די רירסט אן א ריכטיגע נקודה. דהיינו עס איז מעגליך אז עס זענען דא מענטשן וואס בעצם זענען זיי גאר קעגן פייניגן טעראריסטן, נאר זיי האלטן אז ארויסרינען אזא ווידעא צום פובליק איז נאכאלץ פראבלעמאטיש.
איך פערזענליך האלט אז דאס איז זייער א קרומע וועג פון טראכטן. ס'איז אביסל אזוי ווי דער געדאנק-גאנג פון דער 'עסקנים' (וואס יעדער איז אזוי צופרידן זיי צו אינטעררייסן דא אויף קרעמל...) וואס באשוצן רעיפיסטס אין דער קהילה. דהיינו, פערזענליך האלטן זיי אלע אז רעיפ איז א שרעקליכע עוולה, נארוואס דען? מ'קען נישט לופטערן אונזערע שמוציגע וועש אין רשות הרבים! מ'דארף באשוצן אונזער אנזעהן פאר די אלגעמיינע גאס!
לדעתי איז דאס קרום פאר צוויי סיבות.
קודם כל, ס'איז נישט עטיש. איינע פון די פליכטן וואס ליגט אויף אן אחריות'דיגער יחיד/משפחה/ארגעניזאציע/קהילה/פאלק/מדינה איז צו זיין אמת'דיג און אפן מיט'ן וועלט איבער אירע שוואכקייטן. איי די בושות? היא הנותנת! די בושות איז די סיבה פארוואס עס איז וויכטיג צו זיין אמת'דיג! אזוי וועט איר זיכער מאכן נישט צו האבן נאך אזעלכע דורכפעלער.
צווייטענס, פארדעקן ארבעט פשוט נישט! סוף גנב לתליה, און ווען די וועלט געפונט אויס איז עס אסאך ערגער. וויבאלד רוב מענטשן נעמען אן (בארעכטיגטערהייט) אז דא איז נישט געשען אן אויסנאם נאר דאס איז די סטאטוס קווא פון דער אינסטיטוציע. והא ראיה, זעסט דאך זיי האבן פרובירט דאס צו פארדעקן!
אבער דאס אלץ איז א זייטיגע נקודה. ווייל אזוי ווי כ'האב שוין ערווענט אויבן, מיין אבזערוואציע איז אז דער מענטשן וואס זענען אזוי קעגן די ארויסרינונג פון דער ווידעא זענען אויך אט די מענטשן וואס שרייען אז עס בכלל פאלש! וואס פשט? א צופאל? מעגליך. אסאך מער מסתבר כדפירשנו לעיל.