קאטארגעיט סקאנדאל

אזוי הייסט עס אין די תקשורת בארץ,
ס'הייסט נישט אזוי אין ערגעץ, סך הכל זעה איך אז ערוץ 14 ברענגט בשם א גולש באתר וואס טענה'ט אזוי.
באמת, ברענג מיר עפעס א וואלידע מקור.

דו ווייסט נישט אויב קטאר האט געגעבן געלט?! אוריך האט מודה געווען אז ער האט באקומען געלט פון קאטאר, פלדשטיין האט מודה געווען אז ער האט באקומען געלט פון קאטאר. ס'איז נישטא וואס נישט צו וויסן.
 
ולטעמיך..... ס'פשט מ'ווייסט נישט ווער ס'האט געליעקט די חקירה,?! מיליטער איז מיליטער?!!
אויב די זאגסט אז די חברה האבן מודה געווען נעם איך עס אן, כ'גלייב דיר.
אבער יא מיסט די פוינט.... פרעג מיך נישט אפ מיט פאקטן און כאפ מיך ביטע נישט ביים ווארט, כ'האב גראדע שוין לאנג נישט מיטגעהאלטן די נייעס אין מדינת ישראל, און ש'כח פארן ברענגן סחורה דא!!
קוק אין מיין ערשטע תגובה נאכאמאל, ס'באדערט מיך אז די האסט געברענגט די מעשה מיט רוזנפלד קעגן די ממשלה, בשעת וואס לדעתי איז עס געווען א רשעות'דיגע אימרעכט (נישט די אנקלאגן, נאר די מהלך וויאזוי ס'ציגעגאנגען....) און דאס גופא מאכט מיך טראכטן אז 'קטארגעיט איז אויפגעבלאזן.
זהו.
יעצט ביטע זיי ממשיך צי ברענגען נייעס, (אן קיין לינקע פראפאגאנדע פליז!)
תודה רבה!
 
די סרטון פון שדה תימן האלט מען אינמיטן חוקר זיין די הדלפה, די פראבלעם איז נאר אז די סנוגריה הצבאית וויל נישט אז די פרקליטות הצבאית זאל עס חוקר זיין ווייל זיי האלטן אז זיי זענען אפשר נוגע בענינים, און אויך איז דא א חסיון עיתונאי וכו' וכו'.

יעצט די מעשה פון רוזנפלד האט בעצם נישט קיין שייכות צו קאטערגעיט, איך האב עס נאר צוגעברענגט ווייל ווען די פרשה איז ארויס לאור עולם, איז געווען די זעלבע טאג וואס רוזנפלד אדער פלדשטיין זענען געווארן אנגעקלאגט, פאר די פרשה פון די געליעקטע דאקומענט. און די צוויי פרשיות צוזאמען האבן אויפגעפלאקערט די כעס פונעם המון עם.

איך פארשטיי נישט פונקטליך על מה יצא קצפו פון מע"כ איבער די "רשעות'דיגע אומרעכט - נישט די אנקלאגן, נאר די מהלך וויאזוי ס'ציגעגאנגען". וועלכע חלק באדערט דיר יא, און וועלכע חלק נישט.
 
לעצט רעדאגירט:
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
כ'ווייס נישט אויב האסט מיטגעהאלטן אבער מען האט געהאלטן רוזנפלד פארשפארט אליין, אין א קעידש! און נישט געלאזט זעהן קיינעם, ווייב, קינדער, לויער, פאר אפאר וואכן, און מ'האט איהם אפי' נישט חוקר געוועהן בשעת מעשה... און נאך, כדי איהם צי ציברעכן... (זאכן וואס נאר מתנחלים זענען געוואוינט דורכציגיין אין תפיסה....)
 
יא, ס'טוט טאקע וויי צו הערן וואס א איד (אונזער פלייש און בלוט) האט געדארפט דורכגיין.
און ס'איז טאקע געווען אביסל חריג די גאנצע צוגאנג, אבער די אנדערע מענטשן אין די פרשה, ווי אוריך און פלדשטיין האבן נישט געהאט די חריגות, און זיי זענען נאך אסאך נענטער צום ראה"מ (וואס זיין קאפ זוכט מען דאך כלומפרש'ט), סאו זעהט מיר נישט אויס אז דאס איז די פראבלעם דא.

און בכלל, דיין מסקנה אז אלא מאי די גאנצע קאטארגעיט איז חרטאגעיט, שטימט דאך בכלל נישט. ווייל רוזנפלד האט גארנישט מיט קאטארגעיט, כמו שכתבתי למעלה.
 
יא, ס'טוט טאקע וויי צו הערן וואס א איד (אונזער פלייש און בלוט) האט געדארפט דורכגיין.
און ס'איז טאקע געווען אביסל חריג די גאנצע צוגאנג, אבער די אנדערע מענטשן אין די פרשה, ווי אוריך און פלדשטיין האבן נישט געהאט די חריגות, און זיי זענען נאך אסאך נענטער צום ראה"מ (וואס זיין קאפ זוכט מען דאך כלומפרש'ט), סאו זעהט מיר נישט אויס אז דאס איז די פראבלעם דא.

און בכלל, דיין מסקנה אז אלא מאי די גאנצע קאטארגעיט איז חרטאגעיט, שטימט דאך בכלל נישט. ווייל רוזנפלד האט גארנישט מיט קאטארגעיט, כמו שכתבתי למעלה.
100%.
ס'איז מער א געפיל וואס מאכט מיר נוטה זיין אוועק פון די לינקע 'אויפשוידערונגען' און מער געבויגן צי די קאנספיראציע פון א לינקע דיפ-סטעיט... זהו.
(כ'בין ווי געשריבן נישט אויף די נייעס די תקופה, אבער אסאך מאל שרייט עס פון אלע זייטן.... יעצט וועל איך טאקע האבן ווי עס אויסצושמועסן לכש....)
 
היינט מעג שוין אוריך ארבעטן פאר קאטאר, און די רעכטע זעהן נישט קיין פראבלעם אין דעם:
View: https://x.com/kann_news/status/1957451695765475661

אין אנדערע נייעס:
איז היינט נתפרסם געווארן, אז די ציוץ פון הנגבי לטובת קטאר, גלייך ביים אויסברוך פון די מלחמה, וואס האט שוין געצויגן אויגן ברעמען ביז יעצט, איז ארויס 20 מינוט נאך א מיטינג צווישן הנגבי ביבי און אוריך:
View: https://x.com/BiniAshcknasy/status/1958116886266224714
 
לעצט רעדאגירט:
היינט מעג שוין אוריך ארבעטן פאר קאטאר, און די רעכטע זעהן נישט קיין פראבלעם אין דעם
GyqNiUyWwAMDgDO.webp

קרעדיט אבישי גרינצווייג.
 
Back
Top