פרשת סוטה - פון אַ פעמעניסטישע בליק

שמעון

פרישער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 17, 2024
מעסעדזשעס
9
רעאקציע ראטע
93
פונקטן
23
ווי עס איז איינגעפירט ביי מיר אינדערהיים, מיין ווייב שתחי' מאכט אויך קידוש און זאגט אַ דבר תורה.

די וואך, האט זיך גערעדט וועגן פרשת סוטה, און עס איז מיר זייער נייגעריג געווען ווי אזוי מ'קען נעמען די (לכאורה) מערסט מאסאדזשעניסטע פרשה און אנקוקן פון אן ערליכע פעמעניסטישע בליק.

זאגט זי אזוי: בעצם די מטרה פון סוטה איז צו בארוהיגן אבסעסיווע מענער וואס קענען נישט טראסטן זייערע ווייבער, די תורה האט געגעבן אַ פתח הצלה פאר די פרויען אז זיי זאלן זיך קענען רייניגן, ביים טרונקען די וואסער און בלייבן ביים לעבן.

ווייל בעצם - חס ושלום - דער באשעפער וואס איז אַ רחום וחנון וואלט זיכער נישט געוואלט אזעלכע אכזריות'דיגע עונשים פאר אַ מענטש. אלס איז נאר כדי דער מאן זאל קענען בארוהיגן זיינע אבסעסיווע חשדות.

נאכן הערן דאס, האב איך געטראכט אז מ'קען ברענגען אַ ראיה פון דעם מהלך פון גמרא (סוטה כו, א):
ונקתה ונזרעה [זרע] שאם היתה עקרה נפקדת דברי ר' עקיבא אמר לו ר' ישמעאל אם כן יסתרו כל העקרות ויפקדו וזו הואיל ולא נסתרה הפסידה אם כן מה תלמוד לומר ונקתה ונזרעה זרע חשאם היתה יולדת בצער יולדת בריוח נקבות יולדת זכרים קצרים יולדת ארוכים שחורים יולדת לבנים

די גמרא זאגט אז זי גייט געבוירן אנדערע קינדער וואס זי פלעגט געבוירן פאר די מעשה ההשקאה.

לכאורה, ווי אזוי ווערט עס פון שווארצע קורצע קינדער צו ווייסע, לאנגע קינדער?

נאר פשט איז - צוליב דעם וואס ביז יעצט האט זי געהאט קינדער מיט דעם אנדערן, און פון יעצט און ווייטער וועט זי האבן קינדער מיט איהר מאן, און כדי עס זאל נישט מעורר זיין אַ חשד ווערט עס גערעכנט אלס אַ נס. והכל על מקומו מבוא בשלום.


נ. ב. מײן ווייב איז נאכאלס נישט געווען צופרידן מיט דעם פשט, ווייל עס איז שווער צו פארשטיין פארוואס די תורה קעיטערד צו אבסעסיווע מענער.
 
הערליך. (נישט די פשט דווקא, נאר דאס אז דו שמועסט די זאכן מיט דיין ווייב, און דאס אז זי מאכט אליין קידוש.) 😉

אבער פארוואס דארף עס האבן א פשט וואס שטימט מיט היינטיגע טעג? איז נישט גרינגער פרובירן צו פארשטיין די מאטיוון פון דעם מצוה פאר יענע טעג און וואס מ'קען זיך יא ארויסלערנען פאר היינט?

קיינער לייקענט נישט אז די תורה איז געשריבן אין א צייט וואס א פרוי איז געווען נכס פונעם מאן.

למשל, לויט געוויסע חוקרים האט עס געדינט פאר אזא פרימיטיווע "who's the father" (און סרעדט זיך דווקא ביי א טראגעדיגע פרוי.)

שפעטער האט שוין נישט געמאכט קיין סענס צו קומען דירעקט צו א כהן מיט אזא זאך, האט מען אריינגעמישט די סנהדרין, ווי די משנה זאגט אין סוטה.

כֵּיצַד עוֹשֶׂה לָהּ, מוֹלִיכָהּ לְבֵית דִּין שֶׁבְּאוֹתוֹ מָקוֹם, וּמוֹסְרִין לוֹ שְׁנֵי תַלְמִידֵי חֲכָמִים, שֶׁמָּא יָבֹא עָלֶיהָ בַּדֶּרֶךְ. רַבִּי יְהוּדָה אוֹמֵר, בַּעְלָהּ נֶאֱמָן עָלֶיהָ:
הָיוּ מַעֲלִין אוֹתָהּ לְבֵית דִּין הַגָּדוֹל שֶׁבִּירוּשָׁלַיִם, וּמְאַיְּמִין עָלֶיהָ כְדֶרֶךְ שֶׁמְּאַיְּמִין עַל עֵדֵי נְפָשׁוֹת...

די כהן איז געווען די פשוטע ארבעטער ביים לעצטן סטאנציע...

נאך שפעטער האט שוין די גאנצע מצווה געפילט היבש פרעמד און מן הסתם שוין נישט געווען נוגע (זיכער נישט נאכן חורבן), טרעפן מיר ווי די חכמים האבן עס טאקע באזייטיגט פונקט ווי עגלה ערופה.

מִשֶּׁרַבּוּ הָרַצְחָנִים, בָּטְלָה עֶגְלָה עֲרוּפָה, מִשֶּׁבָּא אֶלִיעֶזֶר בֶּן דִּינַאי, וּתְחִינָה בֶּן פְּרִישָׁה הָיָה נִקְרָא, חָזְרוּ לִקְרוֹתוֹ בֶּן הָרַצְחָן. מִשֶּׁרַבּוּ הַמְנָאֲפִים, פָּסְקוּ הַמַּיִם הַמָּרִים, וְרַבָּן יוֹחָנָן בֶּן זַכַּאי הִפְסִיקָן, שֶׁנֶּאֱמַר (הושע ד) לֹא אֶפְקוֹד עַל בְּנוֹתֵיכֶם כִּי תִזְנֶינָה וְעַל כַּלּוֹתֵיכֶם כִּי תְנָאַפְנָה כִּי הֵם וְגוֹ'.
(משנה סוטה ט,ט)

א גוטע וואך
 
Back
Top