פתח פתוח מצאתי

כלבין דחציפין

אלטגעזעסענער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2025
מעסעדזשעס
136
רעאקציע ראטע
659
עולם ס׳איז באו מים עד נפש, עס איז געפערליך דאס די שיגעון פון האלטן די טיר אין נאמען פון פאלייטנעס, איך דארף האלטן די טיר פאר די נעקסטע מענטש און די נעקסטע מענטש דארף האלטן די טיר פאר די נעקסטע מענטש ואין לדבר סוף, ממש סדום.
לו יצוייר איין מענטש דארף האלטן די טיר פאר יעדן החרשתי, פיין ער ווייל זיין א גוטער און נאך פארדינען א שם טוב אלץ פאליטיקלי קערעקט, אבער וויאזוי עס איז יעצט איז עס א סאָבּ-זערא געים יעדער דארף האלטן די טיר און יעדער ווערט געהאלטן די טיר פאר. ממש שלי שלך ושלך שלי וואס די משנה זאגט שוין אז דאס איז א שוטה.
איי וועסטו פרעגן נו כלבין אז די ווילסט נישט האלטן די טיר, איז נישט, עס איז א פרי-קאנטרי קיינער קען דיך נישט צווינגען! זאג איך דיר ניין, בעוד כברת ארץ, סע וועט זיין א חילול השם און מע׳וועט זאגן אז די אידן האלטן נישט די טיר נאר דאס פעלט מיר יעצט אויס ווי א שטרוי אויפן קעמל פון אנטעסעמעטיזם.

איז נאר געבליבן איין ברירה מען זאל גיין צי די אינסטאנצען איינרייסן צו אומלעגאל מאכן דאס האלטן די טיר, מען וועט שיקן פעטיציעס מיט מאסן צעטליך מיט יונה כהן און בנציון ווידער, שמעון ראלניצקי וועט אויפשטורעמען דאס יהדות החרדית אויף קול מבשר, די ניי צימערמאן (סע׳שוין דא?) וועט זיך פארמאכן די אויגן און שרייען קול מלחמה במחנה און גאנץ קווינס ישיבה וועט זיך ארויסלאזן מיט די דזשילעטס און בינדן-טעיפּ מען וועט לאָטן מענהעטען, מען וועט גנב׳ענן אייפאונס און מפ3 פלעיערס, אלעס אין נאמען פון מחאה, אליעזר קרויס וועט געבן קאנטרעווערסיאלע דרשות אויף קולמע און זלמן וועט עס פארמעקן, די אייוועלטיסטן וועלן שרייען ״ווי זענען די עסקנים ווען מען דארף זיי״ די איד-טישיסטן וועלן לאכן פון עס וויבאלד די פראטעסטן זענען אין די עניינים פון טעגלאש, אויף קרעמל וועט מי אני באשרייבען פארוואס פיליזאפיש איז יא גערעכט צי האלטן די טיר און אלפא וועט פרעגען 24 קשיות ווי ריש לקיש צי ר׳ יוחנן, פארשטייט זיך עס גייט ארויסקומען די נייע נישט-האלטן-די-טיר-אפען-קארדס פון די השומרים קורפאראציע נאך וואס די סמארטפאן מערכה גייט שוין ארויס פון די נאזלעכער, און אין השמיעיני וועט זיין א מעשה פון איינער וואס האט נישט געהאלטן אפען די טיר און פונקט אין יענע מינוט איז א הונדרעטער אראפגעפאלן פון הימל. וזאת תורת החרדיות על רגל אחת.
 
ביי מיר שטייט לא יחרץ כלב לשונו, אבער דער כלבין איז זיך מתחצף בפני כל עם ועדה, אן קיין שום בושה. ער האלט נישט אפן קיין טירן...

פארוואס נישט מאכן א נייע גזירה, אלע פרומע יונגערלייט וואס ביז יעצט פארהאקן די טיר אויף א פרעמדע פרוי, ווי אויף להכעיס, דארפן פון היינט און ווייטער האלטן אפן פאר יעדן פרוי און שיין גריסן... די איבעריגע דארפן נאר האלטן אפן אויב זיי ווילן, אדער אויב זיי האבן א שטיקל קראָש אויף די ספעציפישע שכנ'טע.
 
אלע פרומע יונגערלייט וואס ביז יעצט פארהאקן די טיר אויף א פרעמדע פרוי,
די פרויען זענען בכלל נישט קיין צדיקים.. וויפיל מאל האב איך געהאט מיט די פרומע פרויען און מיין בילדינג, זיי זענען און די עלעוועיטער, זיי זעהן מיר קומען פון די מעיל, און זיי פאשן אויף דעים דאר קלאוסט קנעפל מיט אזא רציחה, כאילו ס'זייער בעבי בשעת לעיבר, גיי זא זיי מסביר אז ווילאנג איך גיי זיי ח"ו אויסטאן די 100טער לעירס פון מאסן קליידער, און ביז איך גיי אויספיגערן ווי די זיפער איז ביי די שיינע קערטאן סקירטס, קען שוין די עלעוועיטר זיין 50 מאל אויף די 100סטע שטאק און צירוק
 
אבער, דאונט ווארי.. איך האב די לעצטע לאך.. ווען איך קום אן צום עלעוועיטאר און דעי חברה שטייען שוין דארט פארסאפעט פיל מיט שאפינג בעגס און וויינעדיגע בעביס, און ס'נאך אויף די 6'טע שטאק איך גיי מיט א רואיגקייט צי די מעיל, און מ'ווארט ציזאמען ס'זאל אנקומען, איך עפן די טיר, מיט מיין גרויס גוטסקייט ווייז איך איר מיט די פינגער אז זי קען אריינגיין, פארשטייט זיך זי ווייזט מיט די הענט ס'גוט, און יא, די עלעוועיטער איז מיינס.
 
איין זאך וואס איך וויל טאקע אויסרעדן איז אויף ווי אזוי מ׳איז מחנך ביינונז, און ווי אזוי מ׳פירט זיך אויף.

פארוואס ווען איך פאר מיט מיין קאר אין אלגעמיין האבן די אנדערע רעספעקט - למשל טאמער איז דא א רויט לייט פאראויס וועלן זיי מיך געבן וועג ארויסצוקומען פון די זייט גאס, אן וועלן אויסדרוקן א דאנק ווען איך לאז זיי אריבער אין א שמאלע געסל, אבער א חסידיש יונגערמאן זאל דאס טון איז א וואונדער יעדעס מאל.

אויפן באן, ווען א חסידישע משפחה קומט ארויף, דרייט זיך די גאנצע באן איבער אין דעם גאנצן קערעדש. אבער א ליטווישע משפחה, אפילו ס׳איז אביסל לעבעדיג מיט זעקס קינדער, פרובירן זיי צו וואס ווייניגער שטערן אנדערע רייזנדע.

מ׳שטופט אריין אין די קיו, מ׳שטעלט אפ די סיידוואלק, ווי כאילו "לא נברא העולם אלא בשבילי..." מ׳ווארפט ארויס שמוץ אין מיטן גאס - "הו קעירס?" מ׳לאזט די פארשטונקענע געפילטע פיש פון שלש׳ודעס אין די לאבי פון שול ביז פרייטאג.

און כ׳האלט נישט אז ס׳קומט פון א luck of mannerism, נאר א luck פון רעספאסיביליטי, און thoughtfulness, וואס ווערט ליידער אנגעקוקט ווי א "גויישע זאך".

דאס איז די זעלבע סיבה פארוואס אפילו עלטערע מענטשן קראסן די גאס אן צו געבן א בליק אויף רעכטס און לינקס, קינדער פליען מיט בייקס אריין אין די גאס און ס׳שיער נישט געווען א קרעש... און צומאל האט מען נישט קיין מזל און א קרעש געשעט...

איך זאג נישט, מ׳דארף זיין over protective און נישט ארויסלאזן די קינדער אליין, אבער לערן כאטש אויס רעספאנסיביליטי!
לערן זיי אויס צו באגריסן, צו טראכטן פון אנדערע, נישט נאר צו געבן צדקה און צו פרעסן, נאר טראכט פון די ארומיגע יעדן טאג.

יא, פיל מענטשן "באשווינדלען" די מדינה - אמת. אבער זיי נישט קיין חיה דערביי. א שטילע גניבה - נו, מילא. אבער נישט צו טון זאכן כאילו קיינער איז נישטא... יעדער טוט וואס זיי ווילן, פארוואס נישט? "בריש גלי", "לית דין ולית דיין"... מ׳שעמט זיך בכלל נישט.

ס׳איז דא אסאך צו רעדן אבער דער סוף פסוק איז ס׳פעלט ביי אונז רעספאנסיביליטי און טראכטן פון ארומיגע, און מ׳דארף מער מחנך זיין אויף זיין מער אויפמערקזאם און נישט זיין א חיה פון די דשונגל, זיין א מענטש מעג אויך א בננש"קל, בן בנו פון די זיידע פון אלע אפעס.
 
און וואט עבאוט די פרויען ווען זיי שטעקן ארויס די קערידזש צום גאדער ווען מ'ווארט ביים לייט, כאילו ס'ליגט דארט פאטעטאס..

ממש איך האלט מיר איין יעדע מאל מיט אייזענע קייטן נישט צי זאגן עפעס, ווייל זי וועט נאך אנהייבן לויפן אריין און די פארעדיגע קארס, וואס הייסט? א פרעמדע מאן רעדט צי איר... האק טאע!!

וואט די העלל איז דעט?? ווי איז זייער שכל??

מ'דארף זיי ממש זאגן אז אויב די קינד שטארבט איז א שאלה פון הז"ל?!?!? אפשר נאר דעי שפראך רעדט צי זיי..
 
איין זאך וואס איך וויל טאקע אויסרעדן איז אויף ווי אזוי מ׳איז מחנך ביינונז, און ווי אזוי מ׳פירט זיך אויף.

פארוואס ווען איך פאר מיט מיין קאר אין אלגעמיין האבן די אנדערע רעספעקט - למשל טאמער איז דא א רויט לייט פאראויס וועלן זיי מיך געבן וועג ארויסצוקומען פון די זייט גאס, אן וועלן אויסדרוקן א דאנק ווען איך לאז זיי אריבער אין א שמאלע געסל, אבער א חסידיש יונגערמאן זאל דאס טון איז א וואונדער יעדעס מאל.

אויפן באן, ווען א חסידישע משפחה קומט ארויף, דרייט זיך די גאנצע באן איבער אין דעם גאנצן קערעדש. אבער א ליטווישע משפחה, אפילו ס׳איז אביסל לעבעדיג מיט זעקס קינדער, פרובירן זיי צו וואס ווייניגער שטערן אנדערע רייזנדע.

מ׳שטופט אריין אין די קיו, מ׳שטעלט אפ די סיידוואלק, ווי כאילו "לא נברא העולם אלא בשבילי..." מ׳ווארפט ארויס שמוץ אין מיטן גאס - "הו קעירס?" מ׳לאזט די פארשטונקענע געפילטע פיש פון שלש׳ודעס אין די לאבי פון שול ביז פרייטאג.

און כ׳האלט נישט אז ס׳קומט פון א luck of mannerism, נאר א luck פון רעספאסיביליטי, און thoughtfulness, וואס ווערט ליידער אנגעקוקט ווי א "גויישע זאך".

דאס איז די זעלבע סיבה פארוואס אפילו עלטערע מענטשן קראסן די גאס אן צו געבן א בליק אויף רעכטס און לינקס, קינדער פליען מיט בייקס אריין אין די גאס און ס׳שיער נישט געווען א קרעש... און צומאל האט מען נישט קיין מזל און א קרעש געשעט...

איך זאג נישט, מ׳דארף זיין over protective און נישט ארויסלאזן די קינדער אליין, אבער לערן כאטש אויס רעספאנסיביליטי!
לערן זיי אויס צו באגריסן, צו טראכטן פון אנדערע, נישט נאר צו געבן צדקה און צו פרעסן, נאר טראכט פון די ארומיגע יעדן טאג.

יא, פיל מענטשן "באשווינדלען" די מדינה - אמת. אבער זיי נישט קיין חיה דערביי. א שטילע גניבה - נו, מילא. אבער נישט צו טון זאכן כאילו קיינער איז נישטא... יעדער טוט וואס זיי ווילן, פארוואס נישט? "בריש גלי", "לית דין ולית דיין"... מ׳שעמט זיך בכלל נישט.

ס׳איז דא אסאך צו רעדן אבער דער סוף פסוק איז ס׳פעלט ביי אונז רעספאנסיביליטי און טראכטן פון ארומיגע, און מ׳דארף מער מחנך זיין אויף זיין מער אויפמערקזאם און נישט זיין א חיה פון די דשונגל, זיין א מענטש מעג אויך א בננש"קל, בן בנו פון די זיידע פון אלע אפעס.
די חסידישע עולם( די פרומע בעיקר) האבן עפעס אזא מיסקאנסעפשען פון מענערס, ביי זיי איז איבעראל די זעלבע ווי אין בית מדרש ביי מנחה מעריב, עפעס ווי איך בין דער איינציגסטער דא.

ס׳קרענקט מיך געפערליך ווען איך זע עס.
 
Back
Top