דאס וואלט געמיינט אז די פרויען זענען בעה״ב און די מענער וואלטן געדארפט אלעס פרעגן פון די פרויען, מהרז״ל, מהר״א און די תורת מרדכי וואלטן נישט געווען רבי נאר זייערע ווייבער, יעדע ביהמ״ד וואלט געהאט א עקסטערע טישאו באקס און צווישן מנחה און מעריב דארפן אלע מענער זיך אפווישן און אויב עס האט א פלעק דארף מען עס געבן פאר די ווייב, די ווייב וואלט עס געדארפט געבן פאר א פרוי וואס האט סמיכה צו שמעקן און באטראכטן צו די פלעק איז קטנים אדער זרע, די בעסערע פרויען וואלטן געפרעגט די שאלות פון מרת טייכמאן ווייל זי איז א מקיל… אויב מאיז חושש אז מהאט א מכה דארף מען גיין צו איינער וואס הייסט זלמן לייב פילאפ און געבן הונדערט דאלער און ער וואלט עס באטראכט פון אלע זייטן צו דו האסט א מכה, אלע פרויען וואלטן געזיצן אויף די באסעס אין פראנט און די מענער וואלטן געשטאנען אין בעק, איך וויל נישט טראכטן ווייטער, סאיז ביטער.איך וואונדער מיך שוין לאנג.
ווען עס וואלט זיך דעוועלאפד אז פרויען מעגן יא דרייוון מענער נישט, ( פרעג נישט פארוואס ווייל דער יעצטיגער מהלך איז אויך אבסורד.) וויאזוי וואלט עס אויסגעקוקט?
די רבי׳ס, ווער וואלט זיי געדרייווט און אפגעשטעלט די בי קיו אי? א פרוי מיט א שפיצל? א שבת גוי? אפשר פאר זיי וואלט דער גבאי געמעגט דרייוון?
די רביצינס, וואלטן זיי אליינס געדרייווט? אויב יא, וואס. פינקע סובורבענס?
וואלט געווען א הימל געשריי אז מען מאכט אויף א מענערישע הצלה? אדער וואלט געווען א מענערישע הצלה מיט פרויען דרייווערס? אדער וואלט מען באקומען היתר צו דרייוון ”לצורך הצלה?”
מענער וועלכע דארפן אנקומען צו די ארבעט, וואלטן די בעלי בתים געווען ביזי צוצושטעלן קארפולס מיט די פרויען דרייווערס?
וואלט דער שבט הלוי געאסרט די גרויסע פירצה פון מענער דרייוון און געשריבן אז בכלל זיי קענען נישט גוט דרייוון ?
וואלטן מוסדות געזאגט פאר עלטערן אז חוץ אויב דער מאן גיבט אויף דרייוון קען מען נישט אננעמען?
חברים, וואס מען דארף האבן מענערישע כוחות, וויאזוי וואלט דאס אפערירט?
וואלט מען אפגעזאגט שידוכים ווייל ’’קוק אהער, דער עלסטער זון דרייווט?”
וואלט מען געשריבן אויף אייוועלט אז איינער וואס מען דארף אים מסביר זיין חומר הדבר קען זיך גיין צו ק”ש?
וואלט כ”ק אדמו”ר התורת מרדכי ממאנסי געלאזט הצלה פארן שבת? וואלט ער געלאזט זיינע מענער דרייוון?
וואלטן רבנים געוועזן ביזי מסביר זיין דעם חומר האיסור? וואלט מהר’א געזאגט ווי לענגער מען דארף מעורר זיין דעם חתן אלס שנעלער וועט ער ל’ע דרייוון? וואלט מהרז”ל געמאכט א תקנה אז איינער וואס דרייוון מעג נישט דאווענען פארן עמוד?
לעצט רעדאגירט: