מיין טעאריע איז אז נאך אזוי פיל יאר איז לאנגווייליג געווארן פאר גאט, האט ער באשאפן א וועלט מיט מענטשליכע שפילצייגן מיט אלערליי רעליגיעס און ער קוקט זיך צי צום שיינעם פלעי.
דו ביזט נישט די איינציגע אויף דער וועלט וואס טראכט אזוי, כ׳האב עס אסך מאל געהערט און ס׳האט מיר געגעבן א ביטערע טעם אין מויל און א טיפע כעס קעגן אזא ברוטאלן גאט (גארנישט ווייניגער צער ווי מיין רעליגיעזע ערציאונג האט מיר גורם געווען.)
א שטיק צייט צוריק בין איך געווען into the law of attraction מיט די מאווי the secret - אבער ס׳האט גארנישט אוועקגענומען פון יענע פאראיבל קעגן אזא גאט וואס מאכט שווער דאס לעבן פאר אזויפיל אומשילדיגע וואס ליידן, פארוואס קען ער זיי נישט צורוה לאזן?
נאכדעם האב איך זיך ״צופעליג״ אנגעשטויסן אויף א ביזנעס קאנפערענס מיט Neale Donald Walsch
קודם האב איך געוואלט ברעכן ווען כ׳האב געהערט ווי מ׳אינטרעדאָסט אים אלס דער מחבר פון די אלעמען באוואוסטע ביכער:
Conversations with God
כ׳געטראכט לאממיך אפ און קום נישט מיט דעי נארישקייט דא. אבער ווען ער האט אנגעהויבן רעדן מיט ליצנות האט ער מיר גלייך געפאלן. ער רופט עס טאקע שמועסן מיט גאט אבער ער זאגט קלאר אז ער ווייסט נישט און האט נישט קיין שום proof אז ס׳נישט סתם פאנטאזיע. האב איך אים געגעבן א טשענס און אביסל אויסגעהערט און שטארק הנאה געהאט פון די alternative וואס ער שלאגט פאר.
אנשטאט גלייבן אין אן אכזריות׳דיגן גאט - אדער א הפקרות׳דיגער גאט וואס האט אונז פארלאזט א.א.וו. אדער גאר לייקענען אז ס׳בכלל נישט דא מער ווי וואס אונזערע פליישיגע אויגן קענען זעהן אדער כאטש איבערצייגן דורך mainstream science
-שלאגט ער פאר אן אנדערע מהלך וואס העלפט פאר אסך מענטשן האבן א harmonious לעבן און פילן בעסער מיט זיך, מיט די וועלט, און זיך אויך פירן בעסער מיט מער compassion פאר זיך און צו אנדערע
אויב דו ביזט אינטערעסירט קענסטו הערן דעם ביכל דא
View: https://youtu.be/Q3p-ZS9e4Ys?si=1c0ORLMQYHTHtCDJ