פראגעס און ענטפערס איבער קרעמל

סתם ש
נעכטן איז פארגעקומען א עוולה קעגן די שטאטוטען פונעם קרעמל.
איינער האט ארויסגעשריבן נעמען וואס יענעם האט זיך געדוכטן אז זיי זענען פארשידענע ניקים אויפ'ן קרעמל זייט.

פארשטייט זיך אז די פארלעסליכע אחראים האבן עס שפעטער אויסגעמעקט.
אבער די פראגע איז, פארוואס איז יענער נאך לעבעדיג דא אויפ'ן קרעמל?
זענען די תקנות נישט קיין חוק ולא יעבור???
סתם גראבע שקר, יענער האט נישט ארויסגעשריבן קיין שום נעמען.
 
ווען איינער שרייבט א מעסעדזש און דער עולם דיסלייקט ווערט עס גערעכנט פאר א רעאקציע, אבער דער גאנצע פוינט פון דעם איז אז דער עולם גלייכט וואס יענער שרייבט
 
ווען איינער שרייבט א מעסעדזש און דער עולם דיסלייקט ווערט עס גערעכנט פאר א רעאקציע, אבער דער גאנצע פוינט פון דעם איז אז דער עולם גלייכט וואס יענער שרייבט
ס'ווערט נישט גערעכנט פאר א רעאקציע.
די זעלבע איז מיט דעם כ'האב נישט קיין אננונג רעאקציע, און מיטן קרומן פנים.
 
איך ווייס קלאר, אז די פירער פונעם פארום זענען ביכולת צו וויסן וועלכע ניקס קומען פונעם זעלבן מענטש.

און אויך ווייס איך אויף זיכער, אז ס'שוין דא היינט היימישע פארום טעכניקער, וואס - אויך ווען יענער טוישט אייפי אדרעסע, ווייסן זיי ווער דאס איז.

אין חכם כבעל הניסיון
ווייל כ'האב אפילו נישט געהאט קיין אונטערנעט ביז צוויי חדשים צוריק

אזוי סאך געלערנט אין די צוויי חדשים וואס דו האסט באקומען אינטערנעט? א שנעלע קאפ...
 
ס'דא נאך זאכן אויסער די אייפי וואס דו זעסט
העקערס [אויך היימישע] קענען טרעיסן חשבונות מיט קוקיס וואס קומט פון די זעלבע קומפיוטער וואס יענער סיינט אין, סיי וועלכע וועג.
אויסער פון אנדערע לענדער, וואס ווערט געבלאקט בדווקא צוליב רעגירונג זיכערהייט
 
Back
Top