כ'האב יעצט געענדיגט ליינען דעם ארטיקל. און וואס כ'פארשטיי דערפון איז, אז דאס וואס מיר רופן אן אמונה מיינט גלייבן און נישט זוכן צו פארשטיין אין וואס מ'גלייבּט נאר פשוט און פּראסט גלייבן. ווייל אויב לאזט מען זיך אריין אין די וויסן טייל דערפון דאן קען מען עס עווענטואל אפווענדן צו סייענטיפיש, היסטאריש, אדער ארכעאלאגיש, ביקורת המקרא וכדומה און די מצוה איז ענדערש צו גלייבן אפילו מ'האט נישט קיין ראיות מוכיחות דערצו, נאר דאס מיינט אמונה און דאס איז וואס אמונה אין די י"ג עיקרים זענען און פערטיג. אין אנדערע ווערטער אונזער רעליגיע אדער אמונה וויאזוי דו ווילסט עס אנרופן, קען בעצם זיין פארקערט פון סייענס, ארכעאלאגיע, היסטאריע וכו' אבער נישט דאס מאכט אונזער רעליגיע, ווייל אונזער אמונה איז נישט עפעס וואס האט צוטהן מיט א ריאליטעיט, ס'קען גאר זיין פארקערט פון ריעליטי נאר מ'ברויך גלייבן ווייל דאס איז וואס מיר זענען באפוילן געווארן און לויט דעם קומט אויס אז בעצם מוז בכלל נישט זיין אז די י"ג עיקרים אין וואס מיר גלייבן זענען פאקטיש פארהאן בכלל.
איך האב נאר עטליכע פראבלעמען מיט אט דעם מהלך וואס כ'פארשטיי נישט.
איינס, אויב קען מען נישט פרעגן קשיות נאר גלייבן דאן קוקט אויס די רעליגיע ווי גאר א שוואכע זאך, א רעליגיע אן יסודות סתם געבויעט אויף לופט.
צווייטענס, די תורה איז מעיד אז מיר זענען דער עם נבון וחכם, לויט דיין מהלך פארשטיי איך נישט פינקטלעך ווי די נבונות און חכמה ליגט פינקטלעך, א חוץ אויב וועסט טענה'ן אז דאס אליין אז ס'האבן זיך צוזאמען גענומען א גאנצע חברה און אויס געפונען א מהלך וויאזוי צוזאמען האלטן א סאסייעטי וועלכע זאל זיך ציען לעולמי עד, דורך גלייבן אין א איינציגע גאט, און אז די תורה איז געגעבן געווארן אויפן בארג סיני דורך א פיגור וועלכער האט געהייסן משה און ער האט עס מקבל געווען פונעם איינציגן גאט, און אז ס'איז פארהאן שכר ועונש, און אז משיח גייט איין טאג קומען און אויסלייזן די אידן, און אז דער באשעפער האט אונז ארויסגעצויגן פון מצרים אאז"וו די אלע י"ג עיקרים, און למעשה זעהט מען טאקע די גרויסע חכמה וואס ליגט דערין ווייל אונזער רעליגיע ציהט זיך שוין פאר טויזענטער יארן. אויב אבער גייט מען מיט דעם מהלך דאן איז די קריסטליכע רעליגיע און ווי אויך אלע אנדערע רעליגיעס פונקט אזוי גוט און פונקט אזוי אמת ווי די אידישע רעליגיע, הינדואיזם, טשינטואיזם, בודהיזם, איסלאם וכו' וכו' קוקט אויס ווי זיי האבן עס אויך אויסגערעכנט, די אלע רעליגיעס ציען זיך שוין אויך פאר טויזענטער יארן.
דריטענס, לויט ווי דו לייגסט עס אראפ אין דעם ארטיקל קומט אויס אז בעצם ווען איינער מאכט אפּ אז ער/זי וויל נישט גלייבן מער פאר סיי וועלכע סיבה, איז אויסגעשלאסן פונעם כלל אזוי ווי מ'זעהט טאקע אין גמ' סנהדרין פרק חלק, ווייל למעשה איז דאס די רעליגיע וועלכע די אידן האבן מקבל געווען אויף זיך און אויף זייערע קינדער (וויאזוי אינקלוד עס די קינדער פארשטיי איך נישט פינקטלעך, שוין אבער לאמיר זאגן אז יא) איז ווען איינער מאכט אפ נישט צו גלייבן מער און מ'נאיז אזא איינעם מחרים מוז עכט נישט זיין אז יענער ווערט טאקע מוחרם אין פראקטישן זין, נאר לויט די פארשריפטן פון די רעליגיע אבער ס'האט גארנישט צוטוהן מיט ריאליטעיט, פונקט ווי רעליגיע האט גארנישט צו טוהן מיט ריאליטעיט לויט דיר?