פרויען מוזן דרייוון

איך וואונדער מיך שוין לאנג.
ווען עס וואלט זיך דעוועלאפד אז פרויען מעגן יא דרייוון מענער נישט, ( פרעג נישט פארוואס ווייל דער יעצטיגער מהלך איז אויך אבסורד.) וויאזוי וואלט עס אויסגעקוקט?
די רבי׳ס, ווער וואלט זיי געדרייווט און אפגעשטעלט די בי קיו אי? א פרוי מיט א שפיצל? א שבת גוי? אפשר פאר זיי וואלט דער גבאי געמעגט דרייוון?
די רביצינס, וואלטן זיי אליינס געדרייווט? אויב יא, וואס. פינקע סובורבענס?
וואלט געווען א הימל געשריי אז מען מאכט אויף א מענערישע הצלה? אדער וואלט געווען א מענערישע הצלה מיט פרויען דרייווערס? אדער וואלט מען באקומען היתר צו דרייוון ”לצורך הצלה?”
מענער וועלכע דארפן אנקומען צו די ארבעט, וואלטן די בעלי בתים געווען ביזי צוצושטעלן קארפולס מיט די פרויען דרייווערס?
וואלט דער שבט הלוי געאסרט די גרויסע פירצה פון מענער דרייוון און געשריבן אז בכלל זיי קענען נישט גוט דרייוון ?
וואלטן מוסדות געזאגט פאר עלטערן אז חוץ אויב דער מאן גיבט אויף דרייוון קען מען נישט אננעמען?
חברים, וואס מען דארף האבן מענערישע כוחות, וויאזוי וואלט דאס אפערירט?
וואלט מען אפגעזאגט שידוכים ווייל ’’קוק אהער, דער עלסטער זון דרייווט?”
וואלט מען געשריבן אויף אייוועלט אז איינער וואס מען דארף אים מסביר זיין חומר הדבר קען זיך גיין צו ק”ש?
וואלט כ”ק אדמו”ר התורת מרדכי ממאנסי געלאזט הצלה פארן שבת? וואלט ער געלאזט זיינע מענער דרייוון?
וואלטן רבנים געוועזן ביזי מסביר זיין דעם חומר האיסור? וואלט מהר’א געזאגט ווי לענגער מען דארף מעורר זיין דעם חתן אלס שנעלער וועט ער ל’ע דרייוון? וואלט מהרז”ל געמאכט א תקנה אז איינער וואס דרייוון מעג נישט דאווענען פארן עמוד?
דאס וואלט געמיינט אז די פרויען זענען בעה״ב און די מענער וואלטן געדארפט אלעס פרעגן פון די פרויען, מהרז״ל, מהר״א און די תורת מרדכי וואלטן נישט געווען רבי נאר זייערע ווייבער, יעדע ביהמ״ד וואלט געהאט א עקסטערע טישאו באקס און צווישן מנחה און מעריב דארפן אלע מענער זיך אפווישן און אויב עס האט א פלעק דארף מען עס געבן פאר די ווייב, די ווייב וואלט עס געדארפט געבן פאר א פרוי וואס האט סמיכה צו שמעקן און באטראכטן צו די פלעק איז קטנים אדער זרע, די בעסערע פרויען וואלטן געפרעגט די שאלות פון מרת טייכמאן ווייל זי איז א מקיל… אויב מאיז חושש אז מהאט א מכה דארף מען גיין צו איינער וואס הייסט זלמן לייב פילאפ און געבן הונדערט דאלער און ער וואלט עס באטראכט פון אלע זייטן צו דו האסט א מכה, אלע פרויען וואלטן געזיצן אויף די באסעס אין פראנט און די מענער וואלטן געשטאנען אין בעק, איך וויל נישט טראכטן ווייטער, סאיז ביטער.
 
לעצט רעדאגירט:
ווען עס וואלט זיך דעוועלאפד אז פרויען מעגן יא דרייוון מענער נישט, ( פרעג נישט פארוואס ווייל דער יעצטיגער מהלך איז אויך אבסורד.) וויאזוי וואלט עס אויסגעקוקט?
וואס הייסט פרעג נישט פארוואס?
אזוי ווי @שמחה זאגט, ווען די פרויען וואלט געווען די רבנים און די חכמים. ווי רביה"ק זי"ע האט שוין געזאגט בשעתו אין ק"ש אז די חכמיות וואלטן געזאגט אויף די מענער 'חמת מלא זרע'.
 
געזען אמאל א קונטרס פון א ליטוואק מיט 38 סיבות 'להלכה' פארוואס די פרוי דארף דרייווען די מאן און נישט פארקערט.

1 די פרוי דארף מכבד זיין די מאן, און נישט ער זאל זיין איהר טעקסי דרייווער.
2 - שמירת עינים די פרוי זאל קוקן אויף די ראוד, נישט ער.
3 - ביטול תורה - אפי' אויב די מאן לערנט נישט, טאר ער זיך נישט נעמען נאך דזשאבס אויף זיך שלא לצורך, ווייל ער קען ווען און יענע צייט לערנען...

וועד הרבה...
 
די גאנצע שמועס גייט לכאורה זיין Moot אין עטליכע יאר פון יעצט, די Autonomous קארס פון טעסלא, וועימא און אנדערע פארן שוין יעצט ארום אליין אין קאנטראלירטע געגנטער מיט גרויס סוקסעס, עס איז א פראגע פון צייט ביז עס וועט זיין אוועילעבל איבעראל און יעדער וועט זיך רופן א סעלף דרייווינג קאר ווען מען וויל.

אין געוויסע פילמס לייגט מען אפילו אראפ א צוקונפט וואו מען טאר נישט אליין דרייוון ווייל עס איז נישט אזוי סעיף ווי א ראבאט דרייוון.

 
לאך נישט, אבער גלייך נאך מיין חתונה האב איך געהאט א פראבלעם אז איך האב געוואלט מאכן לייסענס אבער זי האט נישט מסכים געווען, ווייל מקען נישט מאכן אזוי שנעל גלייך נאך די חתונה
טאהשע רבי ז"ל האט געמאכט א תקנה אז זיינע שוחטים טארן נישט האבן לייסענס.

אמאל האבן כולל אינגערלייט נישט געהאט קיין סעלפאונ'ס און לייסענס.

צום פותח האשכול, אויב וואוין איך נישט אין מאנסי דארף מיין ווייב נאך אלס מאכן לייסענס?
איך האלט אז ווער עס וויל זאל דרייווען, ליוו ענד לעט ליוו.
 
Back
Top