בכלל נישט. די נודע ביהודה (תניינא קיז) און חתם סופר (יו"ד קע) שרייבן אז ליל טבילה איז נישט קיין חובה. נאר געווענליך איז דאס עונה מדאורייתא ווייל זי איז א משתוקקת, אבער אויב עס איז מרצון שניהם קען מען עס זיכער אפשטופן. און די איינרעדעניש פון א סכנה האט נישט קיין מקור און שולחן ערוך נאר איז אן אלטע איינרעדעניש וואס ווערט דערמאנט אין שו"ת שבות יעקב (יו"ד סי' ע"ז).