א פיוט אויף א פארגאנגענעם לעבן

בּקר רינדער

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
דעצ. 15, 2024
מעסעדזשעס
1
רעאקציע ראטע
12
פונקטן
3
הושענא רבה ביינאכט! דאס ליפט געדעכט. די חול המועד אטמאספערע פארשוואונדן. קיין שמאלציגע לעמעלע דארף נישט מער קיינער, דאס קרעם קיכל אין פרידזשידער פארלאזט. די תהילים איז אין דער האנט. די קוויטלעך גרייט פאר פּאָסט. פון נאך דעם אטעם פונעם בעל תוקע פאר דער תקיעה גדולה יום כיפור נאך נעילה ביז היינט נאכט איז אלעס געוועזן גלאטיק. ס׳האט זיך געזונגען און זיך געגעסן מיט גוטע געמוטע. ס׳איז דאך געוועזן אַ ונסלח לכל עדת. יעצט אבער איז אלעס פארשוואונדן. שטעלט זיך אויס אז דאס אלעס איז געווען אַ גרויסער טעות. בבחינת 'ביסט מיך מוחל? ביסט מיך מוחל? ביסט מיך מוחל? די אייבערשטער איז דיך נישט מוחל' — גאָרנישט, אין כאן לא מחילה ולא כפרה… שוין ווידער איז דאס תהילים אין דער האנט, שוין ווידער איז עס אפשר נאך די איין תפילה וואס גייט מהפך זיין דעם געמיט פונעם מלך רחמן צו רחמנות האבן, פארשטייט זיך אויב מען הערט אויך אויס מארגן דעם רעבּעציקעליינוס הושענא רבה געוויין. מלך בעיר!! האסט געהערט אזאנעץ? יא, זאג אים אז איך בין געפארן אויף דאטשע.

אבער הושענא רבה איז פון די נידעריג-הענגעדיגע פרוכט. ס׳לאכט זיך גרינג. אויך איך וויל נישט לאנג מאריך זיין ווייל דאס איז מיין ערשטע געשרייב דא אויף קרעמל וויל איך אנפאנגען ביסלעכווייז. איך האב פשוט געוואלט מיטטיילן אַ גראם וואס איך האב געשריבן פאר אַ פאר יאר צוריק. דאס לאו דווקא רעפלעקטירט וויאזוי איך פיל היינט אבער אויב ס׳וועט אפשר ברענגען אַ שמייכל אויף איינעמס פנים בין איך צופרידן.


---

ס׳איז אינטערעסאַנט
גאנץ באטעמט
ווען אַ קוק איך טו
און אַ פלייצע צו
אז שוין נישט ווי אַמאָל

ס׳איז וואויל
גאנץ נישט הויל
ווען טראכט איך טו
און אַ ציבעלע צו
אז שוין נישט ווי אַמאָל



געלאפן, נישט געשלאפן, סליחות געוויינט
געדאוונט, נישט געגעסן, סדרה געלייענט
אויף פרויען נישט געקוקט, תחנון געבוקט, אין מקווה געווייקט
אַ תאווהלע ציווישט, ציצית צוקושט, קריאת שמע געלייענט

דער חמץ פארברענט, געוואשן די הענט, תשליך געזאָגט
אַ צירוף צום מנין, מחצית השקל אַ קנין, צי נשמת געיאַגט
בשמים געשמעקט, ווערעם אנטדעקט, מיט קנויטן זיך געפלאגט
דער הינדל געדרייט, מצה צוקייט, אַ גארטל פארמאגט

געטאנצן קדושה, מרור פרישע, נעגל נישט געביסן
ערבות צופליקט, חרוסת צודריקט, ציצית זיך צוריסן
המן’ן צוקלאפט, די מזוזה צוטאפט, הושענות געפלויגן
שופר געבלאזן, ברכת המזון, מצה געווויגן

נתנה תוקף געשריגן, אויפן היסב בעט געליגן, געזאָגט תיקון
די לבנה באנייט, מצה מרור נישט פארדייט, מודים געטאן ביקן
כתר מיט אַ פלאקער, שמן למנורה זכה, פונעם לולב אַ שטאך
אויפן קאפ צוויי כיסויים, נדרים נישט מקוים, צען ברעקלעך אין אַ לאָך



מכות וויין זיך צוגאסן, אין אַ געלעכטער אויסגעשאסן, דעם זיידן איז פארדראָסן

אַ נפיחה אַ גרויסע, ביים טינקען אין די חרוסת, נאך דעם צווייטן כוסע

אַ פלאסטיק אויפן קאפ, אויב דער כפרה וועט געבן אַ טראפ, זה התרנגול למיתה ילך

מען קוקט און מען לאַכט, ווייל איינער האט נישט געוואאַכט, און געווארן באמאַכט, דער עולם איז פריילעך


---

זאָג מיר!
הער מיר!
פארוואס די אלע זאַכן? טוהן און מאכן, אז מענטשן זאלן לאַכן און נערן זאלן קראכן און דער באשעפער זאל עס גלייכן.
 
Back
Top