פרישע אנקעטע - גלייבן אין גאט און אידישקייט

דו גלייבסט אין גאט און אין אידישקייט?

  • אודאי! 100 פראצענט אן קיין שום ספיקות! אין בין א נאר און איך גלייב!

    Votes: 11 21.2%
  • קען מען דען זיין 100 פראצענט זיכער אין עפעס? וועגן דעם הייסט עס אמונה, איך גלייב שטארק דערין

    Votes: 2 3.8%
  • איך האב געטון אין חקירה און איך בין איבערצייגט אין די ווארהייט דערפון

    Votes: 4 7.7%
  • אין גאט גלייב איך אבער נישט אין קיין רעליגיעס

    Votes: 2 3.8%
  • איך בין גוט צעמישט, איך ווייס אליין נישט וואו איך שטיי, אמאל אזוי אמאל אזוי, יעדן טאג אנדערש

    Votes: 9 17.3%
  • אין גאט גלייב איך אבער אידישקייט זעט מיר אויס צו זיין פאלש

    Votes: 1 1.9%
  • איך האב געטון אין חקירה און איך גלייב מער נישט אין גאט אדער אידישקייט

    Votes: 2 3.8%
  • איך האב געטון אין חקירה און איך בין איבערצייגט אז ס'נישטא קיין גאט, און אידישקייט איז א סקעם

    Votes: 0 0.0%
  • איך גלייב אין גאט און אידישקייט אבער אונזער חרדישע סיסטעם גלייב איך איז גאר ווייט פון עכטע אידישקייט

    Votes: 18 34.6%
  • איך דין געטשקעס

    Votes: 3 5.8%

  • Total voters
    52

Thanks

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 18, 2025
מעסעדזשעס
476
רעאקציע ראטע
1,852
פונקטן
213
שוין לאנג נישט געווען דא א פאול, האב איך געטראכט ארויסצושטעלן אט דעם פרישן פאול וואס געוויסע האבן געשריבן אז זיי וואלטן געוואלט זען אזא אפשטימונג.

גאט אין די פאול מיינט אונזער הוי"ה ברוך הוא. עניטינג עלס, יוזל, זוס, ווישנא, קרישנע, וכדומה גייט אלעס אריין אין געצנדינעריי.
 
איך דין געטשקעס :ROFLMAO::ROFLMAO::ROFLMAO:
לאמיר זען וויפיל חברה נעמען די אפציע
כהאב עס אריינגעלייגט אביסל פאר די הומאר, אבער אויך ווי געשריבן אויב איינער דא גלייבט אין אנדערע געטער (אוי מי יתן לנו רביה"ק פון קאווע שטיבל) אדער אין יוזעס קרייזט, גייט עס אריין לצורך די פאול אין "איך דין געטשקעס".
 
פארוואס דארף מען זיין א נער צו גלייבן?
 
פארוואס דארף מען זיין א נער צו גלייבן?
מ'דארף נישט!

דער וואס האט געמאכט די פאול האלט אז ווער ס'גלייבט אהן חקירה איז א נער, און האט אזוי אויסגעשטעלט די פאול.

אבער די אמת איז נישט אזוי,
איך בין א חכם און גלייב!
 
מ'דארף נישט!

דער וואס האט געמאכט די פאול האלט אז ווער ס'גלייבט אהן חקירה איז א נער, און האט אזוי אויסגעשטעלט די פאול.

אבער די אמת איז נישט אזוי,
איך בין א חכם און גלייב!
דער וואס גלייבט אן חקירה גייט לכאורה אריין אין איינע פון די נעקסטע צוויי קאטאגאריעס.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
פארוואס דארף מען זיין א נאר צו גלייבן?
ווייל אזוי האט די סאנז׳ע זיידע געזאגט
אז נאך אלע חקירות בין איך א נאר און איך גלייב

(בד״וו מ׳שרייבט נאר און נישט נער
נער מיט אן ע׳ איז א בחור אויף לשה״ק משא״כ נאר מיט אן א׳ מיינט טיפש)
 
און וואס איז מיט מיין אפשען???
איך גלייב נישט אין גאט, איך גלייב נישט אין אידישקייט און זיכער נישט אין די חרדי׳שע היינטיגע סיסטעם, אבער איך גלייך געוויסע זאכן פון די חסידישע קולטור
 
ווייל אזוי האט די סאנז׳ע זיידע געזאגט
אז נאך אלע חקירות בין איך א נאר און איך גלייב

(בד״וו מ׳שרייבט נאר און נישט נער
נער מיט אן ע׳ איז א בחור אויף לשה״ק משא״כ נאר מיט אן א׳ מיינט טיפש)
די סטעיטמענט קומט פונעם בעש"ט

איים סארי טאמער איז ער נישט געווען דיין זיידע...

און נער ספעלט זיך יא מיט אן עין, מ'שרייבט נישט נאר און נארנים, מ'שרייבט נער און נערנים, ס'איז נישט קיין סתירה אויב א בחור אין לשון קודש ווערט אויך אזוי געספעלט
 
די סטעיטמענט קומט פונעם בעש"ט

איים סארי טאמער איז ער נישט געווען דיין זיידע...
איך געדענק זעהן פונעם סאנז׳ע זיידע
אבער די בעש״ט איז אויך א זיידע
און די ווארט איז גוט אויך אויב נישט קיין זיידע מיינע זאגט עס וקבל את האמת ממי שאמרו (אלא מאי רעדט מען פון די פולישע חיידער…)
און נער ספעלט זיך יא מיט אן עין, מ'שרייבט נישט נאר און נארנים, מ'שרייבט נער און נערנים, ס'איז נישט קיין סתירה אויב א בחור אין לשון קודש ווערט אויך אזוי געספעלט
קען זיין
איך האב אייביג געזען שרייבן נאר און נישט נער
אבער איך בין מקבל
 
האט א חכם אמאל געזאגט "איך בין נישט קיין נאר און איך גלייב נישט"
 
אין טאמער מ'איז נישט קיין חכם און מ'גלייבט נישט? וואס איז דעמאלטס די הלכה?
 
איך בין שאקט אויף די אטקאם פון די פאל איך האב געמיינט מער מענטשן גלייבן נישט בכלל .
 
מ'דארף נישט!

דער וואס האט געמאכט די פאול האלט אז ווער ס'גלייבט אהן חקירה איז א נער, און האט אזוי אויסגעשטעלט די פאול.

אבער די אמת איז נישט אזוי,
איך בין א חכם און גלייב!
דאס האט איינער געשריבן אויף אייוועלט אוי זאגט ער גוט

איך האב שוין די נושא אויפגעברענגט כמה פעמים אויף אייוועלט, איך האלט ס'איז אמת ויציב.

די וואס זעהן אין שכל אן עיקר און פארשטייען נישט אז דאס איז בלויז א יצירה פונעם קל חי עס נוצן דארט ווי מ'מוז, קענען זיך נעביך אפלעבן א חיי של צער חלילה.

די שכל איז א מתנת אלקים אבער טאקע צוליב די מעכטיקייט דערפון דארף עס ליגן אין א פארשלאסענע שופלאד עס צו עפענען לצורך גדול מאוד. די עיקר מחשבה דארף זיין מיט הרגש און חמימות הלב זיך צו קאכן אין די אייגענע אייגנארטיקייטן און עס אויסצונוצן עד הסוף. דארט ווי הרגש קען זיין א געפאר נוצט מען שכל צו לייגן א ברעיק אבער נישט מער.

וכמאמר החכם, מ'דארף האבן שכל ווען צו נוצן דעם שכל...

גיב עס נישט מער קרעדיט ווי ס'קומט זיך אים.

פאר די צווישן אונז מיט שכל ווייסן און פארשטייען וויפיל תפילות ותחנונים מ'דארף איינרייסן בדמעות שליש צו קענען אוועקלייגן דעם שכל.

ונמצא חן ושכל טוב בעיני אלוקים ואדם.
 
Back
Top