פולמוס שלום צדיק

@יששכר כץ נאכן דורך ליינען דיין ארטיקעל פון אנהייב ביז צום סוף, זעה איך אז איך בכלל נישט שלא מן הענין דא

ציטירט

3) Social Change. One of the most pressing tensions in the community is how to reconcile our values with our convictions, what to do when halakha points us in one direction and our contemporary values in another direction. We are tempted to follow our values but pulled to abide by our halakhic commitments. A proper resolution requires an emboldened stance toward tradition, one that allows us to cajole the tradition to reconcile itself with our modern sensibilities.

כאטש איך זיך נישט צולייגען דעם רב אויפן spot בין איך דאך נייגעריג צו הערן דיין אפיניען די סיבה דערפאר איז וויבאלד תנאי לקדישין איז for some reason נישט אנגענומען אפי׳ ביי modern orthodox א שטייגער ווי רבי הערשל שכטר פון YU אין רבי אבי ווייס פון חובבי תורה האט זיך אויך נאך נישט געלאזט הערן איבער דעם נושא דעראיבער בעט איך דת הרב
יישר כוח פאר די כבוד. בעפאר מ'רעד מיר פין תנאי בקידושין דארפען מיר דן מיט א סאך פשוט'ער פיתרון: די pre-nuptial agreement. ס'איז נישט פערפעקט אבער מכל מקום איז א סעלושין אין מיינסטענס פעלער. אין פעקט, מוסמכים פון ישיבת חובבי תורה זענען פארבאטען פון זיין מסדרי קידושין ביי א חתונה אויב חתן כלה האבען נישט גע'חאתמעט א פרי-נאפ.

פעזענליך האט מיר די סוגיא געקאסט איינע פון מיינע גרויסע heroes, ר' משה שטערנבוך. מעודי בין איך געווען א געשווירענער חסיד זיינע, פארליבט אין די מועדים וזמנים און שפעטער אין זיין שו"ת תשובות והנהגות אבער לעצטענס האט ער געשריבן א קורצע תשובה קעגן די פרי-נאפ. די טענות זענען געווען זייער שוואך אין זענען בעיקר געווען פאלעמיש און די פראדאקט פון טיפע שנאה צו סיי וואס קומט נישט פון התאחדות הרבנים. נורא התאכזבתי.
 
Back
Top