טריגער ווארענונג א פאכמאריטער טאג

טריגער ווארענונג: דאס שנירל טוט מעגליך אנטהאלטן תוכן וואס קען זיין שווער פאר געוויסע ליינער
אפי' איך זיין נאנטער באדינער האב אים נאך קיינמאל געזען. אבער, ווי ווייט איך געדענק האט אים קיין כעס און טענטראם קיינמאל בארירט.

צרות און ווייטאגן געשעהן צו יעדע באשעפעניש, מענטשן און בעלי חיים ציען זיך אויס דאס האלז פון צער, זיי פארמאכן זיך די אויגן און שרייען מיט א שטילער און הויכער קול צום אלמעכטיגער גאט וואס קוקט צוריק און שווייגט.

ער נויגט נישט אפ פון זיין פלאן און וויזיע פאר קיינעם.

די חילוק איז נאר ווי אזוי די נברא שפירט. פארפירן און זיך שלאגן מיט אלעס ברענגט מער ווייטאג ווי זיך אונטער געבן צום אומפארשטענדליכער גאט.

אבער ווייטאג איז דא אין יעדעס פאל
מיט ווייטאג
מטטרון שר הפנים
 
אויסדריקן כעס און צווייפל איז א נאטירליכער טייל פון גלויבן

פילן בארעגט אויף גאט איז א מענטשליכער געפיהל וואס אסאך האבן מורא צו אנערקענען אז זיי גייען דאס אדורך.
ס'איז א געזונטער סימן אז דער מענטש ערלויבט זיך שוין צו זיין בייז אויף גאט.

אונזער סיסטעם האט אין די לעצטע פאר יאר באוויזן צו אויסרייסן אויך דעם מענטשליכן קאנצעפט פון אונז. אבער אונז אידן פלעגן זיך געזונטערהייט רעגן אויף גאט און אים מוחל זיין צום סוף. (איוב, משה, אליהו, און נאך)

אויסדריקן די געפיהלן צו גאט אליין איז א גוטער וועג זיי צו פראסעסן און רעליסן.
גוטע חברים איז אויך עפעס וואס קען העלפן צו באקומען טרייסט.
זיך אויסלערנען גאטס כאראקטער איז א וועג צו אינערליכע פרידן אנשטאט פון זיכן צו טוישן די מציאות. (@מי אני אלערט)
Self care דאווענען, מעדיטאציע, זיין אין נאטור, קען אויך העלפן.

און דערווייל, מיר שפירן דיין צער!
 
כל זמן דו ביסט געבוירן א מענטש און נישט קיין בהמה וואס גייט צו דער שחיטה, זאלסטו זיך פרייען.
כל זמן דו האסט ציין און דו קענסט עסן פיצה – אפילו ווען דו דערשטיקסט זיך אינמיטן פון אזויפיל צרות – פרובירט הנאה צו האבן פונעם לעבן.
כל זמן דו קענסט עסן טשולנט, אפילו אויב עס קומט נאכדעם ארויס פון דיר 'גאז-קאמערן', קלאפ זיך אויפן בויך מיט הנאה.
כל זמן דו ביסט נישט איינזאם און דו האסט א פרוי און קינדער, אפילו אויב זיי רייסן דיר געזונט, פרוביר דורכצוהאלטן.
כל זמן דיין רוקן טוט דיר וויי ווען דו שטייסט אויף צופרי, פריי זיך – דאס איז א באווייז אז דו ביסט נאך דא און דו פילסט עפעס.
אויב דו האסט נאך כוח צו קרעכצן, האסטו נאך כוח צו האפן
אז דאס לעבן גיט דיר מרור, מאך כאטש א 'כורך' מיט א ביסל חרוסת, זאל עס האבן א טעם
דאס לעבן איז גרויזאם; געדענק שטענדיק אז עס קען זיין פיל ערגער.
 
לעצט רעדאגירט:

א פאכמאריטער טאג​

'אני באפייפט אינגאנצן'

470776711_17964965366831462_760012037444087499_n.webp

לעצט רעדאגירט:
ויבא אליהם יוסף וירא אותם והנם זעפים
וישאל אותם מדוע פניכם רעים היום
ויאמרו חלום חלמנו ופתר אין אותו
ויאמר יוסף הלא לאלהים פתרונים ספרו נא לי
אז מען שרייט טהוט דאך עפעס וויי איז שייך דער
ספרו נא לי. דערצייל וואס די צרה לא עלינו איז,
קודם דאגה בלב איש ישחנה,און אפשר איז מעגליך
צו העלפן לינדערן די שוועריקייטען
ספרו נא לי .
 
מענטשן כאפן נישט אז אסאך פון אונזער מענטל העלט פראבלעמען ביי אונזער קאמיוניטי איז רעליגיע צו פארדאנקן , ביי געוויסע קימען ארויף אויף זייער טריפ גהנים מיט גאט מיט שטארבן מיט יענע וועלט ווייל דאס איז אין די סאבקאנטשאס אזוי באהאלטן אז נארמאל טרויט מען זיך עס נישט ארויף צו ברענגען אבער סאיז זייער שטארק rooted אינעם מוח און סאיז טראמא!!

פארוואס אין דער וועלט רעדט מען בכלל צו קינדער וועגן גהנים סתם זיי צו טראמאטייזן פארן לעבן ?
 
טוט אייך כאטש אויס די בגדי כהונה בעפארן בוגד זיין אזוי אין כביכול!🫣
הייסטעס דאס אז איך גיי בגדי כהונה איז אים נישט גענוג מיר צו געבן פרנסה בריווח, מיר נישט קראנק מאכן, מיר נישט אויספייניגן, אבער ווען איך גיי פוער זיין את פי דארף איך זיך אויסטון ס'בגדי כהונה? ס'ארא יוסטיץ איז דאס?
 
ויבא אליהם יוסף וירא אותם והנם זעפים
וישאל אותם מדוע פניכם רעים היום
ויאמרו חלום חלמנו ופתר אין אותו
ויאמר יוסף הלא לאלהים פתרונים ספרו נא לי
אז מען שרייט טהוט דאך עפעס וויי איז שייך דער
ספרו נא לי. דערצייל וואס די צרה לא עלינו איז,
קודם דאגה בלב איש ישחנה,און אפשר איז מעגליך
צו העלפן לינדערן די שוועריקייטען
ספרו נא לי .
נישט אלעמאל דארף זיין א סיבה. פלעין מ'איז אין א בעד מוד. מיר דאכצעך אז גאט ווערט פון צייט צו צייט נערוועז פון בלויז הערן אזויפיל שבחים אגאנצן טאג, ס'ווערט אים שוין קארני און נאריש, ער וויל עפעס פריש, געבט ער א מאך צרות פאר אפאר אירע, ער וויל אביסל קאנטערווערסי, ער וויל אביסל קללות אויך, און גייען די טיפשים און לויבן אים ווייטער.
 
דו האסט אים צו גוט ארויס…
ס׳איז יעצט ארויס א בת קול אז די שלעכטע מלכים זאלן אפלאזן @Thanks ווייל ער שעלט שוין און דאס האט דו אייבערשטער געוואלט.
 
נישט אלעמאל דארף זיין א סיבה. פלעין מ'איז אין א בעד מוד. מיר דאכצעך אז גאט ווערט פון צייט צו צייט נערוועז פון בלויז הערן אזויפיל שבחים אגאנצן טאג, ס'ווערט אים שוין קארני און נאריש, ער וויל עפעס פריש, געבט ער א מאך צרות פאר אפאר אירע, ער וויל אביסל קאנטערווערסי, ער וויל אביסל קללות אויך, און גייען די טיפשים און לויבן אים ווייטער.
בעד מוד איז דאך א מעלה, ווייל דענסטמאהל קען מען זיך טוישען צו א גוטע , שטעל דערפאהר אלץ די
זעלבע גוטע מוד , מען וואלט עס וועהן נישט עפרישיעיטעט,ווי די מאוטאו -תענוג תמידי אינו תענוג- אבער עס פאסט זיך נישט צו ווייזען די פינגער פאר גאט, און זאגען איהם פאק יו, ער איז דאך א מלך מלכים און פאר א מלך בשר ודם זאגט מען אויך נישט אזוי - עט ליעסט נישט בפניו - קען זיין דו האלסט אז קרעימל איז נישט בפניו - באט
סיריעסלי, וואט דע העלל איז גאואינג אואן, וואס קען מען העלפן - איוב פון ארץ עוץ,זאגט ביי זיינע פראבלעמען ,אדרבה וירוח לי,אפתח שפתי ואענה.
 
נישט אלעמאל דארף זיין א סיבה. פלעין מ'איז אין א בעד מוד. מיר דאכצעך אז גאט ווערט פון צייט צו צייט נערוועז פון בלויז הערן אזויפיל שבחים אגאנצן טאג, ס'ווערט אים שוין קארני און נאריש, ער וויל עפעס פריש, געבט ער א מאך צרות פאר אפאר אירע, ער וויל אביסל קאנטערווערסי, ער וויל אביסל קללות אויך, און גייען די טיפשים און לויבן אים ווייטער.
שמות
וַיָּשָׁב מֹשֶׁה אֶל יְהוָֹה וַיֹּאמַר אֲדֹנָי לָמָה הֲרֵעֹתָה לָעָם הַזֶּה לָמָּה זֶּה שְׁלַחְתָּנִי: {כג} וּמֵאָז בָּאתִי אֶל פַּרְעֹה לְדַבֵּר בִּשְׁמֶךָ הֵרַע לָעָם הַזֶּה וְהַצֵּל לֹא הִצַּלְתָּ אֶת עַמֶּךָ:

{א}
וַיֹּאמֶר יְהוָֹה אֶל מֹשֶׁה עַתָּה תִרְאֶה אֲשֶׁר אֶעֱשֶׂה לְפַרְעֹה כִּי בְיָד חֲזָקָה יְשַׁלְּחֵם וּבְיָד חֲזָקָה יְגָרְשֵׁם מֵאַרְצוֹ:
 
מעמד הקללות הנדיר והנורא לראשונה בהיסטוריה

ועד הרבנים לעניני צרות ופאכמרטע טייג
הופכים את הקללה לברכה!

בתרומה של 165 דולר (גימטריה קלל"ה), שלושת גדולי הדור שליט"א ברשות הינוקא והרב פינטו והרב ברלנד יקבלו לידיהם את רשימת הצרות שלכם למעמד שלא היה כמותו:
שלושת גדולי הדור שליט"א יקיימו מעמד מיוחד ובו יפעלו בכוח התורה:

הטחת טענות קשות כלפי מעלה וקריעת רוע הגזירה תוך הטלת קללות נמרצות
השמות שלכם יעברו לידיים הקדושות ביותר. אל תחמיצו את שעת הרצון הנדירה!
 
בייגעלייגטע פיילס

  • א.webp
    א.webp
    43.1 KB · געזען: 30
לעצט רעדאגירט:
א go fund me וועט העלפן די מצב?
פון וויפל רעד זיך עס?
אדער איז די אידענע שולדיג?

😭😭😭
 
דער קאמדיען פלעגט זאגען אז ער רעדט אויף גאט פון די רעליגיעס, ווי יעדע רעליגיע טענה׳ט אז זי איז די איינציגע ריכטיגע, און ער האט גיזאגט אז דער יוניווערסאל כח פון די בריאה איז למעלה מהשגת אנוש,ער האט נישט געגלייבט אין קיין שום התגלות אלוהות, רוב אטעאיסטען זענען פון דעם אויפפאסונג
אלעס קומט צוריק צום שורש, צו איז גיוועהן אמאהל א התגלות פון גאט צו מענטש.
 
Back
Top