ווענדט זיך וויאזוי מען פארט, די סטאנדארטן זענען היבש געשטיגן, איך פאר אין א באנגעלוי נאך ווי אין די ניינציגער, קאסט עס עס מיר בערך ניין אלפים + קעמפ פאר די קינדער.
אסאך דא אינם שנירל זענען נעגעטיוו אויפן קאנטרי אבער פאר מיר איז עס א עכטע לייף סעיווער, פון די מינוט וואס מען קומט אן אינם קיבוץ לאזט מען ארויס די קינדער און מען זעט זיי נישט פאר די אויגן ווי גרויס די טאג איז, נאכדעם אן אייז קאלטע ביר ביינאכט אויפן נוגאט, די נשים כאפן א פלעטקע אין די נאכט אריין, א פרייטאג אין סווימינג פול, א באטע, א באזאפענע סעודת קדישא, א מלווה דמלכה פאר די מענער ביז אין די קליינע פארטאגס שעה׳ן, דאס זענען דאך פון די פאר גוטע מאמענטן אין לעבן, פארוואס דען הארעוועט מען אזוי אויב נישט פארדעם? קאסט וואס קאסט, לעבן לעבט מען נאר איינמאל, איין קליינע קענסערל, איין רוק פון אויבן. און אלע אנגעפלאגטע געלט איז אפגעווישט כאילו לא היה, לאמיך הנאה האבן ווי לאנג ס׳איז דא (אדער בעסער, ווי לאנג ס׳איז דא פון וועם צו בארגן).