פאנטאזיעס

דער גאלדענער אדלער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 4, 2024
מעסעדזשעס
1,023
רעאקציע ראטע
4,691
וואס איז א פאנטאזיע? נאָך א פשוטע גוגל זוך איז ארויף געקומען:

“The faculty or activity of imagining things, especially things that are impossible or improbable.”

“his research had moved into the realm of fantasy”

דאס מיינט נישט אז פאנטאזיע קען נישט זיין אמת, נאר געווענליך גלייכן מענטשן צו פאנטאזירן זאכן וואס ס’איז אומעגליך אז ס’זאל געשען. פון די אנדערע זייט, אבער, כמעט יעדע זאך וואס די מענטשהייט האט אויסגעטראפן האט זיך געמוזט אנהייבן מיט א פאנטאזיע, זאגט דער משורר רבי שלמה הלוי אלקבץ “סוף מעשה במחשבה תחלה.”

צו מיין טויזענסטע תגובה האב איך געוואלט שרייבן אן ארטיקל, אבער אזוי ווי ס’נאך נישט פערטיג און פטור בלא כלום אי אפשר, האב איך מיך מיישב געווען צו עפענען אן אשכול ווי יעדער קען דא אריינקומען און שרייבן זייערע פאנטאזיעס איבער אלעמען.

איינער פון מיינע בּאליבּטע פאנטאזיעס ווען ס’קומט צו קרעמל איז צו פאנטאזירן וויאזוי ניקס קוקן עכט אויס אין ריעל לייף. פאר מיר, א ניק נאמען מאכט אויס זייער אסאך. און אויך דער כאראקטער וויאזוי ער שטעלט זיך אהער, און לויט דעם קען איך נעמען מיין פאנטאזיע נעקסט סטעפּ און אויס'משל'ן אין מיין קאפ מיט וועם און וואספארא סארט כאראקטער איך קאמיוניקיר

דיסקלעימער! די ניקס וועם איך גיי דא שרייבן וועגן זייער אויסקוק אדער כאראקטער, וויל איך קלארשטעלן אז כ'קען זיי נישט אין ריעל לייף

למשל, לאמיר אפיר נעמען אזא ניק ווי @החוקר – ער שיינט מיר צו זיין א ברייט ביינערדיגער מיט גרויסע שלייקעס, אבער נישט קיין דיקער פּארשוין און אויך נישט ספּעציעל הויך און אויך נישט נידעריג, נאר מער אזא שטראומיגער, ער איז אזא סארט פארשוין וואס ליגט נישט עפעס ספעציעל אין אכילה, נאר ביים קידוש שבת נאכן דאווענען, מאכט ער זיכער אז די אלע מיני הערינגלעך, אייער קיכלעך, קוגל, טשולענט און משקה ליגט אין פארענט פון אים ווי א דעזשבארד. אבער אך און וויי אויב איינער, למשל, האט אויף געטוישט א פלאש בוירבאן און אים אנשטאט געגעבן א טאקילה…

ער מוז אויך האבּן א געוויסע סארט קאמפּאני וואס זיצן ארום עם, אויסהערענדיג זיינע טיפזיניגע רעיונות וועלכעס זענען געסעטעלט געווארן אום שב"ק ביינאכט צווישן די קוגל און די פערפעל. נו נו, אויב א בחור'ל שטיפט אריין אן אייער קוכל אין די מעלירטע העררינג וועלכעס זיצט מיט געדולד אנטקעגן החוקר און ווארט אויף די רייע צו ווערן פארציקט צווישן זיינע ציינער. בחור'ל; דיין טאטע ווייסט אז דו
זיצט דא ביים קידוש נעבן די טאטעס?
 
לעצט רעדאגירט:
זייער גוט. אבער דו ווערסט נישט יעצט געפטרט פונעם ארטיקל. מיר ווארטן מיט שפאנונג...
 
“יותר משהעגל רוצה לינוק, הפרה רוצה להיניק”,
האסט געשריבן 1000 פאוסטס, מילא קענסטו מיר שוין רופן קאלב און דו ביסט גאר די קוה...

ווער מיינסטו דו ביסט? 😡

עניוועי... מזל טוב, אסאך נחת, פון די און אלע אנדערע... געזונטערהייט, ביז הונדערט און צוואנציג.
 
מזל טוב @דער גאלדענער אדלער צום ווערן א שר האלף
מזל טוב!

1,000 פאוסטס – דאס איז מער ווי נאר א נומער, דאס איז עדות אויף טיפע קאמיטמענט!

דער אמתער כח פונעם פארום ליגט נישט נאר אין דעם פלאטפארמע, נאר אין די געטרייע שרײבערס וואס לייגן אריין זייערע געדאנקען, חידושים, און אינסייטס מיט איבערגעגעבנקייט. יעדער פאוסט איז א רעזולט פון עקשנות, טיפקייט, און דער נשמה וואס ענק לייגן אריין.

דו און וכדו' לך זענען די וואס בויען דעם פארום, איר זענט די וואס האלטן איר לעבעדיג. אן ענק וואלט עס געווען בלויז א ליידיגע בלאט – אָבער מיט ענק איז עס א מקום תורה, חכמה, און אמת'ע שמועסן.

זאל דער חיזוק נאר וואקסן! מ’זאל ווייטער שרײבן, אנטוויקלען און בויען, ווייל ווער שרייבט, בלייבט!

אויפן קומענדיקן 2,000סטן פּאָסט!
 
מילא קענסטו מיר שוין רופן קאלב
דוד המלך האט גערופן זיין בּאליבסטע ווייב עגלה. יתרעם לעגלה אשתו זאגט רש"י אויפן פלאץ
הששי יתרעם לעגלה אשתו" - מדרש וכי היא בלבד אשתו אלא שפעת כעגלה וילדתו ושהיתה חביבה עליו כעגלה כמו (שופטים י"ד) לולא חרשתם בעגלתי ומפני חביבותה של מיכל קורא אותה אשתו
 
“יותר משהעגל רוצה לינוק, הפרה רוצה להיניק”,
איך גלייב נישט אז די האסט דעם רצון...😉

ווי אזוי ווייס איך אז כ'בין הונגעריג? ווייל איך עס.
אז דו וועסט נישט זיין א כובש נבואתו וועט מען וויסען אז די ביסט די פרה "הרוצה" להניק...

ברענגט דיין ארטיקל וואס שנעלער, וויל "רצונינו" לעשות "רצונך", ואין דבר העומד לפני הרצון...

מזל טוב! מזל טוב!
טוב לנו תורת פיך מ"אלפי" זה"ב וכסף
🎉🫶🌹
 
משרבו עלי חברי, און מורא האבענדיג פונעם שאור שבעיסה האב איך מיך אנגעגארטעלט מיינע לענדן און אפגעשריבּן וואס האט טאקע געזאלט זיין מיין טויזענטסטע תגובה.
און ווי מיר ווייסן דעם כלל פון אין מוקדם ומאוחר בתורה, אשר ע"כ יהיו בעיניכם אלס מיין טויזענסטע תגובה
 
דיסקלעימער! די ניקס וועם איך גיי דא שרייבן וועגן זייער אויסקוק אדער כאראקטער, וויל איך קלארשטעלן אז כ'קען זיי נישט אין ריעל לייף

למשל, לאמיר אפיר נעמען אזא ניק ווי @החוקר – ער שיינט מיר צו זיין א ברייט ביינערדיגער מיט גרויסע שלייקעס, אבער נישט קיין דיקער פּארשוין און אויך נישט ספּעציעל הויך און אויך נישט נידעריג, נאר מער אזא שטראומיגער, ער איז אזא סארט פארשוין וואס ליגט נישט עפעס ספעציעל אין אכילה, נאר ביים קידוש שבת נאכן דאווענען, מאכט ער זיכער אז די אלע מיני הערינגלעך, אייער קיכלעך, קוגל, טשולענט און משקה ליגט אין פארענט פון אים ווי א דעזשבארד. אבער אך און וויי אויב איינער, למשל, האט אויף געטוישט א פלאש בוירבאן און אים אנשטאט געגעבן א טאקילה…

ער מוז אויך האבּן א געוויסע סארט קאמפּאני וואס זיצן ארום עם, אויסהערענדיג זיינע טיפזיניגע רעיונות וועלכעס זענען געסעטעלט געווארן אום שב"ק ביינאכט צווישן די קוגל און די פערפעל. נו נו, אויב א בחור'ל שטיפט אריין אן אייער קוכל אין די מעלירטע העררינג וועלכעס זיצט מיט געדולד אנטקעגן החוקר און ווארט אויף די רייע צו ווערן פארציקט צווישן זיינע ציינער. בחור'ל; דיין טאטע ווייסט אז דו
זיצט דא ביים קידוש נעבן די טאטעס?
איך מיין אז גאס איז א גוטע איידיע פאר א טויזענסטע תגובה אנהייבן שרייבן א שנירל וועגן ווי אזוי זעהן מיר זיך אויס ביי דיר... וואס איז די וכן היינו בעינהם....
 
Back
Top