WOW פחד'יגע ווערטער!!! א שרעקעדיגע מציאות!!!!!
אבל מה?!
ער איז 100% גערעכט אונז פארלירן די וועלטס שטיצע, די אוניווערסיטעטן אין אמעריקא....
אבער איז ער דען נישט א חלק פון די פראבלעהם? פון די 'קונספציה'?
ווער פארשווארצט די פנים פון 'מדינת ישראל' אין די וועלט?!
אנשטאט זיך פאראייניגן מיט א פעסטקייט אין שטיצע פון אונזער לאנד זענען זיי פארנימען אריינפיטערן אין מויל פאר די אנטיסעמיטן שטאף אנקעגן אונז!!!!
אנשטאט שטיין צי די זייט פון דיין מדינה אין צייט פון קריזיס העלפן זיי צי צו אראפרייסן וואס אימער 'ישראל' טוט....
כ'פארשטיי אז די האסט פיינט ביבי, אבער פארוואס וואש'סטו דיין שמוץ וועש אויפן גאס??? פארוואס דארף הענגן א ריזיגע שילד מיט די פנים פון ביבי אויף די UN מיט די ווערטער 'קריים-מיניסטער'??? דאס מאכט אונז בעסער אויפן גאס, ווען אונזער מערסט באררעכטיגסטע מלחמה אין היסטאריע ווערט אראפגעריסן דארך אונזער בירגער אליין??? ווען אונז שרייען פרא-פאלאסטינער סיסמאות בראש כל חוצות תל אביב????
וויאזוי זאל די וועלט שטיין אויף אונזער זייט ווען אונז אליין שטייען נישט אויף אונזער זייט???
פארוואס דארף איך הערן פון א געבראטענע אנטיסעמיט א טענה שאין עליה תשובה "פארוואס בין איך אן 'אנטיסעמיט' בשעת איך זאג פשוט נאך פון די 'הארץ' צייטונג?" אוי לאזנים שכך שומעות....

, ואופרופו 'הארץ' צייגט א שטודיע אז רוב קריאות און טענות נגד ישראל מקורן בעיתון הארץ!!!! מהרסייך ומחריבייך ממייך יצאו!!!!! פארוואס דארף איך זען א צעטל אויף אן אראבישע געשעפט אין קליוולאנד 'דאס איז די איינציגסטע גוטע צייטונג' מיט א בילד פון עיתון הארץ!!!!
פארוואס ארבעטן לינקע אקטיוויסטן אז אנדערע לענדער זאלן לייגן אן 'אמברגו' נישט צי שיקן נשק קיין ארץ ישראל??!!
פארוואס דארפסטו פאמפען פרא-חאמאס פראפאגאנדע (ישראל הורג ילדים כתחביב, ישראל איז דער וואס האלט צוריק א דיל, וכו') אזאנס וואס קאטאר קען זיך פארשטעקן פאר אונז, ליידער....
פארוואס פארשטייסטו נישט, דאס וואס די מענטשען פון די קיבוץ אינעם עוטף האבן נישט פארשטאנען אז ביום פקודה גייט דיר די אראבער רח"ל שעכטן און פארברענען אפגעזעהן וויפיל די האסט פראפאגאנדירט פאר מכלומרש'ט 'שלום' מיט זיי (עפעס וואס זיי אליין ווילן בכלל נישט....)
פארוואס נעמסטו די צרה פון 'קטאר' ווייטער אנקעגן דיינע ברידער, אנשטאט טוהן למעשה.....
געב א קוק ווי בשעת'ן וויינען איז ער ווייטער פארנימען ארויפווארפן די שולד אויף 'ביבי'....
תחשבו עלינו. ביבי ״השישי בעולם״ השכיל להביא להקמת ״ישראל היום״ וערוץ 14 למען מי? למען הציונות? למען מעמדה של ישראל בעולם? חלילה. הכל נועד לשרת אותו באופן אישי ולהכשיר לנו כל מעשה שלו למען הישרדותו השלטונית. התקשורת שהוא דאג לה לא נועדה ללגיטימציה בינלאומית, ולא חלילה לטובת ישראל, הכל שרת את הספינים המביכים שלו סביב כל הפרשות הרקובות בהן הוא נחשד. כמה חבל שמרים אדלסון הבינה את זה באיחור של עשור.
אפי' מואב און מדין האבן געוויסט זיך צי פאראייניגן ווען מ'איז געקומען קעגן זיי, נאר אונז אידן קענען נישט.... וכבר היה לעולמים, ווען אונז האבן זיך געשלאגן קעגן די נאציס און ווארשא געטא, איז געווען צוויי גרופעס 'אי"ל' און 'אצ"י' וואס האבן זיך פאר קיין געלט נישט געוואלט פאראייניגן (
ויש אומרים זיי האבן זיך מער פיינט געהאט איינער דעם צווייטן) און קוק וואס איז געווארן......
#עם קשי עורף