קאנטרי

ס׳זייער גרינג צו נאכקוקען, אויב ס׳איז דא מער בר מצוות אום שבט און אדר😂
איך מיין א מעשיות געשעהן צי מען גייט יא צו נישט און קאנטרי, איינער וואס זיכט צי הוקן וועט עס טרעפן, בדרך שאדם רוצה לילך, הולך.
אדרבה גיב ארויס דעם סוד. וואס, ווען, און ווי ?
 
באמת'ן קען מען גיין האלבוועג'ס אין קאנטרי..

בלייבן אין שטאט אבער אין גראסערי גייט מען אנעם הוט אזויווי מגייט אין וואל-מארט...
 
לעצט רעדאגירט:
חרדישע שטאטישע איינוואוינער גרייטען זוך, נאך אביסל טרעט מען שוין אריין אינעם קאנטרי סעזען.

קאנטרי/קעמפ אין דעם איצטיגע פָארעם, טוט סימבאליזירן אונזער מהלך החיים בכלליות. מיר זענען ממשיך צו טוהן זאכען אפי' ס'איז אן א חשבון. דער איינציגסטער סיבה איז ווייל מ'טוט אזוי...

וועלכע קאמיוניטי אין די וועלט גייט היינט צו טאג אויף א 10 וואכעדיגע וואקאציע? וועלעכע גרופע מענטשן ספענדען ארום 20 אלפים פאר יערליכע אויספלוגן? ווי נאך איז היינט דא אזא דערהער אז טויזענטער קאפּעלס טוען זוך שיידען פאר עטליכע טעג א וואך מיט'ן תירוץ אז מ'דארף אריינברענגן פרנסה אין א אנדערע שטאט?

נאר די סיבה פארוואס ס'גייט אן, איז צוליב דעם ווייל אזוי טוט מען...

היינו טעמא דקאנטרי והיינו טעמא ד'8 טויזענט דאלארדיגן שטריימעל.
יעצט געזעהן א געוואלדיגע גוטע סטאטוס פון א איד עס ליינט זיך ווי פאלגענד קוואוט אן קוואוט

"צו אלע וואס האבן נאכנישט אויפגעסיינט פאר קאנטרי.
שטעלט אייך אפ!
ווען רוב עולם פארט ארויס זוממער ווערט דא אין שטאט ממש א רעזארט פלאץ. שטיקעדיגע לופט? יא, אבער די דירה ווערט גרעסער, די קינדער זענען אין קעמפ,

דעי קעמפס שטעלן צו פיינע פראגרעמס, גראסערי איז אפן און די שולן אויך וכו'

פאקטיש כאפט מען זיך ארויס דא דארט, די מוסדות /רבי'ס/דרייווערס זענען רואיגער.

דארנעשטאג לאזט זיך אראפ א שטילקייט אויף די הו הא. די סיטי איז אן אנדערע שטאט.... מער צוגענגליך... און מיט די הייטיגע קאנטרי פרייזן איז עס נישט ווערט קיין וועקעישאן.... עס איז א חוב.

אין ענגליש הייסט עס DEBT עס הערט/ליינט זיך ווי DEATH מאכט אייך נישט אליינס דעם טויט ווייל איר ווילט מאכן א לעבן. קאנטרי איז א פלאץ ווי מען דארף וואוינען א גאנץ יאר, ווייל עס איז ביליגער נישט אין די זוממער ווען עס איז טייערער.

נישט פארגעסען עס איז זייער קלעבעדיג דא, אבער קענענדיג די פארנומענע גאסן, איז עס באטעמט צו זעהן פוסט, עס פיהלט ווי א וועקעישאן מען גריסט זיך מער אין ביהמ"ד א חוץ אויב די גייסט וואקאציע ווייל יענער דארף עס" דפח"ח ושפי"ק
 
קרעדיט איי-וועלט

יעדער איז אין די קאר? מ'קען שוין פארן? היידא! אין קאנטרי אריין.

ס'איז דא א נושא וואס ברענגט ארויף ווייטאג און בייז בלוט ביי ביידע צדדים פון די מטבע.

דאס איז די ענין ,אז קאנטרי'ס פארמאכן זייערע טויערן פאר פרעמדע אז זיי זאלן נישט קענען ניצן די פאסיליטיס וואס די קאנטרי שטעלט צו.
דאס נעמט אריין רוחניות'דיגע איינריכטונגען א שטייגער ווי בהמ''ד, מקוה, חדר, אדער גשמיות'דיגע ווי , פארקינג, פארקס, פלעי גראנד, שווים באסיין (פאול) און נאך.

וואס זאגט דער עולם דערצו , איז עס ריכטיג און אויסגעהאלטן צו טוען אדער נישט? מצד הלכה, השקפה, חסידות, מענטשליך, אידישליך.
 
@שעפטאל @חבקוק זייט נישט יוצא מיט א לייק אדער א סמיילי נאר ברענגט ארויס אייער דפח''ח (פארשטייט זיך נאר אויב עס דא צייט און געדולד)
 
וואס איך נעם ארויס פון דער אייוועלט שמועס, איז אז יהדות אייוועלט באשטייט פון 4 אפטיילונג אויסער די דיני תורה און עניני חסידות, איז אויך דא אזעלכע זאכען וואס הייסען אידישלעך און השקפה.

זייענדיג א סאציעלע גרופע טוהען זיי דיפיינען וואס איז אידישלעך אדער השקפה'דיג, אזוי ווערען נייע רולס אריינגעלייגט אין זייערע קהילות.

ווען ס'קומט דורכצושמועסן א נושא דארף מען נעמען אלע 4 רעגולאציעס און זעהן צו ס'איז אויסגעהאלטן. די פראבלעם איז אז מיט די צייט ווערן צו מאל אריינגעלייגט אידישלעך און השקפה'דיג ענינים אין די הלכה'דיגע קאטעגאריע.
 
ס׳דא נאך א קאטעגאריע, ״כ׳האב עס נישט געזעהן ביים טאטע׳ן״
 
@שעפטאל @חבקוק זייט נישט יוצא מיט א לייק אדער א סמיילי נאר ברענגט ארויס אייער דפח''ח (פארשטייט זיך נאר אויב עס דא צייט און געדולד)
האלאו! קענסט נישט פעיסטן פון אייוועלט און פארלאנגען איך זאל שרייבן אייגענס, איך וויל אויך פעיסטן פון אייוועלט….
 
האלאו! קענסט נישט פעיסטן פון אייוועלט און פארלאנגען איך זאל שרייבן אייגענס, איך וויל אויך פעיסטן פון אייוועלט….
וואס הייסט איך קען נישט זעהסט דאך אז עס געטוהן געווארן. קענסט אפשר זאגן יכול אתה אבל אין אתה רשאי
 
איך ווייס נישט וואס גייט פאר אין די היימישע קאנטריס, אבער בימים ההם ווען די פרייע און די גויים פלעגן גיין אין קאנטרי, איז געוועהן א שטילע אפמאך צווישן די מענער און ווייבער, די מענער האבן געטרענט אין די סיטי, און די פרויען האבן געטרענט אין קאנטרי, און קיינער האט נישט פארגעהאלטן די אנדערע, און יענע פאפ-קולטור זעהט מען עס זייער שטארק.
 
איז למעשה טאקע דא אזאנע מעשיות?
ווי אזוי געשעהט עס?
 
אה דיין קליינעם איז טאקע א צדיק'ל און זוכט צו טוהן מצוות...
 
ווען מען גייט זעך זעצט מארגען קלאגן אויפען חורבן ירושלים - איכה ישבה בדד העיר רבתי עם היתה כאלמנה - זאל מען אויך אינזין האבן אונזער חורבן פרטי, טויזענטער פרויען זיצען אין די קאנטרי'ס אזוי ווי אלמנות.

אז אזא הנהגה איז נאך ביי אונז מעין-סטריעם, אין א זמן וואס ס'רוב עולם ארבעט נישט היינט צוטאגס מעלות השחר עד צאת הכוכבים און ס'איז א וועג אפשייד אונטער צוויי שעה, איז א סימן אז די שידוכים/שלום בית סיסטעם איז א חורבן.

היתה כאלמנה – ולא אלמנה ממש, אלא כאשה שהלך בעלה למדינת הים..
 
און מתפלל זיין אז זיי זאלן זיין חתונה געהאט, אפילו ווינטער ווען מען איז מיט דער מאן אין די זעלבע הויז….
 
שוין כמעט דריי מאל אזויפיהל
חוץ די קאסטן פון די באנגעלאוי, קומט אויך צו גאר אסאך אנדערע עקספענסעס רילעיטעד צו קאנטרי,
און סתם אזוי זענען די טאשן ברייטער זוממער אין קאנטרי, מען לאזט זיך וואויל גיין אויפן קרעדיט קארד'ס חשבון.
 
עפעס קאכט זיך יעצט א מעשה, איבער א פרוי וואס האט געבאבערט קליינע קינדער אין קאנטרי. שומרים איז געקומען און זיך אריינגעבראכן אין איר הויז, אז זי מוז ארויסגיין פון קאנטרי (איר מאן איז אין שטאט). זי האט געכאפט אן אטאקע און זי געפינט זיך יעצט אין שפיטאל.

אנדערע טענה'ען אז די מעשה איז נישט אמת. די פרוי איז א נעבעכ'דיגע פרוי, וואס האט נישט נושא חן געווען ביי די אויגן פון די יאכנעס אין קאנטרי. דער סוף איז געווען אז אירע קינדער האבן זיך געשלאגן מיט די שכנט'עס קינדער און אלס רעזולטאט דערפון האט די שכנט'ע ארויסגעלאזט א קול אז זי באבערט אירע קינדער. מאנכע האבן שוין אפילו געהערט ווי אזוי זי זאגט פאר ביידע קינדער פונעם פייט, "איך האב ענק ביידע ליב, אבער הערט ענק אויף צו שלאגן", וואס דארף עפעס מיינען וכו'...

למעשה האט מען איר ארויסגעווארפן פון קאנטרי, איז זי געגאנגען ערגעץ-אנדערש, אבער מען האט איר דארט נישט אריינגעלאזט, ווייל זי טאטשט קינדער. יעצט געפינט זי זיך אין שפיטאל.

און תשעה-באב וועלן מיר אלע וויינען... קמצא ובר-קמצא חרב בית-המקדש...
I don't think the story is true but if it is its very sad,
 
Back
Top