטשער, זאל ווערן בעסער אינדרויסן… סוכ״ס איז דא געוויסע בענעפיטס אינעוויניג. (כ׳פארשטיי אז פאר מיר, זייענדיג אז כ׳וויל בלייבן א פולקאמע שתו״מ איז דא סאך ווייניגער אפשענס אינדרויסן. אבער, כ׳פרעג יעצט צו אפילו די וואס לאזן אלעס איבער זענען overall מער העפי און צופרידן ווי לעבן א דאבעל לייף אינעווייניג).
וועל איך דיר זאגן די אמת:
עס איז דא א זעלעכע מענטשן וואס נישט קיין נ"מ ווי גייען זיי זיין וועלן אייביג זיין העפי \ צוקלאפט
עס איז דא א זעלעכע וואס זענען געווארן העפי און עס איז דא א זעלעכע וואס פארקערט
איך האב חבר וואס זייט וואס ער האט אפגעלאזט איז ער אין א שוואכערע געמוד האט נישט קיין נערווען צו גארנישט אבער צוריק גייט ער נישט
פון צווייטע זייט האב איך א חבר וואס עס האט אים סאך בעסער גימאכט ער איז געווארן א מענטש פארדעם איז ער געווען א פאר'תמ'טע חניוק א פאנאט נישט געזען קיין צוויטע מענטש און היינט איז ער א געשמאקע ליבליכע און פריינליכע מענטש
 
@אינטעליגענט איך פיל דיין דיין וויטאג (עכ׳׳פ ווער איך נישט געטריגערט פין דיינע וועטער ווייל עס ליגט זייער אסאך ווייטאג דארט)
אפי' יחוד האט מיר קיינמאל נישט געשמעקט און איך האב אלס געשפירט כעס נישט גילט ווי אסאך אנדערע, ווי כאילו די אפענע טיר העלפט עפעס, ווי כאילו די מענטשן אין די טיר קענען נישט שנעל טוהן עפעס מיט א אפענע... כאפסט זיי הארגענען דיר די מוח זאלסט טראכטן ווי א פערווערט א גאנצן טאג, מיט די שוין היינט ברייט באקאנטע קעיסעס מיין איך הלכות יחוד זאל גיין אויף מענער אין מקואות און אין חדרים...
זעט אויס אז האסט פארזען א הלכה אז מיט א פרוץ גייט טאקע אן יחוד
 
@אינטעליגענט איך פיל דיין דיין וויטאג (עכ׳׳פ ווער איך נישט געטריגערט פין דיינע וועטער ווייל עס ליגט זייער אסאך ווייטאג דארט)

זעט אויס אז האסט פארזען א הלכה אז מיט א פרוץ גייט טאקע אן יחוד
היינטיגע צייטן ליידער איז שוין יעדער חשוד אויף פריצות
 
היינטיגע צייטן ליידער איז שוין יעדער חשוד אויף פריצות
חביבי איך פארשטיי אז די האסטו אנערקענט אין די שקר פין יהדות אבער עס דארף נאך נישט מיינען אז יעדע חרדישע יוד איז חשוד אויף פריצות
 
וואס מיר ווינדערט איז, צו עט די ענד אף די געים - מיט אלע טענות און סיבות וואס ס׳ווערט דא אויסגערעכנט - האבן רוב otd׳ס א מער סעטיספייד לייף? סוכ״ס איז די טויש זייער, זייער שווער.. (די וואס האבן איבערגעלאזט די קאמיוניטי ווייל דאס איז געווען די איינציגסטע וועג ארויס פון אן אביוסיוו סיטואציע, אויף זיי איז נישט די פראגע..).

מיין עקל צו די קאמיוניטי שטייגט פון טאג צו טאג.. אבער כ׳זע נישט וויאזוי מיין לעבן, קוקענדיג אויף די גאנצע פיקטשער, זאל ווערן בעסער אינדרויסן… סוכ״ס איז דא געוויסע בענעפיטס אינעוויניג. (כ׳פארשטיי אז פאר מיר, זייענדיג אז כ׳וויל בלייבן א פולקאמע שתו״מ איז דא סאך ווייניגער אפשענס אינדרויסן. אבער, כ׳פרעג יעצט צו אפילו די וואס לאזן אלעס איבער זענען overall מער העפי און צופרידן ווי לעבן א דאבעל לייף אינעווייניג).

'די קאמיוניטי' איז ריזיג. אז דו וואוינסט אין מאנרא אדער אויף ראדני סטריט אדער סקווערער שטעטל פארשטיי איך אז דו פילסט ענג, אבער עס איז דא אסאך אנדערע געגנטן וואו דו קענסט אפילו בלייבן מיט די שטריימל און בעקיטשע און פארט געניסן פון הרחבת הדעת און רואיגקייט, זיין א חלק פון א סוב קאמיוניטי וואס די קולטור פון די גרעסערע קאמיוניטי קומט קוים אן אהין.
 
Back
Top