פשט פון דיין ניק

מען בעט דער עולם זאל אריינקומען און מסביר פשט פארוואס זייער האבן אויסגעוועלט זייער ניק.
ביי די עכטע נאמען - אנלייק די אלגעמיינע באפעלקערונג - האט די נאמען נישט קיין שום מיינונג, מען געט עס נאר ווייל יעצט איז עס מיין טשענס און מיין באבע וועט ווערן באליידיגט טאמער געב איך נישט קיין נאמען נאך איר זעליגע-פאטער.
אבער יעצט אז מען האט יא די אפערטוניטי זיך צי געבן א נאמען איז לאמיר הערן די ביהיינד די סינס.

ובזה החלי אלץ קריינא דאיגרתא (בנוסח ״אונזער חתן איז דאך א גרויסע תלמוד חכם, במילא איז דאך שוין פארענטפערט פארוואס שמח תשמח איז א דאפלטע לשון, דאס איז צי מרמז זיין אויף די דאפלטע לשון פון טוב לי טוב לי תורת פיך״).
איך האב א שטיקל אבסעסיע מיט ווערטער וואס האבן א ווארט אויף אידיש אבער צוליב פארשידענע אורזאכן (מערקט; ער האט נישט געזאגט ״משום כמה סיבות״) ניצט מען די לשון קודש׳ע ווארט.
מילא האב איך געזיכט אזא מין ווארט אבער עס זאל זיך הערן געשמאק ווי מען רופט אויף האלאו-שפראך ״די wow פאקטאר״
און פארהייראט איט איז, צוליב וואס עס ברענגט ארויס די קאטשעניו פון די מיינונג פון די ווארט, חתונה געהאט מיינט געבן קידושין און אויפהייבן די גארטל, פארהייראט מיינט א מאן און א פרוי אין א ראמאנטישע פאראיין.
דו שרײבסט אזױ װי יוסי בראך, פון בין פארן ובין תופל, ולבן רעדט.. 😆
 
איך בין געבוירן אין @מרחשון, און מיין טיפוס איז אויך פון דעם חודש, פאר ווער עס קען די פערסאנעליטיס אין די חדשים היפאטעזע, וואס איז לכאורה הוילע דמיונות על טהרת הקודש... אלזא, פיר אליינס אויס - אט אזוי! האב איך דאס גענומען פאר מיין ניק.

"נו! זעסטעך אז די חדשים היפאטעזע איז יא אמת!?"

אנעקדאטעל עווידענס, דו פאנאט!
 
איך טרעף זיך מסביר זיין מיין ניק נאכאמאל אויף יעדע סייט ווי איך סיין זיך ארויף

תרמב איז א נאמען פון א פיצי געסל אין ירושלים, ס'איז אין די געגנט פון די תימנע הייזער, איך ווייס נישט צו ס'וואוינען נאך דארט תימנים, אבער יארן צוריק האבן דארט געוואוינט תימנים, און די נעמען פון די געסלעך זענען על שמם, ס'איז דא דארט א געסל רצאבי, חבשוש, און נאך וואס איך געדענק נישט.

תרמב איז די יאר וואס אידן פון תימן האבן אנגעהויבן עולה צו זיין קיין ארץ ישראל און על שם דעם יאר האט מען א נאמען געגעבן דעם געסל.

ווען איך האב געלערנט אין ארץ ישראל האב איך געוואוינט אויף דעם געסל, א חודש צוויי אריין אין זמן האט מיר א חבר געהאלפן עפענען אן אימעיל אדרעס אין א קיאסק, איך האב געטראכט אז איך וועל עס נוצן צו שיקן בילדער צו מיין טאטע און פאמיליע, אבער איך האב נישט געוואלט אז ער זאל טראכטן אז איך האב געעפענט אן אימעיל אדרעס, איך לערן דאך פלייסיג, האב איך געמאכט אן אימעיל אדרעס על שם די גאס ווי איך בין, און איך האב געטראכט אז איך וועל אים איינרעדן אז ס'איז נישט מיין אימעיל אדרעס, ס'באלאנגט נאר צו מיינע חברים פון מיין דירה...

איך גלייב נישט אז ער האט מיר געגלייבט...

פון דעמאלטס אן איז דאס געווארן די נאמען וואס איך האב אנגעהויבן נוצן פאר יעדע וועבזייטל וואס איך האב אריינגעסיינט.
 
כ'האב געזוכט א נאמען וואס כ'האב געטראכט דעסקרײַבּט מיין פערסאנאַליטי אביסל יענע צייט, קען משתמע זיין לתרי אנפין, קען גענוצט ווערן אפצולאכן פון מיר און פארמאגט אויך א רעפרענץ צו מיין עכטע נאמען.
 
@סמולנסקין וואלסטו אפשר געקענט אויסקלארן די באדייט פון דיין ניק נאמען?

איז עס אן עסן? א שטאט? א משפחה נאמען? א ווארט אין א צווייטע שפראך? אדער סתם אן אייגענע יצירה?
 
מיין נאמען (שפן הסופר) באדייט פאר מיר זייער אסאך.

דורכאויס א שיין שטיק צייט וואס כ'האב געהאט ערנסטע ספיקות/קשיות אין/אויף אונזער מסורה האב איך מיך כסדר מחזק געווען מיט די ראיית הכוזרי (600,000 מענטשן ראיה).
כ'האב טאקע געהאט א בארג מיט סיבות פארוואס ס'איז ממש נישט מעגליך אז די תורה זאל זיין Divine, פארט אבער האט די ראיית הכוזרי מיר אנגעהאלטן מיט אלע כוחות, ווייל ס'איז דאך א ראיה וואס האט ממש נישט קיין אפפרעג...

איין שיינעם טאג האב איך מיך אנגעהויבן מאכן דעם חשבון אז מעגליך אז די תורה וואס מיר האבן היינט איז בכלל נישט עפעס וואס איז אלס געווען באוואוסט ביי כלל ישראל (דאס איז נאך געווען איידער כ'האב געלערנט צופיל נ"ך).
מעגליך אז כאטש ס'איז געווען עפעס מסורה'ס פון א מעמד ביים הר סיני אדער פון א לעגענדארער שופט מיטן נאמען משה, איז עס אבער געווען אויף א פיל שוואכערע פארנעם ווי דער מעמד וואס מיר קענען היינט, און בס"ה האט איינער פון די מלכים/שופטים/נביאים שפעטער אריינגעברענגט די תורה אין די פארעם וואס מיר האבן היינט, און דער עולם האט אוודאי געגלייבט דאס וואס דער פירער האט זיי געהייסן גלייבן, און ערשט דאן איז געבוירן געווארן דעם מעמד וואס מיר קענען היינט (600,000 און אנדערע דעטאלן).

פארשטייט זיך אז אפילו בלויז אזא מעגליכקייט, צו ווארפט אינגאנצן די 600,000 ראיה... און די בארג מיט קשיות און ספיקות זענען צוריקגעקומען מיטן גאנצן שטארקייט.

שפעטער ווען כ'האב צוביסלעך דורכגעלערנט נ"ך און אנערקענט אז ס'איז נישט נאר אן הייפאטעטישער זאך וואס האט געקענט פאסירן, נאר נ"ך אליינס שרייבט 2 מאל (אין מלכים און נחמיה) אז אזא זאך האט אין פאקט פאסירט, איז עס געווען דעם לעצטן שטרוי.

דער ערשטער מאל וואס נ"ך שרייבט אזא מעשה אינוואלווד עס א איד מיטן נאמען "שפן הסופר", האב איך דאס געקליבן פאר מיין נאמען.
 

איך האף ס'איז קלאר by now:
לגבי מיין ניק... ביים זיך איינשרייבן אין ק"ש האב איך געטראכט מיט וועלכע ניק אויפצוקומען. כ'האב קודם געטראכט פון דאס און יענץ, ביז ס'געבליבן אז מ'גייט גיין מיט'ן ערשטן אות פון די אלף בית… לייג איך אריין אלף, און דער סיסטעם טענה'ט אז מ'דארף א מינימום פון 4 אותיות. נו, וואס טוט א איד?! מ'לייגט צו די ערשטע אות פון די אלף בית ביים ענדע… דאס אלעס!
 
איך האף ס'איז קלאר by now:
קלאר ווי די טאג:

מיין אבסעסיע מיט דעם געדאנק פון איינטיילן די היימישע געמיינדע אין פיר קאטעגאריעס האט מיר געמאכט טראכטן ווי פאסיג מיין ניק איז.

נעמליך:

א'ויפגעקלערט אידן (4)
ל'ויזע אידן (3)
פ'רומע אידן (1)
א'ייוועלט אידן (2)
 
Back
Top