איך ליין דא דורך דעם שנירל אין איך ציפ מיך די באקן! איך פראביר צו איבערגיין די פרשה גלייבענדיג אז כ'האב זיכער עפעס פארזעהן, אבער איך זעה אז ניין! גארנישט ניי!
איז לאמיר אייך זאגן וויאזוי איך פארשטיי די פאקטן פון די פרשה ויראה הקהל וישפוט ווער איז משוגע דא.
איז געווען א שרעקליכע פאל אין מדינת ישראל ווי הויכראנקיגע מיליטער אפיצירן האבן דורכגעפירט הימל שרייענדע עוולות קעגן א פאלעסטינער טעראריסט (אויף א פארנעם וואס פארשעמט נישט אונזער חאמאס קוזינען, ליידער). איז געקומען די מיליטערישע אטוירני זשענעראל, און איז געווארן אזוי אויפגעשוידערט פון אזא מעשה פשע אז זי האט גענומען די דראסטישע - אומקונווענציאלע שריט, און ארויסגעליקט די ווידיא לאור העולם.
פארשטייט יעדער אליינס, אז ווי נאר די ווידעא איז געווארן פארשפרייט האט זיך די מדינה איבערגעדרייט!
מ'שטיינס, נבלה עשה (ב)ישראל!
אזא מעשה פשע!
דורכגעפירט דורך טאקע אונזערע סאלדאטן!
נאך מיט די מונדירן!
אקעי, משוגע בין איך נישט. אין איך האב מיך גערישט אז עס גייען זיין א קומץ בקצה המחנה, די בני הוה 'גביר' לאחיך, וואס גלייבן אין אויספירן אט דעם פסוק מיטן פירוש רש''י. די וואס פארשטייען נעבעך נישט די פשוטע יסודות פון מענטשליכקייט און זענען אביסל אונטערשטעליג פון די וועלט ווען ס'קומט צו מידות. אט די חברה, האב איך פארשטאנען, וועלן פארזעהן די גאנצע מוסר השכל פון די פרשה אין וועלן אנטשטאט זיך בייזערן אויפן מיליטער פאר'ן זיין אויפריכטיג און מודה זיין אין די אומרעכטן וואס זענען באגאנגען געווארן אין זייערע ראנקן.
דא אקא, לדאבונינו איז דאס געווען די רעאקציע פון ס'רוב מדינה!
אומגלייבבאר אבער א פאקט!
אנטשטאט די עולם זאל שוימען היתכן אפיצירן וואס דארפן צו רעפרעזענטירן די מדינה זאלן זיך קענען אויפפירן אזוי נידריג און געמיין, רעגט מען זיך אויפן אטוירני דזשענעראל! משטיינס ווי שעמט זי זיך נישט אזוי צו פארשעמן די מדינה רבים?
ר' איד/ציוני, אפשר דירעקטירט איר אייער כעס און אויפברויז קעגן דער אפיצירן וואס זענען באגאנגען אזוינע עוולות?
און אז חילול המדינה ברענט אייך אזוי, אפשר טאקע דער אפיצירן וואס זענען באגאנגען די אומרעכטן זענען די וואס האבן פארשוועכט די כבוד המדינה?
אפילו אז איר גלייבט אז טעראריסטן קומט זיך טויט-שטראף (עפעס וואס איך קען פארשטיין), מוז נאכאלטס הערשן געזעץ און ארדענונג אין לאנד. אייכמאן איז נישט געווען קיין גרעסערע צדיק פון דער טעראריסט, און ער איז נאכאלץ אריבער די נארמאלע יוסטיץ סיסטעם. כך היא דרכה של ציוויליזירטע לענדער. צוויי יאר מלחמה טוישט נישט דער פאקט.
אין איך זיך דא דער איין באזעסענע יחיד, וואס נאך די גאנצע ראדיקאלעזאציע פון די פארגאנגענע צוויי יאר קען נאך טראכטן גראד, און ליידער טרעף איך איהם נישט.
אוי מה היה לנו.

לעצט רעדאגירט: