פארוואס זענען מיר דא און וואס איז דער ציל פון לעבן לויט אידישקייט

אונז האט מען געזאגט אין טאהש אז די נשמה האט געהאט א וואונדערליכע עקספּיריענס אין גן עדן, אבער זי האט עס נישט געקענט ריכטיג ענדשויען ווייל ס׳האט געפילט ווי טשעריטי, זי האט גארנישט געארבעט דערויף און עס באקומען אומזיסט.

ממילא האט זי זיך ״געבעטן״ אראפצוקומען אויף דעי וועלט, אזוי וועט זי מער נישט דארפן פילן די ליידיגע טעם פון נהמא דכסופי-״פארשעמטע ברויט״ ווייל דורך די מצוות וואס זי טוט ״פארדינט״ זי איר שכר אין גן עדן
און מיר האט אלאמאל געוואונדערט פארוואס גאט דער כל יכול האט נישט געקענט מאכן אז אומפארדינטע ברויט איז פינקט אזוי געשמאק ווי פארדינטע, און פטור אן עסק, מ'דארף שוין נישט מאכן קיין וועלט.
 
מיין טעאריע איז אז נאך אזוי פיל יאר איז לאנגווייליג געווארן פאר גאט, האט ער באשאפן א וועלט מיט מענטשליכע שפילצייגן מיט אלערליי רעליגיעס און ער קוקט זיך צי צום שיינעם פלעי.
 
איך בין נייגעריג צו הערן פון די ציבור דא אין איין זאץ: לויט די יודישע רעליגיע וואס איז די ענפער ״פארוואס זיינען מיר דא
מיר זענען דא ווייל אונזער מאמע און טאטע האבן געשלאסן א שותפות מיט'ן באשעפער (עיין נדה לא.)​
און וואס איז דער ציל פון לעבן״

יעצט זאג דו מיר: ווען דו מאכסט אן אייער שפייז וועט דען דער אייער שפייז זיך וואונדערן: וואס זיך איך דא?​
ס'פשוט אז ער איז דא צו שאפן פארגעניגן פאר'ן קעכער.​
מיר זענען די אייער-שפייז פונעם באשעפער! דער באשעפער האט ליב די אייער-שפייז וואס רופט זיך יוניווערס (און אלע אירע באשטאנדטיילן אריינגערעכנט הומען'ס (די מעין אינגרידיענט)) און דעריבער האט ער זיך געשטעלט קאכן דעם געקעכטץ (די ערשטע פאר מאל וואס ער האט פרובירט איז עס נישט געלונגען (בונה עולמות ומחריבן, דור המבול האט ער אויכעט אראפגעפלאשט דאון די דרעין).​
פארוואס טאקע דער אייבערשטער גלייכט דעם סארט אייערשפייז? זאג נאר! פארוואס פונקט האסטו ליב גאלע מיט הערינג?? ס'פארא מין פראגע איז דאס? יעדער האט ליב עפעס אנדערש!​
איינער האט ליב געפילטע פיש, און איינער גייט מיט א קוטשמע (קרעדיט: לאנגזאם). און דער באשעפער האט ליב 'יוניווערס'.​
נו וואס טוט דער קעכער טאמער איין איי האט א בלוטס-טראפ, אדער איז סתם פארדארבן? ער טראסקעט עס אוועק אין מיסט. דער באשעפער טראסקעט אוועק אלע פארדארבענע אייער אין גיהנם אריין, דעריבער פאר דיין טובה וועגן אויב ווילסטו נישט אנקומען אין מיסט (שאול תחתית) זיי שיין וואויל!​
ס'טוט נישט וויי צו זיין תחת כנפי השכינה, גיהנם טוט יא וויי. דעריבער פאר סעלפישע צוועקן זיי וואויל.​
דאס איז די אידישע ערקלערונג פאר לעבן​

לעצט רעדאגירט:
און מיר האט אלאמאל געוואונדערט פארוואס גאט דער כל יכול האט נישט געקענט מאכן אז אומפארדינטע ברויט איז פינקט אזוי געשמאק ווי פארדינטע, און פטור אן עסק, מ'דארף שוין נישט מאכן קיין וועלט.
ווייל נהמא דכיסופא איז נישט קיין נברא, עס איז אן אמת, בלא בלא בלא בלא בלא וגו׳
 
צו פרעגן און שטרעבן איבער אזעלכע סארט פראגעס ווי: ״פארוואס זיינען מיר דא און וואס איז דער ציל פון לעבן״...!

אין אנדערע ווערטער, די 'אידישע רעליגיע' (וואטעווער דאס מיינט) קומט געבן פאר מענטשן א purpose און מינונג אין לעבן, און דאס ערייכט מען דורך כסדר וועלן דערגרינטעוון אין דעם שאלה זעלבסט...
די Purpose און מינונג וואס די אידישע רעליגע איז מציע איז די שאלה וואס איז די Purpose און מינינג אין לעבן?
 
די Purpose און מינונג וואס די אידישע רעליגע איז מציע איז די שאלה וואס איז די Purpose און מינינג אין לעבן?
יעדע רעליגיע קומט עסענטשעלי צו אדרעסירן דעם שאלה און צו שטעלן מענטשן אין א פרעימווארק וואס האלט זיי אין די ראמען..
 
יעדע רעליגיע קומט עסענטשעלי צו אדרעסירן דעם שאלה און צו שטעלן מענטשן אין א פרעימווארק וואס האלט זיי אין די ראמען..
אבער בדר"כ זענען זיי מציע א תשובה. פאר די שאלה אליין דארף מען נישט די רעליגע
 
פאר די שאלה אליין דארף מען נישט די רעליגע
דער שאלה אליין איז א רעליגיעזע שאלה.

מען קען דער זעלבע שאלה פרעגן פילאזאפיש, אבער דאן פרעגט מען נישט אינעם זעלבן אטעם "וואס איז דער ציל פון לעבן"

די שאלה קען אויך געפרעגט ווערן סייענטיפיש, אבער דאן וואלט עס געפרעגט געווארן אזוי:
וויאזוי זענען מיר דא אנגעקומען?
 
איך מיין עס איז א בעיסיק שאלה וואס יעדער מענטש מיט מינימאלע איי קיו קומט אויס זיך צו פרעגן ערגעץ וואו דורכאויס זיין לעבן.

אויב שוין קומט רעליגיע צו ענטפערן אויף די שאלה נישט עס מציע זיין
 
ריכטיג. אבער די שאלה קען געפרעגט ווערן אויף עטליכע אנדערע וועגן.
דאס אז דער שואל פרעגט וואס דער ציל אין לעבן איז, קומט פון א רעליגיעזע שטאנד-פונקט. נעמליך, לעבן דארף האבן א ציל.

דער סייענטיסט פרעגט עס נישט צוליב דעם וואס ער זוכט דער פארלוירענע ציל, נאר ווייל ער וויל וויסן וויאזוי דאס אלעס איז צושטאנד געקומען.
 
איך מיין עס איז א בעיסיק שאלה וואס יעדער מענטש מיט מינימאלע איי קיו קומט אויס זיך צו פרעגן ערגעץ וואו דורכאויס זיין לעבן.

אויב שוין קומט רעליגיע צו ענטפערן אויף די שאלה נישט עס מציע זיין
1. איך מיין דו נעמסט פאר גרענטעד די טויזענטער יארן פון רעליגיעזע איינפלוס אויף די מענטשהייט.
און 2. אדרבה לאמיר וויסן how that is going. האט רעליגיע אייגענטליך געטראפן 'דעם תשובה'? אדער האט עס ס"ה געברענגט מער מענטשן צו פרעגן די שאלה?
 
אין לי מושג צו זיי האבן געטראפן 'דעם תשובה' אבער זיי זענען זיכער מציע 'א תשובה'.

איך כאפ פשוט נישט וואס דו האסט געשריבן אויבן אז די ציל און מינונג וואס רעליגיע איז מציע איז די עצם שאלה איבער מינונג
 
לעצט רעדאגירט:
מיין טעאריע איז אז נאך אזוי פיל יאר איז לאנגווייליג געווארן פאר גאט, האט ער באשאפן א וועלט מיט מענטשליכע שפילצייגן מיט אלערליי רעליגיעס און ער קוקט זיך צי צום שיינעם פלעי.
דו ביזט נישט די איינציגע אויף דער וועלט וואס טראכט אזוי, כ׳האב עס אסך מאל געהערט און ס׳האט מיר געגעבן א ביטערע טעם אין מויל און א טיפע כעס קעגן אזא ברוטאלן גאט (גארנישט ווייניגער צער ווי מיין רעליגיעזע ערציאונג האט מיר גורם געווען.)

א שטיק צייט צוריק בין איך געווען into the law of attraction מיט די מאווי the secret - אבער ס׳האט גארנישט אוועקגענומען פון יענע פאראיבל קעגן אזא גאט וואס מאכט שווער דאס לעבן פאר אזויפיל אומשילדיגע וואס ליידן, פארוואס קען ער זיי נישט צורוה לאזן?

נאכדעם האב איך זיך ״צופעליג״ אנגעשטויסן אויף א ביזנעס קאנפערענס מיט Neale Donald Walsch
קודם האב איך געוואלט ברעכן ווען כ׳האב געהערט ווי מ׳אינטרעדאָסט אים אלס דער מחבר פון די אלעמען באוואוסטע ביכער:
Conversations with God
כ׳געטראכט לאממיך אפ און קום נישט מיט דעי נארישקייט דא. אבער ווען ער האט אנגעהויבן רעדן מיט ליצנות האט ער מיר גלייך געפאלן. ער רופט עס טאקע שמועסן מיט גאט אבער ער זאגט קלאר אז ער ווייסט נישט און האט נישט קיין שום proof אז ס׳נישט סתם פאנטאזיע. האב איך אים געגעבן א טשענס און אביסל אויסגעהערט און שטארק הנאה געהאט פון די alternative וואס ער שלאגט פאר.

אנשטאט גלייבן אין אן אכזריות׳דיגן גאט - אדער א הפקרות׳דיגער גאט וואס האט אונז פארלאזט א.א.וו. אדער גאר לייקענען אז ס׳בכלל נישט דא מער ווי וואס אונזערע פליישיגע אויגן קענען זעהן אדער כאטש איבערצייגן דורך mainstream science
-שלאגט ער פאר אן אנדערע מהלך וואס העלפט פאר אסך מענטשן האבן א harmonious לעבן און פילן בעסער מיט זיך, מיט די וועלט, און זיך אויך פירן בעסער מיט מער compassion פאר זיך און צו אנדערע

אויב דו ביזט אינטערעסירט קענסטו הערן דעם ביכל דא

View: https://youtu.be/Q3p-ZS9e4Ys?si=1c0ORLMQYHTHtCDJ
 
לעצט רעדאגירט:
דא איז חלק ב׳

די מעלה פון זיין מהלך איז, אז ס׳נישט dogma

ס׳איז דיר גארנישט מחייב

You can try it out for size

אויב דו האסט עס ליב איז גוט, אויב ווילסטו אדאפטירן א חלק אדער מאכן אנדערע ״פירושים״
go ahead ס׳איז פריי פאר יעדן צו טרעפן א מהלך וואס ארבעט פאר זיי

די אמת געזאגט, i wish איך וואלט געוואוסט פון אזא גאט ווען מיינע קינדער זענען יונג געווען, ווייל דאס וואלט איך זיכער הנאה געהאט זיי צו לערנען און ס׳וואלט זיי ווארשיינליך באשיצט קעגן אסך פון די סם פון fear mongering און גילט טריפפינג אין די סיסטעם

די רעזאלטאטן פון די חרדישע גאט זענען זיכער געפערליך ביטער (דער אידישער גאט איז ער געוויס נישט)

עכ״פ כ׳וויל וויסן אויב נאך איינער דא האט הנאה פון די צוגאנג וואס ער נעמט

View: https://youtu.be/5A4KC4MjHY8?si=z8irLg_dK3ssBk3_
 
וואט די העל מיינט דאס?
איך גלייב נישט דערין אבער אזוי גייט די ניגון אמת לאמיתו/ מצוי מוכרח דארף נישט באשאפן ווערן. נהמא דכיסופא ( וואט עווער די העל דאס מיינט) איז אן אמת בממילא איז עס מוכרח
 
איך גלייב נישט דערין אבער אזוי גייט די ניגון אמת לאמיתו/ מצוי מוכרח דארף נישט באשאפן ווערן. נהמא דכיסופא ( וואט עווער די העל דאס מיינט) איז אן אמת בממילא איז עס מוכרח
מ'קען נישט זאגן אויף וואס מ'וויל אז עס איז מוכרח
 
ווער זאגט אז גאט קען באשאפן א וועלט וואס קען טוען אלעס אזוי ווייט אז מען זאל נישט פילן נהמא דכיסופא
ועוד יש לומר נאר א בורא קען פילן ווי עס קומט זיך אבער א נברא פילט נהמא דכיסופא ביי דיפאלט ווייל אויב נישט פילט ער ממש ווי דער בורא ער דארף פילן עפעס א חילוק
 
Back
Top