פשט פון דיין ניק

פארהייראט

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אפר. 23, 2025
מעסעדזשעס
23
רעאקציע ראטע
160
פונקטן
23
מען בעט דער עולם זאל אריינקומען און מסביר פשט פארוואס זייער האבן אויסגעוועלט זייער ניק.
ביי די עכטע נאמען - אנלייק די אלגעמיינע באפעלקערונג - האט די נאמען נישט קיין שום מיינונג, מען געט עס נאר ווייל יעצט איז עס מיין טשענס און מיין באבע וועט ווערן באליידיגט טאמער געב איך נישט קיין נאמען נאך איר זעליגע-פאטער.
אבער יעצט אז מען האט יא די אפערטוניטי זיך צי געבן א נאמען איז לאמיר הערן די ביהיינד די סינס.

ובזה החלי אלץ קריינא דאיגרתא (בנוסח ״אונזער חתן איז דאך א גרויסע תלמוד חכם, במילא איז דאך שוין פארענטפערט פארוואס שמח תשמח איז א דאפלטע לשון, דאס איז צי מרמז זיין אויף די דאפלטע לשון פון טוב לי טוב לי תורת פיך״).
איך האב א שטיקל אבסעסיע מיט ווערטער וואס האבן א ווארט אויף אידיש אבער צוליב פארשידענע אורזאכן (מערקט; ער האט נישט געזאגט ״משום כמה סיבות״) ניצט מען די לשון קודש׳ע ווארט.
מילא האב איך געזיכט אזא מין ווארט אבער עס זאל זיך הערן געשמאק ווי מען רופט אויף האלאו-שפראך ״די wow פאקטאר״
און פארהייראט איט איז, צוליב וואס עס ברענגט ארויס די קאטשעניו פון די מיינונג פון די ווארט, חתונה געהאט מיינט געבן קידושין און אויפהייבן די גארטל, פארהייראט מיינט א מאן און א פרוי אין א ראמאנטישע פאראיין.
 
מיר האט אלעמאל געווינדערט פארוואס איז מען אזוי פארנומען ביי שעלעשידעס מיט די חוצפה׳דיגע הינט?! האלא ס׳ראווא דראווין (וואטעווער סע מייט) מען דארף זיין פארנימען מיט זרע לבטלה, וואס מאכט עטץ משוגע מיט כלבין דחציפין.
 
לעצט רעדאגירט:
איך האב מיך אויפגעסיינט אלטס זייגער מיינענדיג אז איך טריי צי זיין פונקטליך ווי א זייגער אבער סאמהאו האט עס איינער דא גענומען אז איך זייג אדער וויל זייגען פין פרויען מ׳זעהט ווי די דורכשניטליכע קאפ דא לויפט לאל
 
איך בין נידריג און דאר, איז כדי צו באהאלטן מיין אידענטיטעט, האב איך מיך א נאמען געגעבן פארקערט.

@זייגער, איך בין עס געווען. סארי, כ'האב גארנישט געמיינט, און דו האסט נאכנישט געהאט קיין אוועטאר דעמאלט'ס. (מיין קאפ לויפט נישט געווענליך אין די ריכטונג.😊)
 
כ׳האב געשפירט אז כ׳בין א גרויסער בהמה אז כ׳עפן דא א ניק (עס צו טאהן אביסל שענער ״מיין נפש הבהמית האט זיך געשטארקט״)

טא וואלט איך דאך געדארפט הייסן בהמה גסה?
אמת, I’m glad you asked, נאר אזויווי פיזיש בינעך א קליינער (לאו דוקא דין) ערלויב איך זיך כאטש די בענעפיט צו הייסן נאר בהמה דקה
 
איך האב מיך אויפגעסיינט אלטס זייגער מיינענדיג אז איך טריי צי זיין פונקטליך ווי א זייגער אבער סאמהאו האט עס איינער דא גענומען אז איך זייג אדער וויל זייגען פין פרויען מ׳זעהט ווי די דורכשניטליכע קאפ דא לויפט לאל
האסט לכאורה ארויפגעלייגט דיין אוואטאר ערשט שפעטער, צי אויסקלארן..

עדיט:
איך זעה יעצט אז הויך ברייט האט עס טאקע קאנפירעמט
 
איך בין דער יענער וואס ברעכט אייביג די סיילענס אין די ראום און צוברעכט יעדעם'ס באבל, און שנייט אריין טיף.
ממילא @מסתת הרים.
אזוי ווי אין די אוואטאר.

כ'האף דו ווערסט נישט אויס חבר מיינע 😅
 
פשט פון מיין ניק וועל איך ציטירן מיינע ווערטער אין שנירל 'שלום עליכם לאמיר זיך באקענען'

איך בין דא אין קרעמל אויסצישרייען שומו שמיים!! אויף די פירצות וואס די 'סיסטעם' זייעט אן
(בבחינת מוציא בלאו מפיו...) מיט א פאזעטיווע ענערגיע וויל איך אוועקבלאזן די נעגעטיוועטי און גילט
מיט וואס די סיסטעם האט פארפעסטעט דעהם עולם... און אנטבלויזן דעהם דור פון די קאלאטשען ביזן
רעשוואלקע צי אנטדעקן איר אמתער שיינע גלאנץ וואס זי פארמאגט...

און נאך א זייטיגע נאטיץ געשריבן דארט:
(נ.ב. די ריכטיגע וועג צי ארויסזאגן שומו שמייעם איז מיט די ליטווישע הברה אזוי ווי גדליה שרייט מנהמת ליבו הטהור אויף שאבאבניקים, פון איהם בין
איך בעצם געווארן אינספירירט....)

און די אוואטאר מיינער איז דאך פשוט פשט.....
 
איך האב זייער הנאה פון דיין ענערדזי און שפראך דו דערמאנסט מיר פון די קאווע שטיבל oldies א שטייגער ווי שטילע יונגערמאן...
 
איך פראביר צו זיין ערליך, אבער אפן און נישט איינגעקעסטלט,
דיסקלעימער: ערליך מוז נישט מיינען אז איך גלייך געפילטע פיש...
ערליך מיינט אז מ'האט ליב דעם באשעפער און מ'טרייט צו זיין גוט צו אים.
 
עהעם, וואסי פשט פון מיין נאמען?...
גוטע קשיא,
כווייס?

איין פשט, #פשט, ווייל כ‘האב געזען אזוינע זיסע אידן וואס דרייען זיך דא, האטזעך מיר אנגעקלעפט אביסעלע, בבחינת כל המחובר לטהור....

#רמז, אז איך האב ליב זיסקייט, מיין נפש ציט צו זיסקייט און געשמאק‘קייט

#דרוש, עכט בין איך אן אנגעזאלצענע פארביטערטע פערזאן,
כ‘האב נישט געוואלט דער‘עולם זאל כאפן ווער כ‘בין... האב איך מיר פארשלייערט,

#סוד, אידאך א סוד, קעמען נישט ארויס געבן....
 
Back
Top