פון חרצנים ביז מטעמים

לעצטענס האב איך אנגעהויבן אריינשפריצן אביסעל Organic date syrup אינעם טשולענט צוליב עטליכע סיבות, אלו הן.
כ'האב מיך לעצטענס אויך געקויפט א באטל garlic and date sauce, ס'קומט גוט צוניץ.
Texture, ס'גיבט צו א דיקערע Gooey texture.
פארדעם דארף מען נישט דוקא date sauce.
Taste, ס'געבט צו גאר א גוטן טעם.
כ'מיין אז דאס איז די עיקר ניץ פון דעם.

ווייל די סארט זייסקייטן וואס מען ניצט קען הארגענען אדער אויף לעיבן א טשולענט.
Looks, ס'גיבט צו אזא טונקעלע כמו אויסגעברענטע אויסקוק ווי א ריכטיגע טשולענט ברויך אויסקוקן, אבער בעצם איז עס בכלל נישט פארברענט.
כ'האף די לייגסט נישט מער ווי א לעפל, אפשר צוויי...
אז די קאליר ווערט אפעקטעד פון דעם טויג שוין נישט..
דאס קען מען ניצן אנשטאט קעטשאפּ וועלכעס מאכט מאגן ברענען.
מאגן איבעלען.

ברענען איז א סוגיא פאר זיך.
(לדוגמא פלייש פעטענס ווי שמאלץ ברענט נישט און אויל יא)
אויך איז כדאי אריינצושפריצן אביסעלע Deli mustard סיי צו באלאנצירן דעם טעיסט און סיי צו צוגעבן א גוטן טעיסט.
Interesting
איך זעה עניטינג מיט מאסטארד צו זיין פון די unique סארט טעם אין עסען, אדער דו ליעבסט עס אדער דו האַסט עס
טעמו וראו כי טוב!

וויכטיגע נקודה!
דאס איז נוגע אלע sauces וואס קענען צו געבן טעם, ווי barbeque sauce, duck sauce, chilli sauce etc ..

Sauce'ס זענען זייער useful אבער tricky.
חוץ פון די עיקר פלעיוואר, ליגט אין דעם אינגרידיענטס ווי וויניגער אד"ג וואס טויג נישט פאר טשולענט טעם.
די עיקר ניץ פון sauces איז בעצם א short cut.
ווייל פאר א גוטע טעם איז בעסער אריגענעלע אינדרידיענטס, לדוגמא, איך לייג roasted garlic אנשטאט גארליק פאודער, אז די ווילסט אן עקסטרע טעם פון א sauce זעה אז ס'זאל נישט זיין יצא שכרו בהפסידו דורך די sauce'ס אנדערע אינגרידיענטס.
ולכן, ketchup אין טשולענט איז א גרויסע no no.
אנשטאט דעם לייג איך א לעפל matbucha

Rule of thumb:
אז דער טועם קען טעיסטן "וועלעכע" sauce דו האסט גענוצט טויג שוין נישט...
 
איך בין אפציעל מוחה, זיסע טשולנט זאלן די עמלקים האבן, אידן דארפן עסן סעיווארי, פעטע און לייכט-געפעפערטע טשולנט
דא האמער זיך שוין גע'אמפערט דערוועגן...😂
 
איך בין אפציעל מוחה, זיסע טשולנט זאלן די עמלקים האבן, אידן דארפן עסן סעיווארי, פעטע און לייכט-געפעפערטע טשולנט.
דו ווייסט אז אין זיסע געבעקס לייגט מעןנאריין זאלץ? קענסט אויך פרעגן דארט מה ענין זאלץ אצל זיסקייט, נאר אז דו וועסט קענען די סודות פון קאכן און באקן וועסטו פארשטיין דאס ענין פון אביסעלע אויסזיסן דעם טשולענט.
אנייצע טובה געב איך דיר, קום נאר טועם זיין פון מיין טשולענט און נאכדעם עמער רעדן וואס צו געבן פאר די עמלקים
 
וויכטיגע נקודה!
דאס איז נוגע אלע sauces וואס קענען צו געבן טעם, ווי barbeque sauce, duck sauce, chilli sauce etc ..
דערפאר האב איך געשריבן Organic date syrup ווייל דאס איז ריין אן קיין שום additives בלויז date syrup
 
טאקע אזוי, ירושלמער קוגעל מאכט מען דאך דורכן קאכן צוקער מיט מארגערין, ווייל מען וויל דאך נישט ס׳זאל ווערען מילכיג, אבער בעצם וואלט מען כעדארפט לייגען פוטער.

און בכלל איז בעסער צי ניצען פוטער אנשטאט מארגערין אדער אויל, למשל אין אייער שפייז.
אבסעלוטלי.

אויל און מארגערין זענען שוואכע סאבסיטוטס, פאר פיטער און שמאלץ.

נאר וואס, די הויזן און די אדערן קומען זיך נישט גוט אויס מיט דעם...

אז מ'וויליג פאר אביסל מסירת נפש איז עס מעין עולם הבא ...
 
לעצט רעדאגירט:
Organic date syrup איז אויך גוט צו שמירן אויף פארשידענע מיני פליישן ווי למשל אויף די הויט פון טשיקן איידער מ'בּאקט עס, אדער אויף short ribs, baby back ribs וכו' די מיני פליישן וועלכע קומט עטוואס זיס, דאס גיבט אויך אזא קענדי פיל אויפן טאפּ פון די פלייש
 
איך בין אפציעל מוחה, זיסע טשולנט זאלן די עמלקים האבן, אידן דארפן עסן סעיווארי, פעטע און לייכט-געפעפערטע טשולנט.
כ'גיי דיר מגלה זיין א סוד, די קעטערערס לייגן אריין האניג אינעם טשולענט טאקע פאר די אלע דריי טעמים וואס כ'האב געשריבן.
 
איך הייב אן חושד זיין אז @וואלווי איז מיין שווער 😱
עטץ האטס די זעלבע טעסט.

איינמאל בין איך געגאנגען צו מיין שווער פאר סאפיר און ס׳איז געליגן א ריזיגע מיקסינג באול אנגעפילט מיט סעלעט, איך הייב אן ריקן מיין טעלער צו נעמען סעלעט זאג מיך מיין ווייב אז מיין שווער האט עס געמאכט פאר זיך, איך פרעג איר וואס גייט פאר זאגט זי אז מיין שווער האט אנגעהויבן א דייעט…
 
👈 וואס פאסירט צו די פיש און קאטשעניו אז מען לייגט צו אביסעלע דזשעלאו שטויב? 🤔

👈 אז דו ווילסט לייגן א סלייס מאצעראלע, מונסטער, אדער אנדערע פרישע אינגע קעזן, נעם עס ארויס פון רעפרידזשערעיטאר פאר שחרית, טשיז קומט רום טעמפרוטשער, אז נישט קוקסטו אויס ווי יענעם וואס האלט די וויסקי אין פריזער און די ביר אין קלאזעט.

👈 די שנירל קעפל רעדט עפעס פון חרצנים איז וויל איך ענק סתם זאגן אז די חרצנים פון אנ׳עפל קען מען רואיג עסן, נאר לעצטע וואך בין איך אהיימגעקומען הונגעריג ווי א בער, אראפגעכראמזשעט אנ׳עפל מיט די שאלעכץ און אלע חרצנים, ב״ה ס׳פעלט מיר נישט גארנישט.

👈 פאר שבת גרייט אן אביסעלע געדינסטע צוויבל מיט א רייפע אוועקאדע אריינצומישן אין די איי מיט צוויבל, סקופ אריין די מיקסטשור אין א רינד רויטן פאפריקא, שפרענקל ארויף דינטשיקע שטיקעלעך סקעליאן, א שפריץ פעפער, שטעק אריין א שטיקל מצה שמורה עבודת יד, צוויי דריי בלעטלעך גרינס אין די סייט, סערוויר.

👈 וויסקי מיט דזשינזשער עיל איז כמעט אזוי גוט ווי קאלא מיט וואדקא

👈 פרובירט אויס אינגבער (ginger) אין די עוף יוך, ס׳איז אביסל דיפערענט אבער ס׳גיבט צו ספייס צום לעבן (קענסט עס טרייען סתם אזוי אין דיין טיי אויך).
 
👈 וואס פאסירט צו די פיש און קאטשעניו אז מען לייגט צו אביסעלע דזשעלאו שטויב? 🤔
ס'באקומט נישט אזא ליידיגע טעם?

👈 פרובירט אויס אינגבער (ginger) אין די עוף יוך, ס׳איז אביסל דיפערענט אבער ס׳גיבט צו ספייס צום לעבן (קענסט עס טרייען סתם אזוי אין דיין טיי אויך).
אין טיי וואטש וויפיל די לייגסט ווייל איך האב די ערשטע מאל געטרייט צו אסאך און מיך פארעקלט פאר א לאנגע צייט
 
איך הייב אן חושד זיין אז @וואלווי איז מיין שווער 😱
עטץ האטס די זעלבע טעסט.

איינמאל בין איך געגאנגען צו מיין שווער פאר סאפיר און ס׳איז געליגן א ריזיגע מיקסינג באול אנגעפילט מיט סעלעט, איך הייב אן ריקן מיין טעלער צו נעמען סעלעט זאג מיך מיין ווייב אז מיין שווער האט עס געמאכט פאר זיך, איך פרעג איר וואס גייט פאר זאגט זי אז מיין שווער האט אנגעהויבן א דייעט…
מוז זיין א צווייטער איז דיין שווער....😂
 
👈 וואס פאסירט צו די פיש און קאטשעניו אז מען לייגט צו אביסעלע דזשעלאו שטויב? 🤔

דאס ארבעט:
1000184191.jpg

👈 אז דו ווילסט לייגן א סלייס מאצעראלע, מונסטער, אדער אנדערע פרישע אינגע קעזן, נעם עס ארויס פון רעפרידזשערעיטאר פאר שחרית, טשיז קומט רום טעמפרוטשער, אז נישט קוקסטו אויס ווי יענעם וואס האלט די וויסקי אין פריזער און די ביר אין קלאזעט.

👈 די שנירל קעפל רעדט עפעס פון חרצנים איז וויל איך ענק סתם זאגן אז די חרצנים פון אנ׳עפל קען מען רואיג עסן, נאר לעצטע וואך בין איך אהיימגעקומען הונגעריג ווי א בער, אראפגעכראמזשעט אנ׳עפל מיט די שאלעכץ און אלע חרצנים, ב״ה ס׳פעלט מיר נישט גארנישט.
פרוביר עס נאך אפאר מאל און קום צוריק רעפארטן...
👈 פאר שבת גרייט אן אביסעלע געדינסטע צוויבל מיט א רייפע אוועקאדע אריינצומישן אין די איי מיט צוויבל, סקופ אריין די מיקסטשור אין א רינד רויטן פאפריקא, שפרענקל ארויף דינטשיקע שטיקעלעך סקעליאן, א שפריץ פעפער, שטעק אריין א שטיקל מצה שמורה עבודת יד, צוויי דריי בלעטלעך גרינס אין די סייט, סערוויר.
ביי מיר איז דאס אזא מאנטש צווישן קידוש און נטילת ידים...
 
אין טיי וואטש וויפיל די לייגסט ווייל איך האב די ערשטע מאל געטרייט צו אסאך און מיך פארעקלט פאר א לאנגע צייט
אוודאי אזוי, נאר אביסעלע.

אז מען ברויך אמאל אסאך כדי אויסצופליקן דאס גארגל דאן ברויך מען נעמען א ginger shot איך ווייס נישט וויאזוי מען מאכט דאס אבער מיין סענדוויטש שאפ פארקויפט דאס און איך האלט אז מען דארף עס קלאסיפיצירן אלץ אן אדיקטיווע סובסטאנץ
 
לעצט רעדאגירט:
ביי מיר איז דאס אזא מאנטש צווישן קידוש און נטילת ידים...
דו ווייסט אויך פון דעם סוד פון געדינסטע צוויבל אין די אייער? כ׳געשפירט ווי א גאון ביים אנדעקן דעם רעסעפי אויף אינסטעגראם, נאדיר די גאנצע, נאר איין זאך וואס איך בין שטארק מחולק מיט דעם קעכער איז אז אייער קאכט מען נישט אפ אזוי לאנג, עפעס דזשוס ברויך מען לאזן, אבער די איבעריגע איז זייער גוט פאר די שבת׳דיגע אייער, בדוק ומנוסה
View: https://www.instagram.com/reel/C2uvKenoEB_
 
די געדינצטע צויבל פון די לעבער קען מען אויך ניצן
 
Back
Top