כלבין דחציפין
אלטגעזעסענער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- אפר. 15, 2025
- מעסעדזשעס
- 136
- רעאקציע ראטע
- 657
עולם ס׳איז באו מים עד נפש, עס איז געפערליך דאס די שיגעון פון האלטן די טיר אין נאמען פון פאלייטנעס, איך דארף האלטן די טיר פאר די נעקסטע מענטש און די נעקסטע מענטש דארף האלטן די טיר פאר די נעקסטע מענטש ואין לדבר סוף, ממש סדום.
לו יצוייר איין מענטש דארף האלטן די טיר פאר יעדן החרשתי, פיין ער ווייל זיין א גוטער און נאך פארדינען א שם טוב אלץ פאליטיקלי קערעקט, אבער וויאזוי עס איז יעצט איז עס א סאָבּ-זערא געים יעדער דארף האלטן די טיר און יעדער ווערט געהאלטן די טיר פאר. ממש שלי שלך ושלך שלי וואס די משנה זאגט שוין אז דאס איז א שוטה.
איי וועסטו פרעגן נו כלבין אז די ווילסט נישט האלטן די טיר, איז נישט, עס איז א פרי-קאנטרי קיינער קען דיך נישט צווינגען! זאג איך דיר ניין, בעוד כברת ארץ, סע וועט זיין א חילול השם און מע׳וועט זאגן אז די אידן האלטן נישט די טיר נאר דאס פעלט מיר יעצט אויס ווי א שטרוי אויפן קעמל פון אנטעסעמעטיזם.
איז נאר געבליבן איין ברירה מען זאל גיין צי די אינסטאנצען איינרייסן צו אומלעגאל מאכן דאס האלטן די טיר, מען וועט שיקן פעטיציעס מיט מאסן צעטליך מיט יונה כהן און בנציון ווידער, שמעון ראלניצקי וועט אויפשטורעמען דאס יהדות החרדית אויף קול מבשר, די ניי צימערמאן (סע׳שוין דא?) וועט זיך פארמאכן די אויגן און שרייען קול מלחמה במחנה און גאנץ קווינס ישיבה וועט זיך ארויסלאזן מיט די דזשילעטס און בינדן-טעיפּ מען וועט לאָטן מענהעטען, מען וועט גנב׳ענן אייפאונס און מפ3 פלעיערס, אלעס אין נאמען פון מחאה, אליעזר קרויס וועט געבן קאנטרעווערסיאלע דרשות אויף קולמע און זלמן וועט עס פארמעקן, די אייוועלטיסטן וועלן שרייען ״ווי זענען די עסקנים ווען מען דארף זיי״ די איד-טישיסטן וועלן לאכן פון עס וויבאלד די פראטעסטן זענען אין די עניינים פון טעגלאש, אויף קרעמל וועט מי אני באשרייבען פארוואס פיליזאפיש איז יא גערעכט צי האלטן די טיר און אלפא וועט פרעגען 24 קשיות ווי ריש לקיש צי ר׳ יוחנן, פארשטייט זיך עס גייט ארויסקומען די נייע נישט-האלטן-די-טיר-אפען-קארדס פון די השומרים קורפאראציע נאך וואס די סמארטפאן מערכה גייט שוין ארויס פון די נאזלעכער, און אין השמיעיני וועט זיין א מעשה פון איינער וואס האט נישט געהאלטן אפען די טיר און פונקט אין יענע מינוט איז א הונדרעטער אראפגעפאלן פון הימל. וזאת תורת החרדיות על רגל אחת.