פרשת הפצרי"ת - הדלפת הסרטון שדה תימן

כספי

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 8, 2024
מעסעדזשעס
1,288
רעאקציע ראטע
5,385
פונקטן
943
גערוקט פון דא און דא


די סרטון פון שדה תימן האלט מען אינמיטן חוקר זיין די הדלפה, די פראבלעם איז נאר אז די סנוגריה הצבאית וויל נישט אז די פרקליטות הצבאית זאל עס חוקר זיין ווייל זיי האלטן אז זיי זענען אפשר נוגע בענינים, און אויך איז דא א חסיון עיתונאי וכו' וכו'.
די יועמשי"ת האט היינט געפנט א חקירה איבער די הדלפה, די פצרי"ת האט גענומען וואקאציע ביז נאכן חקירה.
 
די יועמשי"ת האט היינט געפנט א חקירה איבער די הדלפה, די פצרי"ת האט גענומען וואקאציע ביז נאכן חקירה.
פאר די רעכטע איז עס מילא נישט נוגע, זיי ווייסן שוין מילא אז די פצרי"ת האט עס געליעקט, און אויב די חקירה גייט אויפווייזן אז נישט, איז עס פארשטייט זיך א קאווער-אפ.
נאר די לינקע זענען טאקע נייגעריג צו די פצרי"ת האט עס געטון אדער נישט.
 
און פאקט האט די פצרי"ת וועלכע פארפיגט אויף די פרשה אנגעגעבן אז די ליעק קען ברענגען שאדן פאר צה"ל, בשעת זי האט ארויסגעליעקט די גאנצע שמיץ פון 'פרשת שדה תימן' וואס האט באשמיצט צה"ל אין די גאנצע וועלט!!!!
ווערטער זענען איבריג....
דיפסטעיט.....
וואס זאגסטו @כספי??
 
די פצרי"ת איז אונטער ארעסט!
(אפשר איז כדי צי אריבערריקן צי שנירל נייעס פון מדינת ישראל)
 
רבותי גוגעלט'ס אביסל די פרשה מיט די פצ"רית און זאגט מיר אויב דיפסטעיט איז א קאנספיראציע.

אפשר וועל איך עס באשרייבן שפעטער אז כ'וועל זיין אין די מוט אדער עס לאזן פאר @כספי
 
רבותי גוגעלט'ס אביסל די פרשה מיט די פצ"רית און זאגט מיר אויב דיפסטעיט איז א קאנספיראציע.

אפשר וועל איך עס באשרייבן שפעטער אז כ'וועל זיין אין די מוט אדער עס לאזן פאר @כספי
די מעשה פון היינט הערט זיך ממש ווי נאוועל....
מאדנע ביז גאר... פון עפעס האט זי זייער מורא....
זי מיט די יועמשי"ת צוויי אינטערוועלטניקעס, שקרניות.... זארגן פאר מחבלי נוחבה אנשטאט פאר אונזער חיילים.... גיי פארשטיי...

אבער @כספי גייט ווייטער מיט זיינס אז די רעכטע פארפירן סתם קעגן די לינקע.....
 
פארשטיי וואס דא גייט פאר, די פצ"רית רעדט זיך דורך מיט אכט הויעכראנגיקע קצינים פון פרקליטות צבאית און ליעקט ארויס א מאניפולירטע ווידעא פון די חומרי חקירה כדי צו פארשטילן די קריטיק פון די ציבור אויף די פרקליטות.

ווען עס וועקט זיך אויף שאלות איבער די ליעק נעמט זי אויף אירע סגן, וואס ווייסט גוט וואס איז פארגעגאנגען, צו בודק די ליעק ה און יענער איז קובע אז עס איז נישט מעגליך צו געפינען די מקור.

די פצ"רית זאגט ליגענט פאר בג"ץ פאר די רמטכ"ל פאר שר הביטחון און פירט אן א יאר לאנגע קאמפיין צו פארדעקן וואס זי האט געטון. די אלע קצינים שווייגן, די מידיע אדער שווייגט אדער פראבירט צו פארשטילן די וואס האבן שאלות. ווען מען ווערט געוואור און ס'הייבט אן סרוחנ'ן זעצט מען איר נישט איין נאר די יועמ"שית לאזט איר זיך דרייען פריי און נעכטן פעיקט זי א "סועסייד" כדי צו פארהוילן אירע טעלעפאן.

די סעלעקטיווע ליעקס קעגן פריוואטע בירגערס, די אטאמאטישע קאלקעטיווע רעקרוטינג פון די קליקע זיך צו פארטיידיגן און דורכפירן געמיינזאמע פאברעכנס בשם דאס פארטיידיגן פון די "שלטון החוק" די מאניפולאציעס און שקרים דאס איז אלטע נייעס אבער פאר סאם ריזן איז דיפסטעיט א קאנסיפראציע און אונז מוזן זיך אלע בייגן מיט כבוד פארן שלטון החוק (ביז ווען די שלטון החוק איז שוין נישט אונזערס...ע"ע סולברג) גיוו מי א ברעיק פליזזז
 
וואס ס'איז אינטערעסאנט, אז די לינקע זענען ביז אז מ'טאר זיך נישט אזוי באגיין מיט מענטשן ווייל זיי קענען זיך נעמען דאס לעבן...

פלוצלינג דארף מען אבאך געבן וויאזוי מ'רעדט אויף אנדערע...

נאר אויף רעכטע מעג מען פארפירן, אנקלאגן, איינשפארן א.א.וו.
אויף לינקע טאר מען נישט, ווייל...
 
יאפ ענדליך.... נאכ'ן פייניגן נאכאנאנד די אלע רעכטע פאליטיקאנטן מיט שקרים וכזבים, קומט ארויס די ביטערע בילד פון די לינקע,
זיי האבן פראבירט אלע מיטלען אומציווארפן די רעגירונג, קאטארגייט; בוקס בעני; וכו' וכו', און קיינער נעמט זיך נישט דאס לעבן,
פלוצלונג מען דעקט אויף שווערע קארופציע אין די לינקע לאגער,
און שוין, מען ווארפט אריין טעלעפאנען אין וואסער, פראבירט זיך צו נעמען דאס לעבן , מטורופים!!

נאכאמאל, דאס איז אונזער "שטודירטע; אויפגעקלערטע; געלונגענע לינקע"....

איך העל בלייבן פאנאטיש און צוריקגעשטאנען, אבער נישט קארופטירט.
 
אינטערעסאנטע געשעענישן
 
יא, איך מוז מודה זיין די פצרי"ת און די יועהמשי"ת האט געטון א מאסיוון מיסטעיק, און מ'דארף זיי אויספארשן און שטרענג באצאלן פאר זייערע מעשים.
די הדלפה אליין איז א שוין א שטיקל עוולה, אבער די עיקר עוולה איז די קאווער-אפ נאכדעם און די ליגנט'ס.

אגב, פון דא זעט מען די שטארקייט פון די שלטון החוק, וואס קומט צום סוף אן צו יעדן איינעם, אפילו צו זייער אייגענע חברה.
ועוד, פון דא זעט מען די שטארקייט פון די לינקע לאגער, וואס בארעכטיגט נישט קיין שום עוולות, אפילו פון זייער אייגענע חברה.
ודוק ותשכח.
 
האבנדיג דאס געזאגט, וויל איך פארעכטן אפאר טעותים וואס דער עולם האט געשריבן, פשוט צו שטעלן די פאקטן גראד

קודם כל, דער מחבל איז נישט קיין מחבל נוחבה (נישט אז ס'מאכט א גרויסע חילוק, א מחבל נוחבה טאר מען אויך נישט טון וואס זיי האבן געטון).
צווייטנס, לפי וויל איך פארשטיי האט די יועמשי"ת נישט געוואוסט אז די פצרי"ת האט עס געליעקט, די טענה אויף איר איז נאר, אז אלס פריינדין פון די פצרי"ת האט זי מקיל געווען ביי די חקירה, און אויך יעצט פארן נישט לייגן אין תפיסה זייט פרייטאג ווען זי האט מודה געווען.
דריטנס, די סגן פצרי"ת איז נישט געווען איינע פון די קצינים וואס די פצרי"ת האט זיך דורכגעשמועס'ט, ער האט טאקע נישט געוואוסט אז די פצרי"ת האט עס געלאזט ליעקן.
 
ועוד, פון דא זעט מען די שטארקייט פון די לינקע לאגער, וואס בארעכטיגט נישט קיין שום עוולות, אפילו פון זייער אייגענע חברה.
ודוק ותשכח.
קאם אן! מ'דארף זיי אויך זאגן ש'כח אז זיי האבן איר איינגעזעצט???

אנדערע און איר שיך האט מען איינגעזעצט אויפן פלאץ, פארשמירט אין די גאנצע לאנד, און אויסגערודפט ביזן דם התמצית, די יועמשי"ת וואס האט געזיכט ביזן 10 דורות ארויף פון זיני איהם צי פסל'ן פאר ראש השבכ האט פלוצלינג נישט געזען פאר וויכטיג צי חוקר זיין גרינטליך.... און איר איינזעצן שוין נאך וואס זי האט זיך מודה געווען!!!!
וואס מיינט דאס אויב נישט בארעכטיגט???
און מ'טאר נישט נעמן קיין בילדער פון איר אין בית משפט ' ווייל זי האט אן אומשולדיגע משפחה' און וואס איז מיט נתניהו, אוריך, רוזנפלד.... זיי האבן נישט קיין משפחה???
#פרזיטים
#קאראפטירט
#שלטון החוק בתפארתה

(ס'קוקט אויס פון דיינע ווערטער ווי כאילו די רעכטע מיט זייער רפורמה וואלט נישט געווען קיין מערכת החוק....🤔)
 
נישט אז ס'מאכט א גרויסע חילוק, א מחבל נוחבה טאר מען אויך נישט טון וואס זיי האבן געטון).
קודם כל ווייסטו אז זיי האבן געטון??? עס איז נאך אינמיטן די חקירה, און די וידיאו איז לכאורה פאלש און צאמגעשטעלט

צווייטנס: איז דא עפעס און די וועלט וואס מ'טאר נישט טון פאר 'מחבלי נוחבה'?? רוצחים ומאנסים, נאציס, חיות בדמות אנשים!!!!!

זיי האבן נישט קיין זכות צי לעבן בכלל!!!

גייט די יועמשי"ת זיכער מאכן אז זיי זענען געניג ווארעם פאר די ווינטער, און זיי האבן פענעס צי שרייבן!!!!!!????
🤯🤯🤯🤯🤯🥵🥵🥵🥵

גייט די יועמשי"ת אנריפן א מחבל פון עזה!!! פרעגן ווי אזוי מ'האט אים באהאנדלט אין תפיסה??? ווי כאילו עס איז א האטעל דא!!!!!

וועסטו מיינען אז זי האט פשוט רחמנות אויף יעדעם, אפי' די ערגסטע מענטש???

געב א קוק וואס מ'האט געטון צי רוזנפלד, אויסגעפייניגט מיט די ערגסטע מיטלען אויסגעהונגערט אין א לאך, נישט געלאזט זעהן קיין עו"ד, נישט געלאזט זעהן זיין משפחה, געהאלטן אין גלאזענע קעידש, און וואס נישט!!!!
עס איז נישט קיין אידילאגיע עס איז היפאקראציע!!!!

#מוסר כפול
היפעקריטען!!!!!
#כל המרחם על האכזריים סופו להתאכזר על הרחמנים!!!!
 
@שומו שמייעם איך דארף דיר דערמאנען וויאזוי ס'זעט אויס ווען מ'באשולדיגט א רעכטער? וואס די גאנצע רעכטע לאגער ווייסט גלייך אז ס'איז תפירת תיקים און א קאנספיראציע פון די דיפ סטעיט?

די יועמשי"ת האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט זיני, אדרבה זי האט געשטיצט זיין קאנדידאטור. זי האט געהאט א פראבלעם וועגן קאטארגעיט, איינמאל מ'איז געקומען צו א הסכם איבער דעם, האט זי געשטיצט זיני'ס נאמיני.

עס איז נישט אינמיטן די חקירה איבער שדה תימן, עס איז אינמיטן די משפט. אבער ביזסט גערעכט, כך צ"ל: צו א מחבל נוחבה טאר מען אויך נישט טון וואס זיי האבן לכאורה געטון
און ניין, אויך א מחבל נוחבה האט מענטשליכע רעכטן, און געזעצן זענען אויך חל אויף אים. אז דו האלסט אז ער האט נישט קיין רעכט צו לעבן, פיר אדורך א געזעץ פון מות למחבלים (וואס איז אגב היינט אדורך בקריאה ראשונה), אבער פאר ס'איז דא א געזעץ קען מען נישט הרג'ענען קיין מענטשן, ווייל ער איז א טעראריסט, און א ודאי נישט פייניגן און שטעכן לשם פייניגן.


די יועמשי"ת האט פארשטייט זיך קיינמאל נישט גערופן קיין מחבל אין עזה, דאס איז שוין א קאנספיראציע על קאנספיראציע. סך הכל רעדט מען פון מצ"ח וואס האט גערופן עצורים משוחררים פון שדה תימן (נישט דוקא מחבלים ממש), זיך נאכפרעגן איבער די תנאי הכליאה אין שדה תימן, נאך וואס מ'האט מורא געהאט אז די קאורט אין האג וועט ארויסלייגן באשולדינגען אקעגן שדה תימן:
לא, מצ"ח לא התקשרה ל"מחבלי נוחבה רוצחים ואנסים" בעזה | הטענות והעובדות

בכלל זעט אויס אז דו ווייסט נישט וואס איז די תפקיד פון די פרקליטות צבאית, איינע פון די תפקידים פון די פצ"ר איז זיכער צו מאכן אז חיילי צה"ל זענען נישט עובר אויף די אינטערנאציאנאלע געזעצן, אויב וואלט מען נישט חוקר געווען אזעלכע עוולות, וואלט צה"ל געהאט נאך א שווארצערע פנים איבער די וועלט, און איך רעד שוין נישט פון פשוט'ע מענטשליכקייט, אויב איז דא עוולות דארף מען דאס חוקר זיין און פיקסן.

פארשטייט זיך אז אלעס וואס מ'האט געטון צו רוזנפלד איז בגדר די געזעץ, און ס'קומט נישט אריין אין די שמועס.
 
בכלל זעט אויס אז דו ווייסט נישט וואס איז די תפקיד פון די פרקליטות צבאית, איינע פון די תפקידים פון די פצ"ר איז זיכער צו מאכן אז חיילי צה"ל זענען נישט עובר אויף די אינטערנאציאנאלע געזעצן, אויב וואלט מען נישט חוקר געווען אזעלכע עוולות, וואלט צה"ל געהאט נאך א שווארצערע פנים איבער די וועלט, און איך רעד שוין נישט פון פשוט'ע מענטשליכקייט, אויב איז דא עוולות דארף מען דאס חוקר זיין און פיקסן.
צו בארעכטיגן די פצ"רית אויף איר ארבעט, פאר'ן זיכער מאכן אז די חיילים האלטן איין אינטערנאציאנאלע געזעצן אין עזה דאס איז שקר, ווייל זי האט דאך ארויסגעלייגט די ווידיאו פון שדה תימן,
סא דאס איז נישט געווען איר מטרה, ס'גייט איר אן א פייג די געזעץ, נאר איר לינקע אגענדעס,
נו פאר דעם זאל מען איר ברענגען צו גערעכטיקייט.
 
די יועמשי"ת האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט זיני, אדרבה זי האט געשטיצט זיין קאנדידאטור. זי האט געהאט א פראבלעם וועגן קאטארגעיט, איינמאל מ'איז געקומען צו א הסכם איבער דעם, האט זי געשטיצט זיני'ס נאמיני.
אינטערנעט צו שפעקולירן, אז אינטער די גאר רעכטע ראש השב"כ דוד זיני האט מען אנדעקט די פארפוילטע קארופציע, סא ס'איז שטארק בולט למפרע פארוואס די לינקע האבן זיך פרובירט צו שלאגן ביזן טויט אז ער זאל נישט באקומען די פאזיציע,
נו יעצט העט מען זיי ווייזן וואס מיינט געזעץ.

נישט בחינם ציטערט די יומעשי"ת אין די הויזן יעצט, זי האט פארוואס, געארבעט האנט ביי האנט צו פארווישן די קרימינאלע אקטיוויטעטן פון די פצ"רית!! חצפנית!!!

"זה לא דמוקרטיה, זה דיקטטורה "
 
פרטים מהחקירה של הפצרי''ת:
הזוי: הפצ''רית בתשאול הראשוני: ''אולי הטלפון נפל לי בים, אני לא זוכרת''.
המשטרה: לאן נעלמת ל-3 שעות? מדינה שלמה מחפשת אחרייך, המשפחה שלך בוכה מדאגה.
הפצ"רית: אני מבולבלת, אני לא יודעת מה קורה איתי.
המשטרה: איך התקשרת לבעלך?
הפצ"רית: מישהו שנתקלתי בו בסביבה נתן לי את הטלפון שלו.
המשטרה: מי?
הפצ"רית: לא יודעת, מישהו - אני כבר לא זוכרת.
המשטרה: איפה הטלפון שלך?
הפצ"רית: אין לי מושג, אולי נפל לי בים - אני באמת לא זוכרת.
המשטרה: זרקת אותו לים?
הפצ"רית: לא זוכרת.
 
בכלל זעט אויס אז דו ווייסט נישט וואס איז די תפקיד פון די פרקליטות צבאית, איינע פון די תפקידים פון די פצ"ר איז זיכער צו מאכן אז חיילי צה"ל זענען נישט עובר אויף די אינטערנאציאנאלע געזעצן, אויב וואלט מען נישט חוקר געווען אזעלכע עוולות, וואלט צה"ל געהאט נאך א שווארצערע פנים איבער די וועלט
טאקי הא גופא קשיא די פצרי"ת איז דאך דא צי ווייזן א שיינע פנים פון צה"ל פאר די וועלט, און דא איז זי געגאנגען פארשווארצן צה''ל אין די גאנצע וועלט אויף א פארנעם וואס איז נאכנישט געווען אין היסטאריע!!!!

דאס איז די טעות פון די לינקע, ווי מער זיי טרייען זיך צי אהערשטעלן צי די וועלט ברענגט עס נאר שלעכטס,
ווען זיי וואשען די שמוץ וועש אינדרויסן ווייל זיי ווילן ווייזן אז ס'איז דא סדר אין לאנד גיסן זיי נאר צי אויל צי די פייער
ככה זה
 
Back
Top