פראגע בויגן - דריטער וואך - וואס איז אונזערער ערשטער שריט?

קהילה חדשה

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
דעצ. 17, 2025
מעסעדזשעס
7
רעאקציע ראטע
95
פונקטן
13
די פארגאנגענע וואכן האבן זיך אונזערע שאלות באצויגן מער צו אבסטראקטע נושאים, ווייל איידער מיר לאזן זיך אריין טראכטן אויף למעשה ממש, ווילן מיר קודם האבן דעם קאמפוס צו וויסן ווער מיר זענען און וואס ווילן מיר בכלל. קומענדיגער וואך וועלן מיר ברענגען א תמצית פון ענטפערס מקשה אחת פארן ערשט וואכעדיגן שאלה, באזירט לויט די תשובת פון די שולחים שיחי׳.

די וואך וועלן מיר גיין תכלית, איינפלאנצן דעם ערשטן קערנדל, אין פיזישע ערד. מיר ווילן אנהייבן האבן א געדאנק, וואס טוען מיר למעשה אלץ די ערשטע שטאפלען פון אזא פראיעקט, וואס וועט באלד קיין חלום מער ניט זיין.

וואס איז אונזער ערשטער סטעפ?

  • איינס, מאכן א צייטונג - א צייטונג מיינט מען נישט א מאגעזין, נאר א צייטונג. א צייטונג געווען די חוט השדרה פון א קאמיוניטי, היינט איז קען עס קומען אין פארעם פון א וועבסייד. דא וועלן מיר האבן אפטיילונגען, פראקטישע, מהנעשה והנשמע, ריסארס קוועלער, אונזערע ווארט, אונזער בוי פראיעקט, און נאך.
  • צוויי, פלאנירן א מאנטשאפט - אויסמאפירן תפקידים, (דהיינו האבן א מאפע פון ראלעס). עווענטועל גייען מיר דארפן פארמאגן א שטאב אויסצופירן ראלעס, דארפן מיר וויסן, וועלעכע תפקידים אייגענטליך גייט דארפן ווערן געטון, און אויף וועלעכער אופן און סדר זאלן די תפקידים אויסגעטיילט ווערן, פאר וועמען און וויאזוי, וכו׳. הקיצור, עס זאל פארן א באן.
  • דריי - ערשטע קערנדל פון א קאמיטע - מאכן א סעריע פון וועכנטליכער ״לייוו״ זיצונגען לויט פארשריפטן. ס׳גייט לויט א פארגעשריבענער סקריפט. אין אנהייב האלט עס דריי אויפאיינמאל. ווער עס וויל נעמען א טייל אינעם לייוו זיצונג, זאל זיך איינשרייבן, די זיצונגען זאלן אנגיין פיר וואכן ביז צו א קומענדיגער שטאפל אינעם פראצעסיע פון פארקערפערן א קאמיטע. יעדער וואס שרייבט זיך איין וועט יושר׳דיג אריינגעלאזט ווערן. (ס׳וועט זיין באגרעניצט ביז 12 איינגעשריבענע, וכל הקודם זכה).
  • פיר - אוועק שטעלן א פראטאקאל - דאס קען זיין אין פארעם פון א קונטרס יסוד, קלאר מאכן אונזער פילאזאפיע, כדאי אונזער באוועגונג זאל שוין יעצט פארמען צורה, הענט און פיס, אונז ליכטיג מאכן דעם וועג, ווער אונז זעמער, וואס איז אונזער מאטא, וואס זענען אונזערע יסודות און השקפות.
  • פינף - פארמען חבורות - דאס קען זיין אנליין, אדער פיזיש, פארשטייט זיך כדרכינו לויט א פארגעשריבענער פראגראם וואס צילט צום ריכטונג פון א גרעסערע וויזיע, נישט סתם. באשר די נאטור פונעם ריטואל און פראגראם איז דערווייל דא ארט אויספארמירן. כל זמן עס ליגט טאקט און מלאכת מחשבת מיט א וויזיע דערין.
  • זעקס - א פיזישער צענטראלע און קהילה אויף א באשטימטער ארט - א פאקוס אויף א נחשון׳ישער קהילה ממשית אויף איין באשטימטער ארט אויפן כדור הארץ, וואס זי וועט זיין אויסגעשטעלט ווי א דוגמא צו קענען קאפירט ווערן דורך אנדערע אין אנדערע מקומות. פארשטייט זיך אז פארמירן אזא ערשטער פיזישער קהילה, אפילו אויף א קלענערער פארמאט, וועט פאדערן פיל מחשבה אז זי זאל טאקע קענען דינען א יושר׳דיגער דוגמא.
  • זיבן - זאמלען קאנטאקטן פאר ריסארס קוועלער - איינע פון אונזערע אונטערנעמונגען אלץ א ברייט פונקציונירנדער געזעלשאפט איז ריסארס קוועלער, געווינטשענע קאנטאקטן, א ליסטע פון ארגאניזאציעס, גרופעס, פראגראמען, וואס יעדער פאר זיך קען צוניץ קומען יחידים אדער אונז אלץ א ציבור, לעת הצורך אדער רעגלמעסיג.
  • אכט - אלעס אדער עטליכע פון די אויבן דערמאנטע אויף א לייכטער פארנעם פאר אן אנהייב
  • ניין - אינגאנצן עפעס אנדערש - קומט אריין קלאר.

שרייבט די סיבות פארוואס אייער פיק איז די מער געווינטשענע. געדענקט, מיר זענען דא אין די ערשטע שטאפלען, מיר קנעטן דא א טייג, קיין איין אויסוואהל גייט לסוף נישט גיין אויפן חשבון פון אן אנדערער, נאר מיר דארפן אראפ לייגן דעם שטעקן און אנהייבן מיט איין סאלידער אונטערנעמונג.

מיר קוקן ארויס צו הערן פון אייך. גוט שבת

אונזער אימעיל איז:
[email protected]
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top