Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
כהאב מיך צוגעלייגט א בילד וויל די ערשטע אות פון מיין ניק נאמען האט נאך אפאר באדייטען
היות א פאר האבן מיך געפרעגט ווער איז דער ביי דעם בילד וועל איך עס שרייבן דא:כהאב מיך צוגעלייגט א בילד וויל די ערשטע אות פון מיין ניק נאמען האט נאך אפאר באדייטען
מילא האב איך געךייגט א בילד פון איינער וואס איך וואלט געוואלט קענען.....
דערמאנט מיר פון דעם...און אז די אוואטאר איז מקושר צו פילאזאפיע און ״הכנות״, האט דאך לודוויג וויטגענשטיין גע׳טענה׳ט אז אלע פילאזאפישע שאלות וחקירות זענען לבסוף נאר שאלות און פראבלעמען אין (געמיינזאמע) שפראך. און עס איז דאך באקאנט אז לשון איז וואס מ׳נעמט אָן בקאנווענשאן והסכמה - דאס איז וואס מאכט ״שפראך״ זאל זיין ״שפראך״ (עיין לדוגמא במו״נ ח״ב פ״ל). און דא זעהט מען הומאריסטיש ווי אין וויאזוי מ׳נוצט די ווארט ״שׁיט״, בהסכמה אין סלענג, גייט זיך משתנה זיין לפי וואס די הסכמה איז. און הסכמה בלשון איז די שורש פון פילאזאפיע לפי וויטגענשטיין הנ״ל…
View attachment 364
דאס דערמאנט פון דר. הערי פרענקפורט׳ס ערענסטע דיון להגדיר וואס פונקטליך מיינט ״בּולשׁיט״, און ווי דאס באדייט לגמרי נישט קערן איבער עפעס איז אמת צי שקר, נאר שטופן א נערעטיוו אפגעזעהן פון אלעם, לעומת ״שקר״ וועלכעס איז א מכוונ׳דיגע כובש זיין דאס אמת.
דאס ברענגט אויך ארויס א משל פון וואס דר. יצחק אסימאוו האט געזאגט אז הומאר קען שנעל ארויסברענגען שטארקע פילאזאפישע געדאנקען.
וועלעכע בריוו ? קענסט אראפ ברענגען די בריוו ?היות א פאר האבן מיך געפרעגט ווער איז דער ביי דעם בילד וועל איך עס שרייבן דא:
דאס איז הרה"צ ר' יצחק נחום טווערסקי מראווא-רוסקא זצ"ל הי"ד
בן הרה"ק משפיקוב וחתן האינקיוויזטור הגדול (לשה"ק פון דעם איידעם ביי זיין באוויסטען בריוו) מהרי"ד מבעלז זצ"ל
געדורקט אין ספר נאחז בסבך - דוד אסף
איהם קען איך. איר האב איך געדארפט זוכן.אה עט ליסט דו כאפסט אז זיי זענען נישט עכט מיר...
איינע איז מיין פעווערט זינגער און די אנדערע מיין פעווערט אטעאיסט
---
סתם נייגעריג קענסט איר? צו האסט סתם געלאפן א אימעדזש סורטש?
דא איז א לינק: סיי אויף ענגליש און סיי העבראיש
זייער understandable לפע״ד. מענטשן זענען פארשידן, איך בין אויך זייער visual (וואס מאכט זיך געווענטליך ביי ארטיסטס/שרייבער) אבער נישט יעדער איינער קאנעקט דורך זעהן, ס׳דא אזעלכע וואס זעען ״דרך אגב״ דעם בילד און זענען קאנעקטן פּריימערילי מיט די טעכנישע חלק פון וועלכע נושא ווערט אויסגעשמועסט אין יענעם׳ס קאָמענט. ביי מיר אבער, וואס איך האב ליב מענטשן מער ווי ביכער און אינפארמאציע, פאקוסד מיין מח אויך אויפ׳ן אוואטאר אלס שטעלפארטרעטער פון יענעם׳ס פנים ממילא פארשטיי איך וויאזוי ס׳קען אביסל צומישן ווען מ׳רעדט צו א מאַן מיט אן אוואטאר פון א פרוילעצטענס ווער איך annoyed פון די פרויען אוואטארן.
לאמיך קלארשטעלן עס איז נישט די נקיבה וואס באדערט מיר. פשוט, עס שפירט זיך דא אין קרעמל ווי איך פארברענג אין ביהמ"ד. איז הונטערן באוואוסטזיין, לויפט מיין מח ווי איך רעד צו מענער. אבער אז איך זעה א פרוי אוואטאר באקומט די CPU א שליקעץ. אויב ווייס איך אז די ניק איז באמת פון די גענדער אויפן בילד איז אלע בסדר, ווייל עס איז נישט קיין סתירה.
איינער פארשטייט מיר אדער איך בין מאדנע?