"פארוואס ביזטו אזוי סענסעטיוו?"

אנטוישטער יונגערמאן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 31, 2024
מעסעדזשעס
1,120
רעאקציע ראטע
5,264
פונקטן
943
איך האב א חבר וואס פארשטייט מיר אויפ'ן וואונק. לאו דוקא ווייל ער איז קלוגער אדער טיפער פון מיינע אנדערע חברים, נאר ס'איז א זעקסטע חוש פון אויפכאפן וויאזוי יענער פילט אָן דעם וואס יענער זאל עס דארפן מסביר זיין מיט ווערטער.

אויף ענגליש רופט זיך עס אן Empath.
א טיף-מיטפילנדער מענטש וואס האט מן הסתם געהאט רדיפות אלס קינד פארוואס "ער וויינט פאר יעדע נארישקייט" - כאילו אויב יענער האט הארטע הויט און א שניט בארירט אים נישט, צייגט עס אז ער איז שטערקער אין איבערקומען שווערע געפילן? ניין. ער דארף זיך מלכתחילה נישט ספראווען דערמיט!

טיף פילנדיגע מענטשן האבן א superpower ווען ס׳קומט צו פארשטיין אנדערע, זיי באמערקן שנעלער און כאפן subtle information

ס׳קען צוניץ קומען צ.ב.ש. אין ספּאָרט
אדער שעפערישקייט (creativity) מיט קונסט (art) שרייבן לידער און שאפן מעשיות א.ד.ג.

אבער ס׳קומט אוודאי מיט א פרייז. זיי קענען אפט פילן:

Sensory overwhelm

דאס ערשטע מאל וואס כ'האב געהערט דעי term האב איך געפילט ווי א פּאזל שטיקל איז ענדליך געפינען געווארן וואס קליקט אריין פונקטליך ווי ס׳האט געפעלט און דאס גאנצע בילד ווערט פלוצלונג קלאר. איך פלעג אבער נישט קענען דערליידן ווען געוויסע האבן פארגעשלאגן אז אפשר בין איך א Highly Sensitive Person (אדער אין קורצן HSP)

פארוואס האט עס מיר אזוי offended? ווייל איך בין אויפגעוואקסן אין א קרייז ווי סענסעטיוו איז אנגעקוקט ווי א גנאי. און איינער מיט א ווייך הארץ ווערט באטראכט ווי זיי "טרייבן איבער" און זענען שוואכלינגס און כ'האב אוודאי נישט געזוכט צו ליידן אזא בושה.

ערשט נאכדעם וואס כ׳האב אויסגעפינען אז פיזיש זענען HSP געבוירן אנדערש, פונקט אזויווי די חילוק צווישן SD און HD אין די קוואליטי פון א מאווי, אזוי איז זייער מציאות שארפער און געזעהן מיט מער קלארקייט -

דערמאלס האט עס געמאכט מער סענס פארוואס מיין חבר ווערט אזוי overwhelmed פון זאכן וואס אנדערע ווערן ניטאמאל בארירט. צ.ב.ש. ווען ער דארף אויספילן forms -
פאר א צווייטן קען עס אויסקוקן ווי א פשוט׳ע task וואס איז "גרינג און מ'דארף זיך סתם אראפזעצן פאר צוואנציג מינוט און get it done", און זיי האבן נישט קיין אהנונג אז נישט יעדנ'ס מח איז געבויט די זעלבע, און פאר creative טיף פילנדיגע מענטשן קען עס זיין ביטער שווער מצמצם צו זיין דעם מח און נאכצוזוכן אלע אינפארמאציע וואס ווערט געפאדערט (פאר איינעם וואס פארשטייט נישט קען עס גאר אויסקוקן ווי מ׳מאכט סתם אן עסק פון עפעס וואס איז אזוי פשוט, ווייל זיי אליין האבן נישט אזא שוועריקייט)

היות נאר 15-20% פון די מענטשהייט זענען אפגעשאצט צו זיין היילי סענסעטיוו - בין איך נייגעריג וויפיל חברים דא קענען איינעם פון די נאנט וואס ליידט ווען די ענווייערמענט ארום זיי געבט זיי נישט די געלעגנהייט צו קומען צו זיך, און ס'פילט ווי אן assault צו זייערע senses ווען ס׳דא צופיל lights אדער הויכע מוזיק א.א.וו.

איך וויל קלאר מאכן אז ס'נישט שווארץ אדער ווייס: אדער ביזטו סענסעטיוו - אדער נישט.

ס'איז דא דרגות אין סענסעטיוויטי,
ס'נישט א one size fits all

ב"ה פאר מיר איז געווענטליך נישט קיין פראבלעם די לעקטער (ס'איז געשמאקער ווען ס'איז אויסגעלאשן) אבער ס'נישט אזוי שווער מיט הויכע מוזיק אויך נישט. איך קען אנדערע וואס ליידן מער פון דעם ווייל זיי זענען טיפערע empaths פון מיר.
 
געטראפן אינטערעסאנטע לעבנס-הדרכה אויפ׳ן געוועב, פאר טיף-פילנדיגע מענטשן

1. דו האסט א מעכטיגע אינטואיציע (דו קענסט שפירן זייער קלאר ווען עפעס טויג נישט - נאך איידער דיין שכל קען ערקלערן די סיבה) ווען דו לערנסט זיך אויס זיך צו געטרויען מער, און נישט איגנארירן ווען דו פילסט אז עפעס איז נישט ריכטיג - קען עס פארבעסערן דיין לעבן אין א גרויסן פארנעם.

2. ווען דו אנערקענסט אז דיין סענסעטיווע הארץ איז א גוטע זאך און דו ביזט משלים מיט דעם (טראצדעם וואס ס׳קומט מיט שוועריקייטן אויך) וועסטו קענען אויפהערן נעמען צום הארצן ווען דו האסט נישט די הסכמה פון אנדערע און זיי זענען אומצופרידן מיט דיר.

3. לערן זיך אויס נישט צו שלעפן קיינעם׳ס פעקל דאגות פאר זיי. העלפן איינעם מיינט נישט איבערנעמען זייער פראבלעם אויף דיינע אקסלען. אז דו האסט א ווייך הארץ מיינט עס נישט אז ס׳ריכטיג צו פארנאכלעסיגן דיין אייגן לעבן און פרובירן ״ראטעווען יעדן פון פּיין״. טוה דיין חלק, און לאז די מענטש אליין זיך העלפן און בעטן אנדערע אויך.

4. דו קענסט בליען ווען דו וועסט וויסן אז דיין וואוילזיין איז וויכטיגער פון יענעם׳ס באקוועמליכקייט. דיין וויכטיגסטע אחריות איז קעיר נעמען פון דיין אייגענע געזונט, כח, און מח. קיין שום זאך זאל נישט זיין וויכטיגער פון דעם.

5. ווען דו האסט רעספעקט פאר זיך און דו שטעלסט אוועק א גבול וויפיל אנדערע האבן צוטריט צו דיר און לאזט קיינעם נישט טרעטן אויף דיר, כאילו א doormat - דעמאלס לערנסטו פאר אנדערע וויאזוי דיר מחשיב צו זיין. (קיינער וועט דיר נישט מכבד זיין ווען דו לאזט זיך אויסקוועטשן, שטעלן א צוים איז א יסוד צו קענען בליען 🌳)
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 29880A69-5EFA-4255-AF51-BB3C248736CB.jpeg
    29880A69-5EFA-4255-AF51-BB3C248736CB.jpeg
    345.2 KB · געזען: 4
Back
Top