פראגעס און ענטפערס איבער קרעמל

פריוואט צו אים דיירקט איז ערלויבט צו פרעגן, אבער כ'מיין אז ס'נישט כדי. ווען איינער האט צוויי ניקס וויל ער נישט מ'זאל צאמשטעלן ביידע. ס'איז אזא הסכמת הכלל אז אויב די שמעקסט א שייכות צו מיין אנדערע ניק, מאך זיך ווי דו ביסט פארקילט...
 
@אפענער כ'רעד נישט פון א ניק ווי דיר וואס שרייבט בלויז פאקטן, קלארקייט, און צום זאך.

כ'רעד פון ניקים אזוי ווי מיר, וואס מ'לופטערט סתם האלבע געשטויגענע אומפארשטענדליכן געפיהלן, פריוואטע זאכן, וכדו'. מ'איז מער סעיף קאנשעס דערויף. 😊
 
פריוואט צו אים דיירקט איז ערלויבט צו פרעגן, אבער כ'מיין אז ס'נישט כדי. ווען איינער האט צוויי ניקס וויל ער נישט מ'זאל צאמשטעלן ביידע. ס'איז אזא הסכמת הכלל אז אויב די שמעקסט א שייכות צו מיין אנדערע ניק, מאך זיך ווי דו ביסט פארקילט...
כ'האב נישט גערעדט ווען איינער האט צוויי אויף קרעמל, איך רעדט פון א צווייטע פלעטפארם
 
ווען איינער קלעימט אז ער איז א געוויסע ניק אויף א אנדערע פלאטפארמע, איז דא א וועג ווי אזוי די מאדס דא באשטעטיגען עס?
 
געווענליך האב איך נישט קיין צוטריט דא, אפשר איז עס יעצט די לעצטע מאל וואס כ'האב צוטריט...

וויאזוי ווערט מען דא גוט מיט די גוטע?

הק' אמנון בן-דוד
 
געווענליך האב איך נישט קיין צוטריט דא, אפשר איז עס יעצט די לעצטע מאל וואס כ'האב צוטריט...

וויאזוי ווערט מען דא גוט מיט די גוטע?

הק' אמנון בן-דוד
פאריגע מאל ווען אמנון בן דוד איז געווארן גוט מיט די גוטע האט זיך עס נישט גוט אויסגעלאזט.
 
פאריגע מאל ווען אמנון בן דוד איז געווארן גוט מיט די גוטע האט זיך עס נישט גוט אויסגעלאזט.
העי.. גראד טראכסטו אהין.. (נישט אזוי שלעכט גראדע.. כמבואר בס' המשתה לאפלטון, בעובדא דסוקראטס ואלקיביאדס.. שרדיפת התאוה יכול להביא להשגת החכמה.. ומובא בראשית חכמה כידוע)
איך זוך חברים אינטעלעקטואלן, וואס זענען גרייט צו קומען דורכטון הארץ ומלואה, משאול תחתיה ועד כסא הכבוד.. מדעי היהדות.
כ'ווייס נישט ווען כ'וועל נאך אמאל האבן עקסעס דא - כ'זאל איבערלאזן א אימעיל אדרעס?

נ"ב. איך בעפארציג איינער ס'גלייבט אין אידישן גאט און אין תושב"כ ושבע"פ.. ס'איז מיר שווער צו פארנעמען די וואס זענען אנגעווייטאגט אויף אידישקייט..
איך זוך פשוט צו מקיים זיין שיטת התנא הא־להי רבי מאיר, כמשאחז"ל (חגיגה ט"ו) אמר ריש לקיש, רבי מאיר קרא אשכח ודרש (משלי כ"ב): הט אזנך ושמע דברי חכמים, ולבך תשית לדעתי. לדעתם לא נאמר, אלא לדעתי.

הק' אמנון בן-דוד
 
כ'ווייס נישט ווען כ'וועל נאך אמאל האבן עקסעס דא - כ'זאל איבערלאזן א אימעיל אדרעס?
וואס איז די צד אז נישט?
נ"ב. איך בעפארציג איינער ס'גלייבט אין אידישן גאט און אין תושב"כ ושבע"פ.. ס'איז מיר שווער צו פארנעמען די וואס זענען אנגעווייטאגט אויף אידישקייט..
לכאורה איז רישא לאו סיפא, חוץ אויב דו ביסט שוין פון די קלוגע אידן
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
@אמנון בן דוד; אז דו ביסט שוין יא דא בינינו, האב איך א שאלה צו דיר, איז תמר געווען אזא שיינע?
 
אפשר קען מען מסדר זיין, אז ווען איינער לייגט א פדפ זאל עס נישט באלד אראפ גיין צו מיין קאמפיוטער, נאר זיך עפענען אן עקסטערע טאב אדער א פענסטערל און איך זאל קענען ליינען דו צוגלייגטע אן אנצופיהלן מיין קאמפיוטער מיט א דבר עובר
 
Back
Top