- זיך איינגעשריבן
- אוג. 8, 2024
- מעסעדזשעס
- 308
- רעאקציע ראטע
- 1,089
איך מיין דו ביסט זיך טועה...
1. ס'שטייט אין די קאנסטיטוציע 'היימיש/אידיש רעדנדע', ס'שטייט נישט 'רעליגיעזע' אדער 'פרומע' אדער 'ארטאדאקסישע'.
2. טויזענטער היימישע אידן זענען סיי אויף טוויטער און סיי אויף וויקיפעדיע און סיי אויף יוטוב, און ווי נישט... קוקט נישט אויס ווי זיי האבן א פראבלעם מיט איינער אנדערש וואס שרייבט אין שבת.
3. האסט נישט געוויסט אז ס'איז דא אידן וואס האלטן נישט וואס דו האלטסט?
איך רעדט מיר נישט איין אז יעדער וואס רעדט אידיש האלט שבת. ס'איז אביסל געלעבט אין אן אייגענע באבל צו טראכטן אזוי.
1. כנ"ל, עס שטייט 'געבויט אויף די קאווע שטיבל ווירדן'
2. אויב דו פארשטייסט נישט דעם חילוק צווישן א היימישע ווינקל און א אלגעמיינע וועבסייט, איז נישט. איך זעה אבער אז די מייסדים זענען ארויס פון וועג צו צענזורירן אינהאלט וואס איז ראמפאנט אויף טוויטער און אפילו וואס איז ערלויבט אויף וויקיפעדיע און יו טיוב האבן זיי פראבלעמען.
3. רוב רובם פון אידנטום האלט אנדערש ווי איך האלט. ובכן? איך האב נישט קיין טענות ווען איך גיי אויף די פארווערטס וועבזייטל (א איינצעלנע ביישפיל פון אן סעקולערע אידישע סייט) אדער אפילו פאליש, יעדער טוט וואס ער פארשטייט און איך בין דארט נאר א גאסט. דער זייטל - אין ווערטער און אין מעשים - קלעימט אבער צו זיין א היים פאר אידן ווי איך, אויב איז דאס אבער א חילול שבת זייטל איז עס פשוט נישט דאס, עס גייט נישט צוזאמען, עס איז אדער א היים פאר פרומע אידן אדער א היים פאר אפגעפארענע און פרייע אידן, טאקע מיט א היימישע אידיש און פון א היימישע אפשטאם, אבער פארט מומרים און משומדים על פי הלכה.