פרשת הפצ"רית - הדלפת הסרטון שדה תימן

די רירסט אן א ריכטיגע נקודה. דהיינו עס איז מעגליך אז עס זענען דא מענטשן וואס בעצם זענען זיי גאר קעגן פייניגן טעראריסטן, נאר זיי האלטן אז ארויסרינען אזא ווידעא צום פובליק איז נאכאלץ פראבלעמאטיש.

איך פערזענליך האלט אז דאס איז זייער א קרומע וועג פון טראכטן. ס'איז אביסל אזוי ווי דער געדאנק-גאנג פון דער 'עסקנים' (וואס יעדער איז אזוי צופרידן זיי צו אינטעררייסן דא אויף קרעמל...) וואס באשוצן רעיפיסטס אין דער קהילה. דהיינו, פערזענליך האלטן זיי אלע אז רעיפ איז א שרעקליכע עוולה, נארוואס דען? מ'קען נישט לופטערן אונזערע שמוציגע וועש אין רשות הרבים! מ'דארף באשוצן אונזער אנזעהן פאר די אלגעמיינע גאס!

לדעתי איז דאס קרום פאר צוויי סיבות.
קודם כל, ס'איז נישט עטיש. איינע פון די פליכטן וואס ליגט אויף אן אחריות'דיגער יחיד/משפחה/ארגעניזאציע/קהילה/פאלק/מדינה איז צו זיין אמת'דיג און אפן מיט'ן וועלט איבער אירע שוואכקייטן. איי די בושות? היא הנותנת! די בושות איז די סיבה פארוואס עס איז וויכטיג צו זיין אמת'דיג! אזוי וועט איר זיכער מאכן נישט צו האבן נאך אזעלכע דורכפעלער.

צווייטענס, פארדעקן ארבעט פשוט נישט! סוף גנב לתליה, און ווען די וועלט געפונט אויס איז עס אסאך ערגער. וויבאלד רוב מענטשן נעמען אן (בארעכטיגטערהייט) אז דא איז נישט געשען אן אויסנאם נאר דאס איז די סטאטוס קווא פון דער אינסטיטוציע. והא ראיה, זעסט דאך זיי האבן פרובירט דאס צו פארדעקן!

אבער דאס אלץ איז א זייטיגע נקודה. ווייל אזוי ווי כ'האב שוין ערווענט אויבן, מיין אבזערוואציע איז אז דער מענטשן וואס זענען אזוי קעגן די ארויסרינונג פון דער ווידעא זענען אויך אט די מענטשן וואס שרייען אז עס בכלל פאלש! וואס פשט? א צופאל? מעגליך. אסאך מער מסתבר כדפירשנו לעיל.
מיין נקודה וואס איך האב געוואלט ארויס ברענגען איז מער קלארער ארויס געברענגט געווארן דורך @מלך דא
 
איך אין דיין פלאץ וואלט מיך געשעמט פון דעם וואס טראמפ קומט העלפן מיין פרעמיער
אזוי רעדסטו אויף די איד?
זיי פארטרעטן נישט די רעכטע, און האבן זיי פונקט אזוי פיינט ווי די לינקע,
און זיי דארפן זיך נישט שעמען אז זייער שונא איז א קרימינאל, זיי האלטן אז ביבי קומט אין תפיסה,
נאר וועלן אויכט באשמיצן די לינקע
 
איך זעה נישט פארוואס די פאקט אז די ווידעא איז צוזאמענגעשטעלט פון באזונדערע טיים-ליינס איז א נפקא מינה. ס'איז אן אנגענומע ערשיינונג צו אויסשניידן די אומאינטערסאנטע חלקים פון א לענגערע ווידעא איידער איר ארויסשיקן צום פובליק. אז נישט האבן רוב מענטשן נישט די זיץ-פלייש איר צו זעהן.

נאכמער, ס'איז גלוי וידוע פאר יעדע וואס זעהט די ווידעא אז מ'טאנצט טיים-ליינס. אויב ס'וואלט געווען דא א קאנספיראציע צו פארדעקן עפעס וואלטן די קאנספיראטארן גענומען די מינימום שריט פון עס מאכן אויסקוקן אומבארירט.
די פראבלעם איז געווען אז מ'האט לכאורה צוגעשטיקלט א ווידיא פון א אנדערע טאג.
ווי איך פארשטיי האט מען זיי ס''ה אנגעקלאגט אויף קלענערע עבירות.

די לינקע טענה'ן אז נאר צוליב דרוק פון די רעכטע האט מען גענידערט די קלאגעס, און די רעכטע טענה'ן אז מ'האט זיי ניטאמאל אנגעקלאגט מיט די אנגעבליכע גאר הארבע קלאגעס ווייל די גאנצע מעשה איז א בילבול.
מ'האט זיי למעשה נישט אנגעקלאגט אויף אונס, פון שיקולים משפטיים (די ראיות זענען נישט אינגאנצן קלאר אויפצואווייזן א סעקסואלע באלעסטונג, און נישט סתם א פייניגונג וכדו'), אבער אלעס ארום איז א חלק פון די קעיס, דאס נעמט אריין: תקיפה חמורה והתעללות, התנהגות בלתי הולמת, התעללות במשמורת.
אין ישראל איז אבער דא א גרויסע פראבלעם אז די שופטים נעמען אויף שופטים און ביוראקראטן נעמען אויף ביוראקראטן (איך בין מקצר, אבער בערך אזוי), משא''כ די רעשט ציוויליזירטע וועלט. דאס פירט צו דער מציאות אז ס'נישט דא קיין עכטע פידבעק לופ פונעם פאלק צום אדמיניסטראטיווער און יוסטיץ סיסטעם אין לאנד. אלס רעזולטאט, בעת וואס די מדינה האט זיך אסאך געריקט אויף רעכטס זינט איר גרינדונג, זענען אירע אינסטיטוציעס געבליבן לינק. און דאס איז נישט דעמאקראטיש.
נישט אינגאנצן אמת, די שופטים האבן א כח פון א וועטא לגבי אויפנעמען נייע שופטים, אבער די קאאליציע האט אויך א כח פון א וועטא. וואס דארפסטו מער אז היינטיגע צייטן איז שוין רוב בג"ץ רעכט?
 
נישט אינגאנצן אמת, די שופטים האבן א כח פון א וועטא לגבי אויפנעמען נייע שופטים, אבער די קאאליציע האט אויך א כח פון א וועטא. וואס דארפסטו מער אז היינטיגע צייטן איז שוין רוב בג"ץ רעכטס?
ס'העלפט מיר נישט אז די בג"ץ איז היינט מער רעכט, מד"י שופטים פאליסיס איז אום דעמאקראטיש, און ברויך געטוישט ווערן דחוף!
די וועג וויאזוי מען נעמט אויף נייע שופטים איז אויף א צוריקגעשטאנען וועג, וואס געט גאר אסאך פלאץ פאר פאליטישע אגענדעס און מעגליכע קארופציע,

#העם דורש רפורמה משפטית
 
די וועג וויאזוי מען נעמט אויף נייע שופטים איז אויף א צוריקגעשטאנען וועג, וואס געט גאר אסאך פלאץ פאר פאליטישע אגענדעס און מעגליכע קארופציע,
ווי למשל? אפי נוה און אתי כרייף? אה ניין, נישט זיי, זיי זענען רעכטע...

כ'מיין, פאליטישע אגענדעס און מעגליכע קארופציע, פאנגען זיך אן ווען פאליטיקאנטן מישן זיך אריין.

און נאכאמאל, ס'דא זייער ווייניג, אפי' ביי די גאר לינקע, וואס האלטן אז ס'פעלט בכלל נישט אויס קיין רעפארם אין די יוסטיץ סיסטעם. אבער ס'דא א וועג וויאזוי מ'מאכט אזעלכע רעפארמען, אזעלכע רעפארמען דארף קומען פון כאטשיג 75-80 פראצענט פון די לאנד וכדו', רעפארמען דארפן זיין קודם כל אוועקצושטעלן א קאנסטוטציע אדער א כמו-קאנסטוטציע (ווי אוועקשטעלן חוקי יסוד, וויפיל ח"כ דארף מען האבן אדורכצופירן א חוק יסוד) וכדו' וכדו', כדי קלארצושטעלן ביי יעדן, אז מ'איז נישט דא אריינצולייגן די גאנצע פאוער אין איין פארטיי'ס הענט וכו' וכו'.
 
די פראבלעם איז געווען אז מ'האט לכאורה צוגעשטיקלט א ווידיא פון א אנדערע טאג.

מ'האט זיי למעשה נישט אנגעקלאגט אויף אונס, פון שיקולים משפטיים (די ראיות זענען נישט אינגאנצן קלאר אויפצואווייזן א סעקסואלע באלעסטונג, און נישט סתם א פייניגונג וכדו'), אבער אלעס ארום איז א חלק פון די קעיס, דאס נעמט אריין: תקיפה חמורה והתעללות, התנהגות בלתי הולמת, התעללות במשמורת.

נישט אינגאנצן אמת, די שופטים האבן א כח פון א וועטא לגבי אויפנעמען נייע שופטים, אבער די קאאליציע האט אויך א כח פון א וועטא. וואס דארפסטו מער אז היינטיגע צייטן איז שוין רוב בג"ץ רעכט?
מען האט זיי למעשה פאראורטיילט?

הוספה:
כ'האב ארום געזוכט און ס'זעהט אויס אז די קעיס מיט די 5 אנגעקלאגטע איז נאכנישט געענדיגט.
 
לעצט רעדאגירט:
יעצט געהערט א פרישע אינטערוויאו מיט די באשולדיגטע און איך בין גענצליך צומישט...

זיי לייקענען קאטעגאריש אפ סיי וועלכע טענה פון אונס און זיי טענה'ן אז די מערכת המשפט האט די אודיאו רעקארדירונגען פון די אונטערזיכונג וואו מען הערט אז דער ארעסטאנט שטעלט זיך אנטקעגן די אונטערזיכונג און ער שרייט צו זיינע חברים דארט מען זאל זיך קעגן שטעלן, און צוליב דעם באגייען זיי זיך ווילד צו אים.

איך האב איבערגעקוקט די ווידעאויס און איך זעה טאקע נישט קיין פרוף פאר אונס.

איך בין נייגעריג וואס זענען געווען די ראיות פאר אונס.
 
עפעס טיפער גייט דא פאר, יעדן טאג א פרישע מעשה מיט איר, מקען נישט וויסן צו איינער וויל איר הארגענען נוסח רוסלאנד, אדער האט זי מורא פון עפעס אז סקען ארויסקומען צו די פובליק.

אויב איז @כספי און @סמולנסקין גערעכט פארוואס קומט זי נישט ארויס זיך פארטיידיגן, אויב זי האט נאר געמיינט גוטס גייט א האלבע וועלט מיט שטייען מיט איר אינקלאדינג די לינקע אין ארץ ישראל, פון וואס האט זי אזוי מורא???
עפעס ליגט דא טיפער.
מיין מיינוג.
 
ס'איז טאקע שטארק מעגליך אז זי פארדעקט עפעס טיפער, צו די יועמשי"ת צו די רמטכ"ל וכדו'.
אבער ס'איז נישט מוכרח. אונז זאלן קיינמאל נישט זיין אין איר מצב, אבער א פרוי וואס איז געווען כמעט ברומו של עולמה, מיט א פרעסטיזשפולע דזשאב און מעכטיגע פאוער, זאל אזוי פאלן פון איר פאזיציע צוליב א קליין מיסטעיק (וואס האט נאכגעשלעפט גרעסערע מיסטעיקס וכו'), איז גאר א שווערע פיל צו אראפשלינגען, און ס'איז נישט אפגעפרעגט אז זי זאל פרובירן זיך צו נעמען די לעבן. כש"כ ווען מ'ליינט אביסל וואס מ'שרייבט אויף איר.

אגב, דא איז א לענגערע אפהאנדלונג דורך רונן ברגמן איבער די פרשה:
ישראל כ"ץ ומכונת הרעל אחראים לעלילת הדם האמיתית בפרשת שדה תימן | פרשנות
 
עבירות אין ארמייען פון לענדער איז א דבר שכיח ,
אין בפרט בעת מלחמה ווי עס פאלען מענטשען חברים פון א בריגאדע, און די מיטער זענען צוהיצט
איז נארמאל צו ערווארטעט ווערן אז עס וועט זיין א
פאסירונג שלא כהוגן ( די תורה האט מתיר גיוועהן
בשעת מלחמה ,בתים מלאים כל טוב,זאגען חז״ל
אז דאס מיינט אפילו קדלי דחזירי -חאזער פלייש-
נאכמער זעהט מען די יפת תואר יצר הרע,ווי מען האט ערלויבט ליניענסי,) ווי געוויסע זעלנער וועלן
זיך אויפיהרען נישט עטיש, און עס דארף ווערן איבער גיגעבן פאר די פראפער אפטהיילונג אין רעגירונג, ווי מען וועט מעניש זיין די עוברי עבירה לפי חוקי הצבא ,
דא זעהט אויס איז מען נישט גיוועהן אויסען צו זיכען יושר און צדק, ווייל מען האט פארשאפט א ווידעאו און עס ארויס געליעקט צו די פרעססע מיטדי פולע אינטעשאן מבאיש ריח צוזיין די ממשלה,אויף וועם זי טראגט א פארביסענע שנאה , און זי האט זיך נישט גיזארגט פאר עני דעמעדזש וואס דאס וועט גורם זיין פאר די מדינת ישראל בפרט,און פאר כלל ישראל בכל מקומות פזוריהם בכלל ,איז זי דאך בפשיטות לכאורה,ווי א דין מוסר מיט די פולע חומרא ,מען קען
ברענגען א דמיון פון רש״י וואס ברענגט א מאמר פון
די תנא רבי עקיבא ביי משה וואס האט גיזאגט הצאן
ובקר ישחט להם ומצא להם ,וואס זעהט אויס ווי א פקפוק אין די יכולת פון גאט ,און מען זעהט נישט א קריטיק אויף איהם,און ביי שמעו נא המורים ווי ער האט ממעיט גיוועהן אין די כבוד פון די יידן זאגט מען
איהם מוסר ,על אשר מעלתם ,איז די דיפערענץ ווייל
אז אן עבירה ווערט געטהון בסתר דארף מען עס נישט מפרסם זיין ,דא איז דאך די פאסירונג ווי געמיין עס זאל נישט האבען גיוועהן,גיוועהן בסתר האטט עס האט נישט בארעכטיגט א פרסום פאר די רבים,ווי די ערביים און אנדערע יידן פיינט, גייען דאס נוצען לדורות להלהיב שנאה ווי גאנץ כלל ישראל גייט ליידען פון איהר רשעות׳דיגער אקט ,ולמלשינים אל תהי תקוה.
 
צוליב א קליין מיסטעיק

נישט געווען קיין מיסטעיק דא כאילו זי האט נישט געניג גוט געוואטשט און די ווידיאו האט ארויסגעליקט, בכלל נישט.

זי איז באגאנגען פאליטישע אקטעוויזעם ביודעים, זי האט איבערגעדרייט די מדינה מיט א שיטה. זי איז גארנישט קיין נעבעך.
אויף ענגליש זאגט מען אין אזא פאל FAFO
 
עבירות אין ארמייען פון לענדער איז א דבר שכיח ,
אין בפרט בעת מלחמה ווי עס פאלען מענטשען חברים פון א בריגאדע, און די מיטער זענען צוהיצט
איז נארמאל צו ערווארטעט ווערן אז עס וועט זיין א
פאסירונג שלא כהוגן ( די תורה האט מתיר גיוועהן
בשעת מלחמה ,בתים מלאים כל טוב,זאגען חז״ל
אז דאס מיינט אפילו קדלי דחזירי -חאזער פלייש-
נאכמער זעהט מען די יפת תואר יצר הרע,ווי מען האט ערלויבט ליניענסי,) ווי געוויסע זעלנער וועלן
זיך אויפיהרען נישט עטיש, און עס דארף ווערן איבער גיגעבן פאר די פראפער אפטהיילונג אין רעגירונג, ווי מען וועט מעניש זיין די עוברי עבירה לפי חוקי הצבא ,
דא זעהט אויס איז מען נישט גיוועהן אויסען צו זיכען יושר און צדק, ווייל מען האט פארשאפט א ווידעאו און עס ארויס געליעקט צו די פרעססע מיטדי פולע אינטעשאן מבאיש ריח צוזיין די ממשלה,אויף וועם זי טראגט א פארביסענע שנאה , און זי האט זיך נישט גיזארגט פאר עני דעמעדזש וואס דאס וועט גורם זיין פאר די מדינת ישראל בפרט,און פאר כלל ישראל בכל מקומות פזוריהם בכלל ,איז זי דאך בפשיטות לכאורה,ווי א דין מוסר מיט די פולע חומרא ,מען קען
ברענגען א דמיון פון רש״י וואס ברענגט א מאמר פון
די תנא רבי עקיבא ביי משה וואס האט גיזאגט הצאן
ובקר ישחט להם ומצא להם ,וואס זעהט אויס ווי א פקפוק אין די יכולת פון גאט ,און מען זעהט נישט א קריטיק אויף איהם,און ביי שמעו נא המורים ווי ער האט ממעיט גיוועהן אין די כבוד פון די יידן זאגט מען
איהם מוסר ,על אשר מעלתם ,איז די דיפערענץ ווייל
אז אן עבירה ווערט געטהון בסתר דארף מען עס נישט מפרסם זיין ,דא איז דאך די פאסירונג ווי געמיין עס זאל נישט האבען גיוועהן,גיוועהן בסתר האטט עס האט נישט בארעכטיגט א פרסום פאר די רבים,ווי די ערביים און אנדערע יידן פיינט, גייען דאס נוצען לדורות להלהיב שנאה ווי גאנץ כלל ישראל גייט ליידען פון איהר רשעות׳דיגער אקט ,ולמלשינים אל תהי תקוה.
איך האב נישט קיין פראבלעם אז מען באשטראפט זעלנער/פאליציאנטן וואס פירן זיך אויף שלא כחוק.

כ'האלט גראדע אז געוויסע חוקים זענען נישט ריכטיג און מען ברויך נישט שענקען קיינע רעכטן פאר גרופעס וואס נעמען נישט אויף זיך איינצוהאלטן די רעכטן אויף צוריק, אבער אזוי לאנג ווי דאס איז די געזעץ, ברויכן עס די זעלנער איינהאלטן.

איך בין אבער נאכנישט איבערצייגט אז דא איז טאקע געווען עפעס קעגן געזעץ (די ווידעאוי ווייזט מיר צו ווייניג).

איך וועל צולייגן אז איך האב גראדע הנאה אז ס'איז פארגעקומען אן אויספארשונג, ווייל אז ס'איז דא א טענה דארף מען פארשן, ס'זעהט מיר אבער אויס אז די פראסעקיושן איז זיך אומגעגאנגען אביסל צו ווילד.
 
ס'איז מיר אביסל וואונדערליך (עכט נישט), וויאזוי די אלע רעכטע וואס זענען ביזי א גאנצן טאג אקעגן אלע פעיק ניוז ערוצים, וואס זענען גענייגט צו די לינקע.

שעמען זיך נישט צו דערקלערן אז זיי וואטשן נאר (אדער גלייבן נאר) ערוץ 14, וואס איז בהדיא און אפיציעל גאר א שטארקע רעכטע ערוץ, (וואס וועט פארשטייט זיך פארדרייען פאקטן און מציאות'ן, אלעס אבי צו פארענטפערן דעם קעניג), אבער דאס איז נישט פעיק ניוז... :ROFLMAO:
 
שוין ...
השומרים מיט השמיענו האבן שוין א פול סטארי
אמת...צום ערשטן מאל
1001243928.webp
 
די יועמ"שית איז מודיע אז זי פירט אריבער די חקירה צו די פרקליטות, נאך וואס די יועמ"שית משרד המשפטים האט דאס ממליץ געווען אלס חשש פון ניגוד ענינים, ביז ס'ווערט נתברר אויב זי האט געהאט א ידיעה איבער די הדלפה.

שר המשפטים לוין האט אבער שוין באשטימט שופט בדימוס אשר קולה, צו איבערנעמען די חקירה.
בג"ץ גייט מכריע זיין ווער פון די צוויי גייט טאקע באקומען די חקירה.

היועמ"שית: אעביר את ליווי חקירת הפצ"רית לפרקליט המדינה; לוין מתנגד
בג"ץ האט היינט געפסק'נט אז לוין איז בעה"ב צו באשטימען ווער עס גייט פירן די חקירה מיט געוויסע תנאים (אגב, קולה קען נישט ווערן).

האט איינער היינט געהערט א ווארט פון די רעכטע מויל-זאגער אקעגן בג"ץ? נע, היינט איז בג"ץ אויף אונזער זייט.
האט איינער געהערט א ווארט פון די לינקע מויל-זאגער אקעגן בג"ץ, כאטשיג ס'איז נישט אויף אונזער זייט?
 
האט איינער געהערט א ווארט פון די לינקע מויל-זאגער אקעגן בג"ץ, כאטשיג ס'איז נישט אויף אונזער זייט?
אין הארץ איז דא א שיינע פאר מאמרים קעגן בג"ץ. אויך פיד לינקע אויף טוויטער איז פיל מיט "מתקפות" קעגן בג"ץ
 
Back
Top