כוואליעס ארטיקל פארוואס? ווייל אזוי!

דער ארטיקל איז ערשינען אין דער "כוואליעס" אויסגאבע

אלפא

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 14, 2024
מעסעדזשעס
1,323
רעאקציע ראטע
9,513
פונקטן
943
איך עפן דא א שנירל פאר דיסקוסיעס איבער מיין ארטיקל אין כוואליעס גליון א' (בלאט 22-25).

די ארטיקל רעדט ארום די קאנצעפט פון 'א פראגע' - ווען און פארוואס עפעס ווערט אונז שווער, וויאזוי מיר קענען דאס 'פארענטפערן', און וויאזוי רוב ענטפערס זענען למעשה נישט מער ווי א סאפיסטיקירטע וועג אנצוקומען צו דעם 'ווייל אזוי' ענטפער.
עס רעדט ארום די פסיכאלאגישע אספעקט פון א פראגע, וויאזוי עס איז ס"ה א געפיל וואס באדערט אונז, און אז ס'זענען דא מער וועגן צו בארואיגן דעם שוועריקייט נישט בלויז דורך ראציאנאלע תשובות.
און עס פירט אויס מיטן געדאנק אז די בעסטע איז ווען מ'קען מאכן שלום מיטן מצב און ווערן באקוועם מיט די אומבאקוועמע געפילן, וואס דאס עלימינירט אטאמאטיש די שוועריקייטן וואס פראגעס און קשיות טראגן מיט מיט זיך.


מיין פלאן איז צו גיין ווייטער אויף דעם גאנג און אנאלאזירן נאך נושאים אין דעם ראלם, א שטייגער ווי פארשטיין וואס מינונג (אוו לייף) איז, וואס צופרידנקייט באדייט, און וויאזוי די צוויי אפעקטירן איינס דאס אנדערע.
שפעטער וויל איך צונעמען אביסל די נושא פון איידעאליזם ווס מאטעריאליזם, אדורכטון A Priori knowledge און די נושא פון עפיסטעמאלאגישע דזשאסטיפיקעישאן, וויאזוי גאט און עוואלוציע זענען צוויי אנדערע וועגן צו אפלערנען רעאליטעט, און וויאזוי די צוויי פארקערטע פאזיציעס רעדן אריין אין אסאך אנדערע נושאים - צוריקקומענדיג וויאזוי עס אפעקטירט אונזער ערשטע נושא פון פראגעס און ענטפערס...

איך האף אנצויאגן און טאקע קענען אנאלאזירן די אלע - כאטש אויפן שפיץ גאפל, ווי אויך האף איך די קומענדיגע ארטיקלען זאלן אויסקומען אביסל קלארער ווי די ערשטע (וואס איז לכתחילה געווען אסאך לענגער נאר איך האב עס געדארפט שניידן דאס לעצטע מינוט..)


איך וועל מיר פרייען צו הערן הערות, קריטיק, קאמפלימענטס, און פראגעס.

יישר כחכם פארן ליינען.
 
לעצט רעדאגירט:
א חבר האט מיר פונקט אריינגעשיקט דעם ווידעא איבער עלאן מאסק מיט א פראגע פון א קליין מיידל אין שפיטאל וועלכע האט אים געברענגט צו טראכטן...

View: https://www.youtube.com/watch?v=04ltJIEzSk0




אינטרעסאנט אז זיין מסקנא איז היבש ענליך צו מיינע:

(13:30)
"I don't have all the answers but I think it's okay not to, maybe the search itself is what matters"

(15:56)
"sometimes, the most profound answers don't come from the answers themselves, they come from the questions we ask, and the way we search for truth"

(17:20)
"he had realized that seeking answers wasn't about finding certainty but about embracing the unknown with humility and curiosity"
 
די ארטיקל איז הערליך! ס'געט אסאך קלארקייט ווי אזוי נישט צו וויסן!
כ'קען קוים ווארטן אויף די נאכפאלגענדע ארטיקלן!

יישר כחכם!
 
@איזי פאזען האט געענטפערט אויף מיין ארגומענט אין כוואליעס נומער 4. עס פארלאנגט א לענדערע אפהאנדלונג איבערצוגיין די שאלה צו 'פארוואס' אלס א פראגע מאכט יא סענס אדער נישט.

אדערווייל זע איך אלעקס אקאונאר פרעגט ברייען גרין אן ענליכע פראגע. ער פרעגט צו סייענס איז 'מסביר' נאטור (- עס ענטפערט די 'פארוואס' פראגע) אדער עס קען נאר 'דעסקרייבן' וואס שפילט זיך אפ אן עדוואנסן די אונטערליגענדע ענטפערס?!
ברייען איז ביי די מיינונג אז סייענס קען יא פארענטפערן טיפערע פראגעס, הגם ער איז מסכים אז מ'האלט ווייט פון דארט.
ער האפט אז איין טאג וועט סייענס אנדעקן וויאזוי די חוקי הטבע זענען די איינציגסטע לאגישע אופן וויאזוי עקזיסטענץ קען בכלל אויסזען - און אז ג-ט וואלט נישט געהאט קיין לאגישע אלטערנאטיוו סייווי. נאך מער, ס'קען גאר זיין אז ס'וועט קענען פארענטפערן פארוואס עס איז דא 'עפעס' אנשטאט 'גארנישט' - מעגליך ווייל אלעס וואס מיר קענען איז די איינציגסטע לאגישע אויסקום.. דאס איז פארשטייט זיך נאך די הנחה אז ג-ט איז אראפגעבינדן צו לאגיק אין ערשטן פלאץ.
[אויב קומט מען אן צו אזא טעאריע, פעלט שוין לכאו' טאקע נישט אויס קיין ג-ט א בעל רצון, ווייל מיט -אדער אן- א רצון איז ממילא נאר דא איין וועג צו גיין..]

View: https://youtu.be/o9z5il_FQUw&t=1712s
 
לויט וויאזוי איך האב פארשטאנען איז ער ביזי מיט "וויאזוי" נישט מיט פארוואס. But maybe I'm wrong.
 
לעצט רעדאגירט:
אזוי ווי לעצטנס האט מען דן געווען דאהי בשכינות איבער די סיבת הבריאה, אויב נישט ג-ט, איז כדאי צו אנצומערקן אז א ברייט אנגענומענע תשובה אויף די שאלה Why is there something rather than nothing איז טאקע ווי אלפא לערנט אונז: ווייל אזוי!

(און דאס איז אייגנטליך אויך די תשובה וואס מאמינים געבן פארוואס ג-ט עקזעסטירט.)
 
לעצט רעדאגירט:
די דעבאטע צווישן @אלפא און @איזי פאזען אין די ערשטע פאר נומערן פון "כוואליעס", ארום די פראגע צי "ענטפערן א פראגע" איז בעיקר א פסיכאלאגישער פראצעס (אלפא), אדער קען עס געבן אמת'ע מעטאפיזישע און עמפירישע הבנה (איזי פאזען), האט מיר געכאפט פון דער ערשטער מינוט.

מיין ארעמע מיינונג איז אבער אז ביידע זייטן פארפעלן צו דערמאנען דעם יסוד וואס ליגט ביים הארץ פונעם סוגיא, נעמליך, וואס א פראגע איז בכלל? און דאס איז וואס פירט צום כלומר'שטן ויכיח צווישן זיי.

אלזא, פראגעס, ווען מען צונעמט זיי אויף שטיקלעך, זענען בעצם לאגישע סטרוקטורן וואס זענען פול מיט באהאלטענע הנחות, און די הנחות זענען די וואס באשטימען וועלכע ענטפערס קענען זיי באפרידיגן.

אין דעם זין איז א פראגע מיט גארנישט אנדערש ווי א פראפאזיציע וואס מען מאכט, וועלכע נויטיגט זיך אין עטוואס בארעכטיגונג כדאי ער זאל מאכן סענס.

נעמט אלפא'ס ביישפיל: "פארוואס רעגנט?"

הנחה א: עס איז דא אזא זאך ווי "רעגן"
הנחה ב: רעגן איז א געשעעניש וואס האט א סיבה
הנחה ג: מיר קענען פארשטיין די סיבה

אן דעם וואס מען נעמט שטילערהייט אן די אלע הנחות, מאכט די עצם פראגע נישט קיין סענס!

די פראגע וואס פאלגט נאך: "וואס איז די סיבה פון וועמען הנחה ב רעדט?" איז שוין אביסל שווערער אריינצולייגן אין לאגישע טערמינען, ווייל דאס ווענדט זיך שוין אין ווער עס פרעגט די קשיא און וואס ער וויל דערגרייכן דערמיט. אבער דאס איז אמאל זיכער אז יעדע שאלה מוז בהכרח קומען באגלייט מיט א שטילע צורך, אזא סארט "פארוואס פרעגסטו?", כדאי מען זאל קענען באשטימען וועלכע סארט ענטפער צו געבן.

סתם א שאלה אן קיין שום הנחות, און אן קיין שום תועלת, איז קיין שאלה נישט. עס פעלט דערפון א שטיק.

און דא ליגט דער ערשטער הונט, וועמען אלפא האט שוין אנגערופן ביים נאמען, באגראבן. דער מציאות אז די סאמע זעלבע ווערטער קענען באדייטן דריי באזונדערע סארט פראגעס, געוואנדן אין די באהאלטענע הנחות, און דער צורך פארוואס דער שאלה ווערט נולד.

די ווערטער "פארוואס רעגנט?" קענען טאקע מיינען: "דורך וועלכע פיזישע מעכאניזם ווערט וואסער געשלעפט פון דער ערד צום הימל און צוריק?"

אבער עס קען פונקט אזוי מיינען: "פאר וועלכן צוועק אדער תכלית האט דער באשעפער געמאכט אז עס זאל רעגענען?" און דא ליגן גאנץ אנדערע הנחות באהאלטן, נעמליך:

הנחה א: דער אויבערשטער מאכט אז עס זאל רעגענען
הנחה ב: אויב דער אויבערשטער טוט עפעס, האט עס א תכלית (מען פרעגט דאך נישט "צי" רעגן האט א תכלית, נאר וואס דער תכלית איז)
הנחה ג: מיר קענען וויסן וואס דער תכלית איז

און עס קען אויך מיינען א דריטע פראגע: "וועלכע ראלע שפילט רעגן אינעם עקא סיסטעם פון נאטור?" וואו די הנחות וועלן ווידער זיין פארשידנארטיג.

אלע פון די פראגעס נוצן די זעלבע ווערטער, אבער וואס מאכט זיי פאר באזונדערע פראגעס איז דער פאקט אז זיי נעמען אן באזונדערע הנחות, וואס באדייט אז זיי וועלן זיך באפרידיגן מיט באזונדערע ענטפערס!

און דאס איז דאס גאנצע וואס באשטימט צי אן ענטפער איז ריכטיג. א ריכטיגער ענטפער איז נישט נאר "אמת" - ער מוז אויך פאסן צו די הנחות און כוונה פון דער פראגע.

א טיפישע ערשיינונגען ביי צענערלינגען איז אז זיי הייבן אן ענטפערן שאלות, מיט די אומריכטיגע הנחות.

נעמט אזא משל:

"פארוואס צינדט זיך מיין קאר נישט אן?" (די הנחות: דער קאר איז צובראכן, עס איז פארהאן א פיזישע סיבה דערצו, דער סיבה איז עפעס נוצליך. די הנחות זענען דירעקט פארבינדן מיט דער סיבה פארוואס דער מענטש פרעגט די שאלה.)

אויב איינער ענטפערט: "ווייל דער אויבערשטער האט באשלאסן אז היינט זאלסטו נישט פארן." האט ער געענטפערט די פראגע? טעכניש, אפשר יא (אויב עס איז אמת). אבער ער האט נישט באפרידיגט די לאגישע סטרוקטור פונעם פראגע.

דער מענטש האט נישט געפרעגט די פראגע ווייל ער האט געוואלט פארשטיין עפעס טעאלאגיש - ער האט געוואלט קענען פארן! דאס איז דאס גאנצע וואס אינטערעסירט אים, און יעדע ענטפער וואס ברענגט אים נישט נענטער צו אט דעם ציל, איז קיין ענטפער נישט.

ביז אהער איז וואס אלפא האט שוין באמערקט אין זיין ערשטן ארטיקל.

אבער דאן האט ער גענומען א ראדיקאלע שריט, און דערקלערט אז יעדע סארט שאלה וועמענס כוונה און ציל איז נישט קיין פראקטישער, נאר א "פארשטיין לשם פארשטיין" אין זיינע ווערטער, איז בהחלט פארשריבן צום טויט, און דער איינציגער אמת'ער תשובה דערויף וועט זיין "ווייל אזוי."

איז לאמיר טאקע צונעמען די שאלות ווי "פארוואס פליעט אן עראפלען?" (דער מעכאניזם, נישט דער תכלית.) און "פארוואס געשעט א בליץ?" און זען צי ער איז גערעכט.

די אלע סארט שאלות זענען באהאלטענערהייט געבויעט אויף די פאלגנדע הנחות:

עס זענען דא אונטערליגנדע כללים אדער געזעצן
פארשידענע באזונדערע פענאמענען קענען ווערן רעדוצירט צו די זעלבע געזעצן
א באפרידיגנדער ענטפער וועט זיין א טעאריע וואס פאראייניגט וואס מער פון די ערשיינונגען

און דא קען מען אריינגיין טיפער און פארשן, פון וואו קומען אייגנטליך די הנחות, און וואס בארעכטיגט זיי?

אלפא האט באמערקט אז אזעלכע סארט שאלות ווערן געבוירן מכוח א סתירה צווישן וואס מיר ערווארטן און וואס מיר דערפארן. אינעם פאל פונעם פליגער, אונזער וואונדער פארוואס דער פליגער בלייבט שוועבן בעת אלעס אנדערש פאלט אראפ.

דאס איז אפשר גענוג צו פארשטיין אונזער וואונדער, אבער דאס בארעכטיגט נאכנישט גענוג די אויבנדערמאנטע הנחות, צו קענען פרעגן דער שאלה. ווער זאגט אז נאטור פירט זיך איבעראל אויף דאס זעלבע? ווער זאגט אז "אלעס" פאלט טאקע אראפ? דער טיפערער יסוד צו די הנחות איז לכאורה אונזער סימעטרישע ערפארונג מיט דער וועלט ארום אונז, אין וועלכע זאכן האבן אלעמאל פאסירט לויט א געוויסע אונטערליגנדע אינטואיציע וועמען מיר האבן פארשטאנען.

און דא קען מען נאכאמאל צוטיילן צווישן צוויי סארט "פארוואס", אינערהאלב דער "פארשטיין לשם פארשטיין" פארוואס.

כל זמן מיר האנדלען מיט פארשידענע טעאריעס, איז שייך צו פרעגן און פרעגן די זעלבע שאלה מיט די זעלבע הנחות: וואס איז דער אונטערליגנדער, אלגעמיינער פרינציפ וואס ערקלערט די פארשידנארטיגע ערשיינונגען? אבער איינמאל מיר קומען אן צו אן איינצלנער טעאריע וואס פארענטפערט יעדע סארט ערשיינונג, וועט שוין זיין אסאך שווערער אויפצוקומען מיט א שאלה וואס אנטהאלט א קאהערענט סעריע מיט הנחות.

"פארוואס ארבעט סטרינג טעאריע אויף דעם וועג, און נישט אן אנדערע?"

די הנחות אין דעם פאל זענען אסאך מער קאנטראווערסיאל:

הנחה א: סטרינג טעאריע ארבעט אויף דעם געוויסן וועג
הנחה ב: עס וואלט געקענט זיין אנדערש
הנחה ג: מיר קענען פארשטיין דער סיבה פארוואס עס איז אזוי און נישט אנדערש

וויאזוי פונקטליך זענען די הנחות בארעכטיגט, אז דער קשיא זאל בכלל מאכן סענס?

דער פאקט אז "עס פרעגט זיך" און אז עס באדערט ממש פאר מענטשן, מאכט נאכנישט אז דער קשיא זאל זיין וואליד!

און דא איז וואו אלפא ווערט סטאק!

אלפא פרעגט שטענדיג ווייטער "פארוואס?" ביז ער קומט צו "ווייל אזוי." וואס ער באמערקט איז טיילווייז ריכטיג, אבער זיין מסקנא - אז דעריבער זענען אלע ענטפערס דאס זעלבע - איז א טעות.

דאס וואס אלפא האט באמת אנטדעקט איז נישט אז ענטפערס זענען פוסט. ער האט אנטדעקט אז ער פרעגט פראגעס מיט אומבארעכטיגטע הנחות.

אפילו איזי פאזען'ס ענטפער אדרעסירט נישט די הארץ פונעם פראבלעם.

איזי איז פארנומען צו צייגן אז סייענטיפישע ענטפערס ברענגען יא נענטער צום אמת, והא ראי' זיי זענען נוצליך.

דאס איז זייער גוט פאר א שמועס בנוגע טרעפן דעם אמת. דא זוכן מיר אבער צו בארעכטיגן קשיות און זייערע תירוצים, און דער איינציגער וועג דאס צו טוהן איז דורכ'ן אריינקריכן טיף אין די הנחות, זען צי זיי זענען בארעכטיגט און וועלכע סארט תירוצים וועלן זיי צופרידנשטעלן.
 
אלזא, פראגעס, ווען מען צונעמט זיי אויף שטיקלעך, זענען בעצם לאגישע סטרוקטורן וואס זענען פול מיט באהאלטענע הנחות, און די הנחות זענען די וואס באשטימען וועלכע ענטפערס קענען זיי באפרידיגן.
עס דערמאנט מיך פונעם ביישפיל וואו דער שופט פרעגט דעם באשולדיגטן, "יא אדער ניין, דו שלאגסט נאך דיין ווייב?"
 
לויט וויאזוי איך האב געליינט איז פויזן, איז ער ביזי מיט "וויאזוי" נישט מיט פארוואס. But maybe I'm wrong.
איך טענה אז "וויאזוי"-תשובות זענען די בעסטע תשובות אויפן "פארוואס" אויך. לויט יוּם איז בכלל נישטא קיין "פארוואס", נאר וויאזוי. אבער איך מיין אז ווען מען פארשטייט וויאזוי פארשטייט מען פארוואס אויך, און ווי מער מ'פארשטייט וויאזוי אלץ מער פארשטייט מען פארוואס. נאר מען פארשטייט קיינמאל נישט "וויאזוי" ענגילטיג און דערפאר פארשטייט מען אויך נישט "פארוואס" ענגילטיג.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איך האב נאך א פראבלעם מיט אלפא'ס פארוואס-טעזע, און דאס איז אז אינעם ערשטן ארטיקל שטעלט ער עס אוועק אויפ'ן יסוד אז ביי יעדע פארוואס קען מען פרעגן נאכאמאל און נאכאמאל פארוואס, ביז מען מוז זאגן "ווייל אזוי".

פרעג איך דיר, אלפא, וואס וואלט געווען, הייפאטעטיש, ווען עס איז יא פארהאן אן אונטערשטער ענטפער וואס איז לאגיש נויטווענדיג, ווי אלעקס און ברייען דיסקוסירן אינעם אויבן געברענגטן פאדקעסט. וואלטסטו ווייטער געהאלטן אז סיי וועלכע פסיכאלאגישע ענטפער איז מער ריכטיג ווי דער א.ג. אמת'ער ענטפער?

לויט וויאזוי איך פארשטיי דיין אמת'ע טעזע, וואלטסטו קלאר ווייטער אזוי געהאלטן. נישטא אזא זאך ווי א פראגע, נישטא אזא זאך ווי אן ענטפער, אלעס איז בלויז עוואלוציאנערישע דרייווס וואס שטופן אונז צו נייגערן איבער אונזער סביבה, און דער ענטפער דערויף איז דעריבער בלויז פסיכאלאגיש. קלאסישע פאוסט מאדערניזם…

איז אויב אזוי, פארוואס ביסטו מקדים אין דיין ערשטן ארטיקל מיט'ן באקאנטן טרילעמע אין וועלכע יעדע ענטפער ברענגט א נייע פראגע ביז אויס? מה שייכות?
 
ווי אויך פארשטיי איך נישט צוליב וואס ביי א פראקטישע שאלה מיט א פראקטישע ענטפער האלטסטו יא אז א לאגישער ענטפער איז ריכטיג, און בלויז ביי "פארשטיין לשם פארשטיין" ביסטו פארנומען צו חקר'ען פון וואו דער שאלה קומט אינעם פסיכא פונעם מענטש. למשל:

"פארוואס צינדט זיך מיין קאר נישט אן?"

ביי א פארשטיין-שאלה זאגסטו דאך אז דער אמת'ער ענטפער איז א גלעט אין בעקל און א בארואיגונגס ווערטל אז אלעס איז מסודר. און דאס איז עוקר דעם שאלה מן השורש.

איך קען טוהן דא די זעלבע זאך.
כ'דינג א פיקאפ טרעקל, הייב אויף דעם קארעלע, יאג אפ דערמיט, און בינגא - דער קשיא איז פארשוואונדן ווי קיינמאל געווען...
 
Back
Top