- זיך איינגעשריבן
- מאי 4, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,023
- רעאקציע ראטע
- 4,687
וואס איז א פאנטאזיע? נאָך א פשוטע גוגל זוך איז ארויף געקומען:
“The faculty or activity of imagining things, especially things that are impossible or improbable.”
“his research had moved into the realm of fantasy”
דאס מיינט נישט אז פאנטאזיע קען נישט זיין אמת, נאר געווענליך גלייכן מענטשן צו פאנטאזירן זאכן וואס ס’איז אומעגליך אז ס’זאל געשען. פון די אנדערע זייט, אבער, כמעט יעדע זאך וואס די מענטשהייט האט אויסגעטראפן האט זיך געמוזט אנהייבן מיט א פאנטאזיע, זאגט דער משורר רבי שלמה הלוי אלקבץ “סוף מעשה במחשבה תחלה.”
צו מיין טויזענסטע תגובה האב איך געוואלט שרייבן אן ארטיקל, אבער אזוי ווי ס’נאך נישט פערטיג און פטור בלא כלום אי אפשר, האב איך מיך מיישב געווען צו עפענען אן אשכול ווי יעדער קען דא אריינקומען און שרייבן זייערע פאנטאזיעס איבער אלעמען.
איינער פון מיינע בּאליבּטע פאנטאזיעס ווען ס’קומט צו קרעמל איז צו פאנטאזירן וויאזוי ניקס קוקן עכט אויס אין ריעל לייף. פאר מיר, א ניק נאמען מאכט אויס זייער אסאך. און אויך דער כאראקטער וויאזוי ער שטעלט זיך אהער, און לויט דעם קען איך נעמען מיין פאנטאזיע נעקסט סטעפּ און אויס'משל'ן אין מיין קאפ מיט וועם און וואספארא סארט כאראקטער איך קאמיוניקיר
דיסקלעימער! די ניקס וועם איך גיי דא שרייבן וועגן זייער אויסקוק אדער כאראקטער, וויל איך קלארשטעלן אז כ'קען זיי נישט אין ריעל לייף
למשל, לאמיר אפיר נעמען אזא ניק ווי @החוקר – ער שיינט מיר צו זיין א ברייט ביינערדיגער מיט גרויסע שלייקעס, אבער נישט קיין דיקער פּארשוין און אויך נישט ספּעציעל הויך און אויך נישט נידעריג, נאר מער אזא שטראומיגער, ער איז אזא סארט פארשוין וואס ליגט נישט עפעס ספעציעל אין אכילה, נאר ביים קידוש שבת נאכן דאווענען, מאכט ער זיכער אז די אלע מיני הערינגלעך, אייער קיכלעך, קוגל, טשולענט און משקה ליגט אין פארענט פון אים ווי א דעזשבארד. אבער אך און וויי אויב איינער, למשל, האט אויף געטוישט א פלאש בוירבאן און אים אנשטאט געגעבן א טאקילה…
ער מוז אויך האבּן א געוויסע סארט קאמפּאני וואס זיצן ארום עם, אויסהערענדיג זיינע טיפזיניגע רעיונות וועלכעס זענען געסעטעלט געווארן אום שב"ק ביינאכט צווישן די קוגל און די פערפעל. נו נו, אויב א בחור'ל שטיפט אריין אן אייער קוכל אין די מעלירטע העררינג וועלכעס זיצט מיט געדולד אנטקעגן החוקר און ווארט אויף די רייע צו ווערן פארציקט צווישן זיינע ציינער. בחור'ל; דיין טאטע ווייסט אז דו
זיצט דא ביים קידוש נעבן די טאטעס?

לעצט רעדאגירט: